וואס גייט פאר מיט ליפא?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
בית יוסף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2018 6:37 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

וואס גייט פאר מיט ליפא?

שליחה דורך בית יוסף »

עס דרייט זיך א וויערל א קליפ ווי ליפא זאגט אז מענשן פרעגן מיר ווי איז מיין נעקטיי ווי איז מיין .. ווארעוור פארוואס גיי איך ווי מיין טאטע
נו איז וואס גייט פאר ער מייט עס ערנסט אדער ער איז שוין בארד א ביסל
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

דער האט צוריקגעדרייעט דעם זייגער.

לעצטענס איז געשעהן עפעס ענליכס (כאטש אויסערליך) מיט א פראמינענטע או טי די, איינער וואס האט געדינט אלץ דוגמא פון 'זיין סוקסעספול כאטש ער איז אפגעפארן', למעשה האט ער געהאט עפעס שווערער צייטן און איז געווען האספיטאליזירט, און דער איינציגער וואס האט זיך געקימערט איבער זיין שיקזאל איז געווען זיין זעליגער פאטער, און דאס האט אים א שטיקל ציפ געגעבן און ער האט אויסגעדרייעט דעם דאשיק.

וואלט געווען כדי אויב איינער פון די טאלאנטפולע שרייבער דא זאלן עפענען א אשכול איבער דעם און באשרייבן די פרעצעדענטלאזע ערשיינונג. דערווייל טאקע נאר ביי א פאר שטארקע יחידים, אבער זיי טרעטן אויס א וועג פאר די דזשענעראל או טי די סאסייעטי צו חוזר זיין בתשובה, פארשטייט זיך נאכדעם וואס די אילוזיע פון לעבן 'פריי' אן 'פרעשור' נישט מיט די 'סיסטעם' וכו' ווערט ביי זיי רעאליזירט אלץ טאקע נישט מער פון א אילוזיע.

איך גיב א געוואלד מיט קרעדיט פאר די וואס טוען דאס, ס'נעמט א געוואלד מיט קוראזש.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

איך האב שוין געשריבן אפאר טעג צוריק אז עפעס קאכט זיך ביי ליפא, איך האב עס באמערקט ווען ער האט אויף איינמאל צוריק אנגעטוהן א לאנגע רעקל מיט א שווארץ קאפל. , גראדע 5 מעניט צוריק האט ער געגעבן זיין לעצטע שני וחמישי דרשה, איך בין נישט באהאווענט מיט אראפ ברענגן לינקס. ער דאנקט דארט פאר א רייע מענטשן וואס האבן אים געהאלפן מאכן זיין לעצטע טרענזישן. עס איז צום האפן אז עס עפנט זיך אויף א טיר פאר א פאר קנאקעדיגע נייע ארגינעלע ליפא סידיס.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: וואס גייט פאר מיט ליפא?

שליחה דורך קל וחומר »

יעקב מענטש האט געשריבן:דער האט צוריקגעדרייעט דעם זייגער.

לעצטענס איז געשעהן עפעס ענליכס (כאטש אויסערליך) מיט א פראמינענטע או טי די, איינער וואס האט געדינט אלץ דוגמא פון 'זיין סוקסעספול כאטש ער איז אפגעפארן', למעשה האט ער געהאט עפעס שווערער צייטן און איז געווען האספיטאליזירט, און דער איינציגער וואס האט זיך געקימערט איבער זיין שיקזאל איז געווען זיין זעליגער פאטער, און דאס האט אים א שטיקל ציפ געגעבן און ער האט אויסגעדרייעט דעם דאשיק.

וואלט געווען כדי אויב איינער פון די טאלאנטפולע שרייבער דא זאלן עפענען א אשכול איבער דעם און באשרייבן די פרעצעדענטלאזע ערשיינונג. דערווייל טאקע נאר ביי א פאר שטארקע יחידים, אבער זיי טרעטן אויס א וועג פאר די דזשענעראל או טי די סאסייעטי צו חוזר זיין בתשובה, פארשטייט זיך נאכדעם וואס די אילוזיע פון לעבן 'פריי' אן 'פרעשור' נישט מיט די 'סיסטעם' וכו' ווערט ביי זיי רעאליזירט אלץ טאקע נישט מער פון א אילוזיע.

איך גיב א געוואלד מיט קרעדיט פאר די וואס טוען דאס, ס'נעמט א געוואלד מיט קוראזש.
די סיבה פארוואס אסאך או טי די'ס קומען צוריק איז וויבאלד זיי זענען צוגעוואוינט צו א לעבן מיט משפחה און נאנטע קאמיוניטי וואס איז אוממעגליך צו ערזעצן ווען איינער אנטלויפט פון זיין משפחה און געזעלשאפט.
דאס צייגט אבער נישט וועלכע לעבנסשטייגער איז בעסער ווען מען וועט צוגלייכן א פרייע משפחה לעבנסשטייגער לעומת א פרומע משפחה (וואס איז כולל אסאך אנדערע דרגות).
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

