מאמע אייאוואסקא - וועקער 13

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
שמעון_זית
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:34 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

מאמע אייאוואסקא - וועקער 13

שליחה דורך שמעון_זית »

טייערע פריינט, איך באגריס אייך אלע און כפריי מיר זיך דא צוגעפונען,
אביסל וועגן מיר, א יונגערמאן אין די פריע דרייסיגערס, אויפגעוואקסען און נתחנך אין א סאטמארע שטוב און סביבה, היינט עומד והולך בדעת עצמי. יארן צוריק פלעג איך זיין זיין אקטיוו דא אלס א גאסט און אסאך ידיעות קונה געווען וואס האט מיר געהאלפען שטייגען ברוחניות ובגשמיות. כהאב גרויס הכרת הטוב פאר אלע וואס שרייבען לזכות את הרבים.
לעצטענס האב איך צום ערשטען מאל געשריבן אן ארטיקל ״מאמע אייאוואסקא״ וואס איז ערשינען אינעם זומער וועקער 13. היות כהאב געזעהן א טייל זענען אינטרעסירט האב איך געעפענט א ניק צו ענטפערען תשובות און מיטטיילען פאר די וואס ווילען הערן מער איך האף אויך צו שרייבען נאך און קאמענטירן בעזרת השם.
פאר מיר פערזענליך האט מעדיטאציע און סייקעדעליקס געהאט א גאר פאזעטיווע השפעה אויף מיין לעבן און מיינע ארומיגע. איך שפיר סאיז דא אנדערע וואס געפינען זיך אין אן ענליכען מצב וואס האט מיר געטריבען אריינצוקוקן מאחורי הפרגוד, סאיז מיר א זכות צו העלפען דאס מענטשהייט צו טרעפען יעדער זייער אייגענעם אמת.
אויב איינער האט סיי וואס פארא שאלות איבער דעם נושא, ביטע פרעגט.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]איך האב זייער הנאה געהאט פון דיין געשיכטע און איך וויל דיר באדאנקן פארן זיך עפענען פאר אונז און מיטטיילן דיין מערסט אינערליכע און פריוואטע מיטלעבנישן. עס איז אויך מערקזאם אז דו ביזט א גוטע שרייבער. האסט נישט מאריך געווען מער ווי מען דארף און האסט געגעבן דעם ליינער פונקט גענוג קאנטעקסט און בעקגראונד צו קענען פארשטיין פון וואו דו ביזט געקומען און וואו דו האט געצילט אנצוקומען. עס איז אבער יא אביסל צום באדויערן אז דו האסט נישט מער מאריך געווען און בעסער אראפגעלייגט דיינע וויזיעס און עקספיריענסן בשעת'ן זיין אנטער די אינפלוענס. איך האב אסאך שטודירט די נושא פון סייקעדעליקס בכלליות און בפרט אייעוואסקא. אסאך פון מיינע רביס פון וועם איך האב קונה געווען חכמה האבן עס רעקאמענדירט פאר זייערע תלמידים און האבן עס אליין גענוצט. איך פארשטיי אז אן אויסער-וועלטליכע עקספיריענס קען מען נישט ריכטיג איבערגעבן מיט וועלטליכע ווערטער און אויסדרוקן אבער פארט האב איך געהאפט אז איך וועל מיך קענען קאנעקטן מיט די שרייבער און עטוואס משיג זיין וואס ער איז אריבער. למעשה האט מיר יענע טייל פון די מעשה געפילט זייער אבסטראקט און unreachable.

