בלאט 1 פון 3

ענליכקייטן צווישן אור-אלטע רעליגיעס

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 1:00 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פאות הראש אין פארשידענע קולטורן.
en.wikipedia.org/wiki/Sidelock_of_youth

אפשערן/חלאקה.
en.wikipedia.org/wiki/First_haircut

Re: ענליכקייטן צווישן אור-אלטע רעליגיעס

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 18, 2018 11:00 pm
דורך טמיר
די וויכטיגסטע פאקטאר דא איז אויב מען רעדט נאך מתן תורה אדער פאר. אויב נאך, קען עס מיינען נאכקאפירט פון די תורה, אדער אסימילירטע אידן. אויב פאר, ווילסטו ארויסברענגען אז די תורה האט נאכקאפירט פון יענע רעליגיעס חלילה???

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2018 12:20 am
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: איך האב נישט גע קעי-פיע'ט דעם לינק צו וויקיפעדיע ווייל איך בין צו פויל געווען. אבער איך ווייס מער ווייניגער ואס די אזוי גערופענע ..."בייבל קריטיקערס'" טענה איז אז..."האמוראבי"... האט אראפגעשריבן א סאך געזעצן וועלכע זענען ענליך צו די מצוות בין אדם לחברו פון די תורה. אשר על כן, זאגן זיי (עפרא לפומייהו) אז די תורה איז נישט מן השמים. והראיה., די תורה האט נאכקאפירט א טייל פון האמוראבי'ס געזעצן...!

דזשאסט פאר דהע רעקארד-- ווי מ'זאגט אויף ענגליש. איך האב עטליכע מהלכים צו פארענטפערן דעם פאקט אז האמוראבי'ס געזעצן זענען ענליך צו א טייל פון די מצוות התורה. אונז דארפן מיר געדענקען אז תורה מן השמיים. דאס קען נישט אפגעפרעגט ווערן...!

Re: ענליכקייטן צווישן אור-אלטע רעליגיעס

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2018 12:37 am
דורך גראף
נו רב בערל אפשר עפענט איר א אשכול איבער דער האמאראבי?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2018 6:14 am
דורך berlbalaguleh
גראף: אי"ה, בלי"נ. נאר מ'דארף נאך טון א ביסל ארבעט.. אויך וועגן עטליכע ענליכע מנהגים פון וואס די אידן און להב' די גוים פראקטיצירן היינט...!

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2018 10:05 am
דורך [NAMELESS]

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 2:31 am
דורך [NAMELESS]
זביחה
הקטרה
ניסוך
השתחוויה

וידוע שיטת הרמב"ם בנוגע קרבנות, ותן לחכם ויחכם עוד.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 12:28 pm
דורך רביה''ק זי''ע
טמיר האט געשריבן:די וויכטיגסטע פאקטאר דא איז אויב מען רעדט נאך מתן תורה אדער פאר. אויב נאך, קען עס מיינען נאכקאפירט פון די תורה, אדער אסימילירטע אידן. אויב פאר, ווילסטו ארויסברענגען אז די תורה האט נאכקאפירט פון יענע רעליגיעס חלילה???

איך וויל נישט גארנישט ארויסברענגען, כ'ברענג עס סתם פאר אינטערעסאנטקייט. מיין פערזעליכע מיינונג אין די נושא איז בכלל נישט נוגע, כ'האב עס שוין אמאל דערמאנט דא בקיצור אין מ'האט עס אויסגעמעקט. איך גיי עס נישט נאכאמאל איבערזאגן, אבער דאכצעכמיר אז יעדער וואס שטודירט מיטאלאגיע און רעליגיע קומט צו צו די זעלבע מסקנה. אבער אז דו האסט שוין יא דערמאנט, איך מיין אז די בילדער ווי מ'זעט מצריים מיט פאות זענען נאך פון פאר מתן תורה.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 10:53 pm
דורך מיימון
זע דא וועגן טומאה און דא לגבי ציצית ועיין כאן ועיין (או לא?) כאן ומה שכתבתי שם בשעתו. ויש להאריך או לקצר.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 10:54 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: דער פראבלעם מיט די מערסטע פון די מענטשן וועלכע שטודירן חכמות חיצוניות ווי פילאזאפיע , מיטאלאגיע און נאך אנדערע אזעלכע אנגעזאמלטע קאלעקציעס פון וויסנשאפט ווי די טעאריע פון טשארלס דארווין איבער עוואלוציע, ווערן זיי פארלוירן. און זיי באקומען אן אינפערייאריטי קאמפלעקס לגבי זייער אייגענע רעליגיע...!