בית יוסף האט געשריבן:עס דרייט זיך א וויערל א קליפ ווי ליפא זאגט אז מענשן פרעגן מיר ווי איז מיין נעקטיי ווי איז מיין .. ווארעוור פארוואס גיי איך ווי מיין טאטע
נו איז וואס גייט פאר ער מייט עס ערנסט אדער ער איז שוין בארד א ביסל

בייגעליייגט לינק צום קליפ
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

[tag]קל וחומר[/tag]

די פאר באקאנטע או טי די'ס וואס זענען צוריקגעקומען האבן געהאט זייער אסאך סאשעל סאפארט, מ'רעדט נישט פון קיין לוזערס וואס האבן זיך דערזעהן אין שעלטער נאכן פארלירן די הונדערטסטע דזשאב. מ'רעדט פון מוצלחים. און זיי האבן שוין געהאלטן היבש לאנג נאך זייער אפקער.

איך זאג נישט קיין החלטות, נאר אבזערוואציעס.

אדרבה זאלן זיי אליינס פארציילט וואס האט זיי צוריקגעשלעפט, און צו זיי וואלטן געראטן איינעם צו טוהן וואס זיי האבן געטוהן
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

ליפא אנאנסירט אז ער גיבט אויף שעיני וחמישי.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לפענ"ד זענען דא עטליכע קלאסן פון או.טי.די. קליענטן. פי' די וועלכע פארלאזן די שטרענגע רעליגיעזע אפהיטונג. אזוי ווי שמירת שבת. עסן כשר'ס און דאווענען (טעגליך).

איין גרופ פון נושרים קומען פון אומ-סטאבילע משפחות. וואו ס'איז נישט דא קיין שלום בית. מ'קריגט זיך ארום אייביג. או די עלטערן זענען ..."נישט אויפ'ן זעלבן פעידזש"...!

נאכדעם איז פארהאן א צווייטע קלאס פון בחורים און מיידלעך וועלכע פאללן אוועק פון די רעליגיע צוליעב די אומ-נויטיגע און שעדליכע פרעשור פון די עלטערן. (מערסטנס דער טאטע). וועלכע לייגן פרעשור אויף די קינדער ביי א יעדע זאך. ווי למשל זיצן מיט שטרענגקייט ביי א שבת ויו"ט טיש. און אנשרייען די קינדער פארוואס זיי זינגען נישט זמירות גענוג הויעך און מיט א ברען. אויך. אז מ'מוז זיצן מיט'ן הוט און רעקל ביי די גאנצע סעודה. און מ'טאר נישט לייכט שמועסן אדער פארברענגען.

אט די אומ-נויטיגע פרעשור וואס די עלטערן פראקטיצירן אויף די קינדער קומט פון א גילטי פיעלינג וואס איינער אדער ביידע פון די עלטערן האבן איבער זייער נישט ערליכע אויפפיהרונג פון זייער אייגענע יוגנט.

אין צוגאב צו דעם פאקט אז מ'לערנט נישט איבער אמונה און קיום המצוות אין די חדרים און ישיבות. און וואס די קינדער טוען איז נאר כמעשה קוף בעלמא. אן שפירן א טעם אין קיום המצוות. נו, ווילאנג קענמען דאס אנהאלטן. זיי ווערן סוכ"ס מיעד פון דעם און זיי לאזן אלעס אפ.

אויך איז דא א טייל קינדער וועלכע ווערן אפגעשוואכט אין אידישקייט ווייל זיי זעהען היפאקריטישקייט ביי איינס אדער ביידע פון די עלטערן...! למשל, ווען דער טאטע שרייט אויף זיין יונגל אין ביהמ"ד נו, דאוון הויעך...! און דער יונגל זעהט ווי דער טאטע לויפט ארום אין ביהמ"ד פון רעכל צו מעכל און שמועסט און שטערט אנדערע פון דאווענען. אדער ווען דער יונגל הערט אין שטוב ווי דער טאטע בארימט זיך אז ער האט ..."געמאכט זייער א גוט געשעפט"... ער האט גוט אויסגעשפיעלט אן אנדער'ן מענטש...!

איך ווייס פערזענליך פון א פאל ווי אין א משפחה די מאמע איז געווען א גרויסע סוחר'טע און א דריי-קאפ. און זי האט אויסגעשפיעלט מענטשן פון געלט. און זייער זוהן איז אויסגעוואקסן א פאלנער גנב און דראג עדיקט. און ר'איז געווען ארעסטירט. איך ווילל נישט ארויסשרייבן מער פרטים מפני חשש גילוי. ווייל ס'איז דא ווער ס'קען די משפחה...!
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

שליחה דורך גראף »

ליפא איז (געווען) או.טי.די.?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גראף: שלום עליכם... דו האסט געוואוינט אויף די לבנה...?!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

בארג אראָפּ איז זייער גרינג, אבער צוריק ארויף צו קוקן און זעהן ווי שטארק מ'איז געפאלן און נעמען די קוראזש צוריק ארויף צו קריכן, פאר דעם קומט אסאך קרעדיט. לדעתי איז איצט די צייט איהם צו אפלאדירן און שטארק מחזק זיין. ווייל ס'איז פיהל שווערער זיך צוריקצודרייען ווי זיך אוועקצודרייען, צוריקקומען איז א פיהל גרעסערע טשעלענדזש, זאל איהם דער אויבערשטער העלפן אז ס'זאל זיין גרינג און געשמירט און די עולם זאל שנעל פארגעסן.
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

