בלאט 1 פון 1
איז דאס בעטן פון בחורים קנס און ישיבה א נארמאלע זאך?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 12:22 am
דורך זיידי באם
און אלע ישיבת איז אנגענומען א וועג פון שטראפן די בחורים דורכן זיי מאכן צאלן קנס געלט איז עס א נארמאלע זאך?
רוב בחורים בעטן סייווי די עלטערן פאר די געלט מילא העלפט עס שוין היינט אפילו נישט ווייל די בחור אליינס פאר ליטר גארנישט....
לאמיר הערן אייער מיינונג איבער די נושא....
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:06 am
דורך שמעקעדיג
איך האב עס דא בארירט, מער צום סוף פון די לאנגע תגובה
viewtopic.php?f=24&t=10492
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:37 am
דורך קורקלענד
אזוי צו אזוי איז עס זייער אומבאקוועם פארן בחור. אין רוב פעלער ארבעט עס. רוב בחורים זיכן נישט צו קריגן קנסות. פארשטייט זיך יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל, און יעדע מעטאדע האט לעכער. ס'איז זייער גרינג אוועקצומאכן א מעטאדע דורך דעם וואס מ'פארלייגט זיך אויף די לעכער. די שאלה איז ליבערשט וואס איז א בעסערע מהלך צו טוהן אין א פאַל וואס מ'נעמט געווענליך קנס.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 6:53 am
דורך שמעקעדיג
קורקלענד האסט געליינט די לינק וואס איך האב געברענגט?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 8:03 am
דורך קורקלענד
שמעקעדיג האט געשריבן:קורקלענד האסט געליינט די לינק וואס איך האב געברענגט?
נאכנישט.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 8:10 am
דורך אישתישבי
עס איז נארמאל לדעתי, אױב עס ווערט נישט אביוזט און איבערגענוצט, דעמאלט פארלירט עס די שטארקייט און איז נישט ווערט קיין סאך. ווי אויך, דארף עס נישט זיין צופיל געלט, פינף דאלאר איז אויך גענוג.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:21 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: איך בין מסכים מיט דיר 100%. נאכמער. א סאך מאל דארף דער בחור גיין צוזאמשנארן דאס געלט פאר'ן קנס. און דאס איז גורם ביטול תורה ותפילה בציבור..!
אויך. וויאהין גייט דאס געלט וואס די בחורים ברענגען אריין פון קנס. מילא אויב ס'גייט פאר קנין ספרים אדער אנדערע צרכי הישיבה. איז נישט געפערליך. אבער אונז ווייסן מיר במציאות אז דאס געלט ענדיגט אין די קשענע פונ'ם משגיח אדער ראש הישיבה. און זיי קענען קויפן מער אייז קריעם פאר זייערע קינדערלעך...!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 8:45 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
אויב איז קליינע קנס - ווי 10 דולר 20 דולר געוואנדן לויט די עולה וואס ער האט געטוהן איז גענוג אין גוט, צופוהל איז אויך נישט גוט...