בלאט 1 פון 1

די 2012 אלימפיקס

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 2:18 am
דורך חד גדיא
הדד בן בדד האט שוין הערליך געשריבן איבער די אויפבוי פון די אלימפיק סייט. היינט פרייטאג פאנגט זיך אפיציעל אן די גרויסארטיגע שפילן. און דא איז געווידמעט אלע נייעס ארום די אלימפיקס.

די עפענונג צערעמאניע קומט פאר היינט פרייטאג. ס׳ווערט ערווארטעט אז א ביליאן מענטשן וועלן עס מיטהאלטן.
http://sports.nationalpost.com/2012/07/ ... ndon-2012/

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 2:22 am
דורך חד גדיא
גוגל האט היינט א ספעציעלע דודל לכבוד די אלימפיקס

בילד

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 10:26 am
דורך חד גדיא
איינער ווייסט ווי מ'גייט עס קענען זעהן די אפענינג צערעמאניע לייוו?

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 6:59 pm
דורך חד גדיא
עטליכע מינוט פון די קונצליכע פראגראם היינט נאכט אין לאנדאן.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=6wQYhXSI6Lk[/youtube]

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 7:07 pm
דורך חד גדיא
די קעניגען קומט אן באגלייט מיט "דזשעימס באנד"
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=T0EtNLJS21o[/youtube]

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 11:55 pm
דורך [NAMELESS]
אוי וויי. חד גדיא'ס ווידיא'ס זענען שוין אוועקגענימען.
איינער האט עפעס ווידיא'ס פון די צערעמאני??

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 5:24 pm
דורך town1
גוגל האט יעדן טאג עפעס אויף זייער פעידזש וועגן די אלימפיקס

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 6:54 pm
דורך חד גדיא
יעצט קומט פאר די ׳קלאוזינג צערעמאניע׳.

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 6:55 pm
דורך זר זהב
און נאכדעם איז די אלימפיקס פארטיג?

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 6:56 pm
דורך חד גדיא
זר זהב האט געשריבן:און נאכדעם איז די אלימפיקס פארטיג?

פאר דאס יאר.

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 6:57 pm
דורך זר זהב
ברוך שפטרנו
איך 'האס' ספארטס
גארנישט פערסאנאל

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 11:30 pm
דורך ונבנתה העיר
זר זהב האט געשריבן:ברוך שפטרנו
איך 'האס' ספארטס
גארנישט פערסאנאל

'ספארטס' האט נאך עפעס אין זיך חוץ 'ספארטס'?

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 11:45 pm
דורך zurich
די שפילערס מאכן געלט? אויב יא וויפל?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 10:07 am
דורך חד גדיא
zurich האט געשריבן:די שפילערס מאכן געלט? אויב יא וויפל?

אסאאאאאאאך!!!

איינער ווייסט צו מ׳קען ערגעץ זעהן א געהעריגע ווידיאו פון די אפענינג צערעמאניע?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 12:39 pm
דורך No_name
ביי די עפענונגס צערעמאניע האט הרב בין געמאכט א גאנצע עקט, אבער ביז א טאג האט יו-טוב אראפגעווארפן יעדע ווידעאו דערפון און אזוי אויך יעדע סייט ווי ס'איז געווען דערפון א קליפ האט עס ביז א טאג צוויי מער נישט געווען צו געפונען, ס'מיר א וואונדער פארוואס ס'איז אזוי, ווייסט איינער?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 12:41 pm
דורך זר זהב
מסתם איז דא אן עקסקלוסיוו טשעננעל פאר די אלימפיקס

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 2:38 am
דורך געפילטע פיש
zurich האט געשריבן:די שפילערס מאכן געלט? אויב יא וויפל?

דאס הייסט געפרעגט ווי א איד!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 6:47 am
דורך איך אויך
ער גייט לשיטתו.