אונז דארפן מיר זיין געפאוקוסט צו געדענקען אז די תורה איז אמת. און אריגינאל... און אלע אנדערע זאכן זענען נאכגעמאכט. איי מ'טרעפט ענליכקייטן צווישן די געזעצן פון די תורה און די געזעצן פון האמוראבי. דאס מיינט נישט אז די תורה האט עס נאכקאפירט פון זיי...!

אויך. ס'זענען דא א סאך ענליכקייטן צווישן אידן און גויים ביי די מנהגים פון חתונה האבן.און מאכן לוויה צערעמאניעס. דאס שטאמט פון די תלמודישע תקופה. ווען אידן האבן געלעבט אין (פיזישן) נאנטשאפט מיט די גויים. אבער די הייליגע חכמים פון יענע תקופה האבן אייביג געזעהן אז די אידן זאללן נישט נאכמאכן די מנהגים פון די גויים. אין די צייטן פון תלמוד איז געווען איינגעפיהרט אז מ'האט געמאכט גרויסע לוויה צערעמאניעס מיט בלומען און טייערע ארונות און פארעידס. אבער די חז"ל האבן עס מבטל געווען. און דער פאקט אז אידישע און גוי'אישע כלות גייען מיט א ספעשל ווייסע קלייד ביי די חתונה. דאס האבן די גויים איבערגענומען פון די אידן...!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 12:30 am
דורך רביה''ק זי''ע
berlbalaguleh האט געשריבן:אונז דארפן מיר זיין געפאוקוסט צו געדענקען אז די תורה איז אמת. און אריגינאל... און אלע אנדערע זאכן זענען נאכגעמאכט.

איך בין מסכים הונדערט פראצענט אז אזוי דארף צו זיין, אבער וואס זאל איך טון אז דער מציאות פראסקעט מיר אין פנים? און ניין, איך האלט נישט אז די תורה איז פעיק, קענסט זיך שוין בארואיגן, אבער איך האלט אויך נישט אז די אנדערע זענען פעיק, אלע זענען אריגינעל. וועסטו פרעגן, וויאזוי קען זיין? ס'מוז דאך זיין אז איינער האט נאכגעמאכט דעם צווייטן? ווען דו וועסט לערנען מער איבער רעליגיע און מיטאלאגיע וועסטו אליינס צוקומען צום תירוץ, מ'קען עס נישט מסביר זיין אויף איין פוס.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 8:09 pm
דורך רביה''ק זי''ע
https://www.huffingtonpost.com/gadadhar ... 37207.html

זייער גוט מסביר דער ענין פון דינען אפגעטער/עבודה זרה.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 8:14 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מיימון האט געשריבן:זע דא וועגן טומאה

מענין לענין.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 8:26 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: אבער אין די אלטע פרי-היסטארישע צייטן. אין די צייטן פון יעקב אבינו און זיין משפחה. ווען ער איז אנטלאפן פון לבן. און לבן איז צום צווייטן מאל אריינגעקומען אין געצעלט פון רחל. אזוי דערציילט די תוה"ק. ווייל ער האט געוואוסט אז זיא זי א חברה'מאן'טע. און זי איז מסוגל אועוקצוגאנבענען זיין עבודה זרה. אבער רחל האט געזאגט אז ער זאלל איהר מוחל זיין אז זי שטייט נישט אויף פאר איהם..."כי דרך נשים לי"...! אבער מ'האט זי נישט דערווייטערט פון הויז און משפחה לעבן. זי האט אלעס מיטגעהאלטן. מ'האט זי נישט פאריאגט פון די שטוב...!

Re: ענליכקייטן צווישן אור-אלטע רעליגיעס

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 8:38 pm
דורך קל וחומר
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:https://www.huffingtonpost.com/gadadhara-pandit-dasa/the-33-million-demigods-o_b_1737207.html

זייער גוט מסביר וואס איז דער ענין פון דינען אפגעטער/עבודה זרה.
חז"ל איז פול מיט מלאך מטטרון, גבריאל, מיכאל, אוריאל, רפאל וכו' עכ"ז איז פארהאן איין מלך מלכי המלכים וואס נאר צו אים מעג מען דאווענען.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 9:49 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קל וחומר האט געשריבן:חז"ל איז פול מיט מלאך מטטרון, גבריאל, מיכאל, אוריאל, רפאל וכו' עכ"ז איז פארהאן איין מלך מלכי המלכים וואס נאר צו אים מעג מען דאווענען.

ווייל אידן האבן א קשר מיט'ן מלך מלכי המלכים אליינס, הה"ד "בנים אתם לה' אלוקיכם". משא"כ די אומות העולם וואס האבן נישט די קשר, זיי מעגן טאקע יא דינען די אפגעטער.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 6:45 pm
דורך רביה''ק זי''ע

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 7:17 pm
דורך הקטן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:חז"ל איז פול מיט מלאך מטטרון, גבריאל, מיכאל, אוריאל, רפאל וכו' עכ"ז איז פארהאן איין מלך מלכי המלכים וואס נאר צו אים מעג מען דאווענען.