אויך איז וויכטיג צ באטאנען אז טראץ דעם וואס אייעוואסקא (פונקט ווי אסאך אנדערע סייקעדעליקס) איז א נאטירליכע געוואוקס דאך זענען די כעמיקאלן דערין גאר שטארק און עס איז אלעמאל דא א ריזיקע, אויב נישט א פיזישע דאן זיכער א גייסטישע. עקספערטן זאגן אז ווען סייקעדעליקס ווערט גענומען ערנסטערהייט, מיט א הכנה דרבה, אין די ריכטיגע צושטאנד מיט ריכטיגע כוונות דאן איז נישט דא די ריזיקע. אויב אבער נעמט מען עס סתם פאר פאן ווייל מען וויל האבן נאך איין עקספיריענס אין די לעבן, דאן איז יא דא די ריזיקע. נאך א זאך איז וויכטיג נישט צו נעמען אזעלכע זאכן נאר פון גאר פארזיכערטע מקורות, פון איינעם און מיט איינעם וואס מען טראסט.

יישר כח נאכאמאל פאר די הערליכע ארבייט.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

שמעון_זית האט געשריבן:פאר מיר פערזענליך האט מעדיטאציע און סייקעדעליקס געהאט א גאר פאזעטיווע השפעה אויף מיין לעבן און מיינע ארומיגע

קענסט מאריך זיין, וואס איז געווארן בעסער?
און וויאזוי האט עס געהעט אן השפעה אויף ארימיגע?
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך האב נאכנישט געליינט די ארטיקל.

אבער דאס איז זיכער אז אסאך גרויסע מענטשען האבן זיך באנוצט מיט ״סייקעדעליקס-דראגס״ און דאס האט זיי געפענט דעם מוח און געמאכט קלוגער און מעהר פראדאקטיוו. מ׳זאגט אז סטיוו דזשאבס פון עפעל האט גענומען מיקראו-דאזעס פון LSD. מיין רבי און די טאטע פון סטענד-אפ-קאמעדיע דזשאורזש קארלין ז״ל איז געוועהן פון די ערשטע עס צו רעקאמענדירן אין פובליק... לויט ווי ער פלעגט זאגן מאכט עס קלאר די מוח און געט די מענטש א מעגליכקייט פון טראכטן אויף א וועג ווי קיינמאל ביפאר. ס׳קען טוישן די גאנצע מענטש׳ס פראספעקטיוו און אויסקוק אויף לעבן, נאטור און אלעס ארום זיך.

איך געב נישט קיין שום רעקאמענדאציע צו נעמען געוויסע דראגס. איך זאג נאר נאך וואס איך האב געהערט און געזעהן ביי אנדערע.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
שמעון_זית
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:34 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

שליחה דורך שמעון_זית »

הוגה האט געשריבן:[justify]איך האב זייער הנאה געהאט פון דיין געשיכטע און איך וויל דיר באדאנקן פארן זיך עפענען פאר אונז און מיטטיילן דיין מערסט אינערליכע און פריוואטע מיטלעבנישן. עס איז אויך מערקזאם אז דו ביזט א גוטע שרייבער. האסט נישט מאריך געווען מער ווי מען דארף און האסט געגעבן דעם ליינער פונקט גענוג קאנטעקסט און בעקגראונד צו קענען פארשטיין פון וואו דו ביזט געקומען און וואו דו האט געצילט אנצוקומען. עס איז אבער יא אביסל צום באדויערן אז דו האסט נישט מער מאריך געווען און בעסער אראפגעלייגט דיינע וויזיעס און עקספיריענסן בשעת'ן זיין אנטער די אינפלוענס. איך האב אסאך שטודירט די נושא פון סייקעדעליקס בכלליות און בפרט אייעוואסקא. אסאך פון מיינע רביס פון וועם איך האב קונה געווען חכמה האבן עס רעקאמענדירט פאר זייערע תלמידים און האבן עס אליין גענוצט. איך פארשטיי אז אן אויסער-וועלטליכע עקספיריענס קען מען נישט ריכטיג איבערגעבן מיט וועלטליכע ווערטער און אויסדרוקן אבער פארט האב איך געהאפט אז איך וועל מיך קענען קאנעקטן מיט די שרייבער און עטוואס משיג זיין וואס ער איז אריבער. למעשה האט מיר יענע טייל פון די מעשה געפילט זייער אבסטראקט און unreachable.