קורקלענד האט געשריבן:בארג אראָפּ איז זייער גרינג, אבער צוריק ארויף צו קוקן און זעהן ווי שטארק מ'איז געפאלן און נעמען די קוראזש צוריק ארויף צו קריכן, פאר דעם קומט אסאך קרעדיט. לדעתי איז איצט די צייט איהם צו אפלאדירן און שטארק מחזק זיין. ווייל ס'איז פיהל שווערער זיך צוריקצודרייען ווי זיך אוועקצודרייען, צוריקקומען איז א פיהל גרעסערע טשעלענדזש, זאל איהם דער אויבערשטער העלפן אז ס'זאל זיין גרינג און געשמירט און די עולם זאל שנעל פארגעסן.

האט ער אבער דען א צווייטע ברירה (אויסער אריינטאנצן אין האדסן)?
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

היינט איז שוין דא א נייע זאך א בעסערע זאך , מען טוט וואס מען וויל אבער וואס מען וויל, אלעס! (כמעט) און מען בלייבט געהעריג אין די קאמיוניטי כדגמת ....
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

שליחה דורך היכי דמי »

פון לעצטיגע קליפס וואס פארן ארום פון אין זעהט מען קלאר אז ער פרובירט צו מאכן א שיינע דריי צוריק דעם זייגער, ער גייט מיט א ווייסע העמד און א שווארצע קאפל, און רעקל, א זאך וואס מען האט אים שוין נישט געזעהן דערמיט יארן.

מיין שאלה איז צו די פרומע עולם וועט אין צוריק עקסעפטען, איך מיין אז נישט. אויף די טמנ׳ע איי וועלט האב איך שוין געזעהן א העסליכע קאמענט פון איינעם אז אזא איינער דארף זיין אראפ פון די מאפע...

איך פריי זיך זייער פאר זיין אקט, פשוט פאר זיין הערליכע סידיס וואס ער גייט ארויסגיבן.

אזוי צו אזוי, איז ליפא א שטארקע מענטש, און מען דארף ארויפקוקן אויף אים פאר׳ן זיך נישט שעמען, און צוריק ארויפקריכן אויף דעם ערליכן דרך.
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

שליחה דורך היכי דמי »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמעקעדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: כפול
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

שליחה דורך גראף »

berlbalaguleh האט געשריבן:גראף: שלום עליכם... דו האסט געוואוינט אויף די לבנה...?!

פארשטייסט נישט? איך פרעג אויב ער איז געווען א מחלל שבת (או.טי.די. בלע''ז).
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

מחלל שבת אפשר פונקט נישט, אבער אויף ענליכס וואס האט אים מער געצויגן מסתמא יא.
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

איך בין צעמישט, געממינט האב איך אז ער האט זיך גע'גט (אויב עס איז אמת) וויבאלד זיין ווייב האט געצויגן מער צו פרימקייט, נו אז ער איז וויל דעם עול התורה והמצוות, טא, וואס איז שלעכט מיט ליפא'נען אז זי זאל וועלן אוועקגיין?...
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

ס'איז נישט ריכטיק צו צונעמען מענטש'נס פריוואטע אנגעלעגנהייטן אויף א פובליק פלאטפארמע.
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

קורקלענד האט געשריבן:ס'איז נישט ריכטיק צו צונעמען מענטש'נס פריוואטע אנגעלעגנהייטן אויף א פובליק פלאטפארמע.

מאי שנא פונעם גאנצן אשכול?
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

דאס לעבן פון יעדע פובליק פיגור באשטייט פון א פובליק חלק און א פריוואטע חלק. די פובליק אנגעלעגנהייטן זענען פובליק, און די פריוואטע אנגעלעגנהייטן זענען פריוואט. וואלט ער ווען גערעדט פון זיין שלום בית ביי די שני וחמישי איז איין זאך, אבער סתם אזוי איז עס פון די פריוואטע חלקים און מ'דארף געבן רעספעקט און נישט צונעמען אין פובליק.
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך אדונינו »

מיר קוקט עס אויס פון אלעס צוזאמען מער ווי א פינאנציאלע החלטה, ער וויל צוריק זיינע Jobs זיין געלט, און זיין לעבן.
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

שליחה דורך yatzmachp »

מיך אינטערעסירט נישט זיין מאטיוו. איך פריי מיך אז ער איז צוריק ווייל אין מיין אפיניען איז נישטא זיינס גלייכן אין די אידישע וועלט. זיין טאלאנט איז געמאכט פאר אונז אידן און פאר א לענגערע צייט האבן מיר עם נישט געהאט. איך קען שוין קוים ווארטן פאר זיינע נייע סחורה. איך וויל עם זייער שטארק הערן נאכאמאל גראמען אויף חתונות. ער האט וואס קיינער האט נישט.
פארשפארט