ווייל אידן האבן א קשר מיט'ן מלך מלכי המלכים אליינס, הה"ד "בנים אתם לה' אלוקיכם". משא"כ די אומות העולם וואס האבן נישט די קשר, זיי מעגן טאקע יא דינען די אפגעטער.

אֲשֶׁר חָלַק יְקֹוָק אֱלֹהֶיךָ אֹתָם לְכֹל הָעַמִּים תַּחַת כָּל הַשָּׁמָיִם

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 8:37 pm
דורך נולד מאוחר
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ראש השנה ועשרת ימי תשובה

וואס איז דו צישטעל? דו טרויערדיגע תפילות? דו טעג איז 12.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 8:51 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אפאר זאכן: 1. דער ענין אז די ערשטע טאג פון יאר איז א יום הדין. 2. דער ענין פון צוויי ראש השנה'ס, איינס אין ניסן און איינס אין תשרי. 3. די בלאזן טרומפייטערס. דאכצעך מיר אויך אז איינס פון די תפילות זייערע איז געגאנגען אויף כמעט די זעלבע מהלך ווי די תקיעתא דבי רב.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 9:50 pm
דורך מיימון
אז מרעדט שוין אט האסטו פון הרב הצדיק אברהם העברי א שמועס וועגן ראש השנה און אלטע פעלקער.

זע שוין אויך דא א שמועס לכבוד ראש השנה פון דעם איטאליענער משכיל יש"ר מריגייו (נישט מקנדיא) א שאד נאר עס איז שוין נאך ראש השנה. עס קען אסאך בארואיגן די נערוון פאר ווער עס האט נאך

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 9:51 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קל וחומר האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:https://www.huffingtonpost.com/gadadhara-pandit-dasa/the-33-million-demigods-o_b_1737207.html

זייער גוט מסביר וואס איז דער ענין פון דינען אפגעטער/עבודה זרה.
חז"ל איז פול מיט מלאך מטטרון, גבריאל, מיכאל, אוריאל, רפאל וכו' עכ"ז איז פארהאן איין מלך מלכי המלכים וואס נאר צו אים מעג מען דאווענען.

גראדע אין הינדואיזם איז אויך דא אזא ענין, אזויווי ס'שטייט
25-Those who worship the demigods will take birth among the demigods... and those who worship me will live with me." - bhagavad-gita 7:23"
וכהנה עוד רבות.

אז מ'רעדט שוין, אפאר פסוקים פריער - אין פסוק 11 - שטייט:
".The foolish mock at me, at my descending like a human being. they do not know my transcendental nature and my supreme dominion over all that be"

שטעל עס צו די השגה פונעם ראב"ד אופ'ן רמב"ם הלכות תשובה פרק ג' בענין הגשמת האל, וז"ל: ולמה קרא לזה מין, וכמה גדולים וטובים ממנו הלכו בזו המחשבה, לפי מה שראו במקראות ויותר ממה שראו בדברי אגדות המשבשות את הדעות.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 9:55 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מיימון האט געשריבן:אט האסטו פון הרב הצדיק אברהם העברי א שמועס וועגן ראש השנה און אלטע פעלקער.

א. ס'שטייט אין חסידישע ספרים אז "אתם נצבים היום" איז מרמז אויף ראש השנה, לויט דעם באקומט עס גאר אן אנדערן משמעות... ודו"ק.

ב. ס'שטייט אין מדרש תנחומא, אמר חזקיה בנו של רבי חייא: למה נסמכה פרשה זו לפרשת קללות? לפי ששמעו ישראל מאה קללות חסר שתים שנאמרה בפרשה זו חוץ מארבעים ותשע שנאמרו בתורת כהנים, מיד הוריקו פניהם ואמרו: מי יכול לעמוד באלו?! מיד קרא אותן משה והיה מפייסן. יעצט קוק אריין אין נחמיה פרק ח', איך מיין אז דארט שטייט כמעט די זעלבע געדאנק.

ג. ס'שטייט פון אריז"ל אז מ'טאר נישט דערמאנען קיין חטא אום ר"ה.

מיימון האט געשריבן: עס קען אסאך בארואיגן די נערוון פאר ווער עס האט נאך

ד. צו בארואיגן די נערוון דארף מען נישט מער ווי קוקן אין נחמיה פרק ח'...

העולה מכל הנ"ל אז אדרבה, די גאנצע ענין פון ר"ה איז צו אנהייבן די נייע יאר פאזיטיוו, און דווקא נישט האבן קיין נערוון.