אויך איז וויכטיג צ באטאנען אז טראץ דעם וואס אייעוואסקא (פונקט ווי אסאך אנדערע סייקעדעליקס) איז א נאטירליכע געוואוקס דאך זענען די כעמיקאלן דערין גאר שטארק און עס איז אלעמאל דא א ריזיקע, אויב נישט א פיזישע דאן זיכער א גייסטישע. עקספערטן זאגן אז ווען סייקעדעליקס ווערט גענומען ערנסטערהייט, מיט א הכנה דרבה, אין די ריכטיגע צושטאנד מיט ריכטיגע כוונות דאן איז נישט דא די ריזיקע. אויב אבער נעמט מען עס סתם פאר פאן ווייל מען וויל האבן נאך איין עקספיריענס אין די לעבן, דאן איז יא דא די ריזיקע. נאך א זאך איז וויכטיג נישט צו נעמען אזעלכע זאכן נאר פון גאר פארזיכערטע מקורות, פון איינעם און מיט איינעם וואס מען טראסט.

יישר כח נאכאמאל פאר די הערליכע ארבייט.


.[/justify]

א דאנק פאר דיינע פאזעטיווע ווערטער.
איך האב טאקע מקצר געווען, מרעדט פון א אכט שעה צערמאניע, א גרויס חלק דערפון איז פערזענליכע פראסעס פון עמאציענס, ענערגישע געפילען און פארשטאנד וואס באקומט אויף אן אופן וואס איז שווער מסביר צו זיין מיט שפראך.
למשל, אויף איין פונקט האט מיר די גייסט געוויזן ווי אזוי עס שפירט אין א ריעליטי ווען איך וואקס אויף אין א פרייע שטוב ווי מעסט בעיקאן פאר פרישטאג ביז איך האב פארשטאנען אז מיין היימישע משפחה איז ווי איך האב באמת געוואלט געבוירן ווערן.
דו ביסט גאר גערעכט אז דער עיקר איז די כוונה, און עס קען האבן א אומבעטעמטער עפעקט אויב מנעמט עס מיט אומריכטיגע מענטשען.
שמעון_זית
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:34 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

שליחה דורך שמעון_זית »

נולד מאוחר האט געשריבן:
שמעון_זית האט געשריבן:פאר מיר פערזענליך האט מעדיטאציע און סייקעדעליקס געהאט א גאר פאזעטיווע השפעה אויף מיין לעבן און מיינע ארומיגע

קענסט מאריך זיין, וואס איז געווארן בעסער?
און וויאזוי האט עס געהעט אן השפעה אויף ארימיגע?

איך באמערק שינויים לטובה אין מיין מהלך המחשבה, כבין מער פאזעטיוו, כשפיר מער אין קאנטראל און פאזיכערט אין מיין לעבן, איך מאך החלטות וואס זענען אין מיין אינטערסע אן פחד פון אנדערע, איך רעאגיר צו סטרעספולע מצבים רואיג, כבין פריינדליכער און כפארמאג א קלארקייט אין ענינים וואס כהאב אלס געוואלט פארשטיין, מיין ביזנעס האט זיך אפגרעידעט, איך בין היינט נאנטער און פאברענג מער מיט מיין משפחה, ווייב, קינדער און בעיקר מיינע עלטערען, איך האב נייע פריינט און באקאנטע וואס זענען גוט פאר מיר.
איך שפיר מער נישט פארכאפט אין א מצב ווי איך וויל נישט זיין, איך פארשטיי אז כבין דא פאר א געוויסע תכלית און ווייל איך וויל דא זיין, און כבין אויך גרייט פאר אויב דער מצב וועט זיך טוישן.
שמעון_זית
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:34 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

שליחה דורך שמעון_זית »

שבת אחים האט געשריבן:איך האב נאכנישט געליינט די ארטיקל.

אבער דאס איז זיכער אז אסאך גרויסע מענטשען האבן זיך באנוצט מיט ״סייקעדעליקס-דראגס״ און דאס האט זיי געפענט דעם מוח און געמאכט קלוגער און מעהר פראדאקטיוו. מ׳זאגט אז סטיוו דזשאבס פון עפעל האט גענומען מיקראו-דאזעס פון LSD. מיין רבי און די טאטע פון סטענד-אפ-קאמעדיע דזשאורזש קארלין ז״ל איז געוועהן פון די ערשטע עס צו רעקאמענדירן אין פובליק... לויט ווי ער פלעגט זאגן מאכט עס קלאר די מוח און געט די מענטש א מעגליכקייט פון טראכטן אויף א וועג ווי קיינמאל ביפאר. ס׳קען טוישן די גאנצע מענטש׳ס פראספעקטיוו און אויסקוק אויף לעבן, נאטור און אלעס ארום זיך.

איך געב נישט קיין שום רעקאמענדאציע צו נעמען געוויסע דראגס. איך זאג נאר נאך וואס איך האב געהערט און געזעהן ביי אנדערע.

כווארט צו הערען דיין פידבעק אויפן ארטיקל 8-)
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

מדראף זיין פארזיכטיג
[url=The Guardian: Ayahuasca tourists beware – it is no risk-free shortcut to enlightenment.
https://www.theguardian.com/commentisfr ... r-colombia]The Guardian: Ayahuasca tourists beware – it is no risk-free shortcut to enlightenment.
https://www.theguardian.com/commentisfr ... r-colombia[/url]
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

סתם נייגעריג. דער כותב הארטיקל האט זיך געלאזט צורירן דורך א שאמאש א פרוי? די גאנצע ארטיקל איז מיר עפעס פארגעקומען זייער ספּאָקי....... שוין זאל זיין מיט הצלחה....
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

סאיז לכוארה מותר אזויווי א פרוי א דאקטער.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

וואס נאך איז אלס מותר אזויווי א פרוי א דאקטער?
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: מאמע אייאוואסקא - וועקער 13

שליחה דורך יהודי פשוט »

קורקלענד האט געשריבן:וואס נאך איז אלס מותר אזויווי א פרוי א דאקטער?
פרעג די וואס פאר'ן קיין אומאן ראש השנה....
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

קורקלענד האט געשריבן:וואס נאך איז אלס מותר אזויווי א פרוי א דאקטער?

אלעס וואס איז נישט דרך חיבה, ווילאנג מ'האט נישט קיין 'הנאה'.

#איןבוריראחטא

#ולאעםהארץחסיד
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: מאמע אייאוואסקא - וועקער 13

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

דורך בלעטערענדיג דעם נייעם זומער וועקער און דורכקוקן די אינהאלט און זעהן ווי מ'בייסט ערשט אריין אזוי מישנדיג די פעידזשעס, האב איך געליינט דעם ארטיקל ערשט, כ'ווייס נישט פארוואס, ס'קען זיין ווייל דער קעפל פונעם ארטיקל איז געווען זייער אויפאלענד. אלענפאלס, דער ארטיקל איז מיר געווען זייער אינטערעסאנט, קען זיין ווייל כ'האב קיינמאל פריער נישט געהערט דערפון, און אויך איז עס זייער גוט געשריבן צום פינטל, אזוי ווי @הוגה האט שוין ארויסגעברענגט.

איין זאך וואס איך פארשטיי נישט פארוואס דו האסט גברויכט מאכן אזא הכנה דרבה און פרעגן דעם ווייב רשות, און גיין נעכטיגן אין דער פרעמד? איך פיר זיך א יעדן שב"ק צו טרינקן אזא רוסישע וואסער וואס האט גאר א גוטן טעם, ס'באקאנט די תלמידי בעש"ט האבן נאך געטרונקן פון די וואסער, און אסאך משלים און מעשיות האבן זיך געדרייט ארום די וואסער, דע וואסער האט אויפגעראכטן אסאך אידן אין די שווערע גלות, אסאך סודות התורה זענען נתגלה געווארן איבער דע וואסער, ס'דא אסאך צו רעדן און פארציילן איבער די געבענטשטע רוסישע וואסער, ואכמ"ל.

אבער אזויפיל יא, איך פיר מיך יעדן שבת ויו"ט צו טרינקן פון די רוסישע וואסער כ'ברויך נישט פרעגן רשות פון מיין ווייב, זי זיצט נעבן מיר, אין אינזער אייגענעם דיינינג רום, כ'ברויך נישט נעכטיגן אין דער פרעמד, און ס'נאך ביליג אויך, די רוסישע אינסטאנצן האבן פון אייביג אן געהיטן אז די פרייז דערפון זאל בלייבן נידעריג.
מ'גיסט אן איין גלעזעל און ס'צווייטע גיסט זיך אליין און נאך אפאר גלעזלעך פארשטייט מען באשיינפערליך אז "אין עוד מלבדו" די אמונה ברויך מען חזר'ן כסדר, ס'ברויך אייביג זיין פאר די אויגן מילא טוהט מען עס איבער יעדן שבת ויו"ט און אזוי לעבט מען אגאנץ לעבן מיט גאט.
אפשר קענסטו מיר אביסעל מער מסביר זיין וואסי איז די חילוק פון יענץ ביז די געבענטשטע רוסישע וואסער? עפעס האב איך נישט ארויס דא.
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

הנשר הגדול
צו פארענפערן די פראגע ברויך מען מסתמא קענען אביסעלע כעמיסטרי
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

רוסישע וואסער... :lol:

גאלדענע, משקה און לייכטע דראגס קענען דיר טאקע געבן אינטעסיווע עקספיריענסן אבער נאר באזירט אויף וואס דו האסט שוין אמאל עקספיריענסד. סייקעדעליקס זאגן מענטשן אז ס'נעמט אריין די מענטש אין נייע עולמות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הוגה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

נעם נאר איינמאל איין סייקעדעליקס וועסטו נישט פרעגן אזעלכע קשיות.

https://youtu.be/57yZheFC4Is
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א עלטערע איד דערציילט זיין עקספירינעס מיט אייעוואסקא

https://www.nytimes.com/2019/10/17/styl ... tizen.html
שרייבען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש נאוועמבער 12, 2022 9:05 pm
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

שליחה דורך שרייבען »

שמעון_זית האט געשריבן:טייערע פריינט, איך באגריס אייך אלע און כפריי מיר זיך דא צוגעפונען,
אביסל וועגן מיר, א יונגערמאן אין די פריע דרייסיגערס, אויפגעוואקסען און נתחנך אין א סאטמארע שטוב און סביבה, היינט עומד והולך בדעת עצמי. יארן צוריק פלעג איך זיין זיין אקטיוו דא אלס א גאסט און אסאך ידיעות קונה געווען וואס האט מיר געהאלפען שטייגען ברוחניות ובגשמיות. כהאב גרויס הכרת הטוב פאר אלע וואס שרייבען לזכות את הרבים.
לעצטענס האב איך צום ערשטען מאל געשריבן אן ארטיקל ״מאמע אייאוואסקא״ וואס איז ערשינען אינעם זומער וועקער 13. היות כהאב געזעהן א טייל זענען אינטרעסירט האב איך געעפענט א ניק צו ענטפערען תשובות און מיטטיילען פאר די וואס ווילען הערן מער איך האף אויך צו שרייבען נאך און קאמענטירן בעזרת השם.
פאר מיר פערזענליך האט מעדיטאציע און סייקעדעליקס געהאט א גאר פאזעטיווע השפעה אויף מיין לעבן און מיינע ארומיגע. איך שפיר סאיז דא אנדערע וואס געפינען זיך אין אן ענליכען מצב וואס האט מיר געטריבען אריינצוקוקן מאחורי הפרגוד, סאיז מיר א זכות צו העלפען דאס מענטשהייט צו טרעפען יעדער זייער אייגענעם אמת.
אויב איינער האט סיי וואס פארא שאלות איבער דעם נושא, ביטע פרעגט.

איז דא איינער וואס קען מיך שיקן די ארטיקל אויף פד"ף
פארשפארט