בלאט 1 פון 4

אלמן אחד בין שבעים גרושות

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 5:35 pm
דורך שקד
אזוי איז די מצב.. מ'דארף זיך ספראווען מיט צענדליגע איינזאמע פרויען, וואס האבן נאכנישט עספיעט זיך צו באהעלפן און אננעמען דעם ריכטיגן באשלוס אין לעבן, אויף א ערנסטקייט, אז יא, איך וויל חתונה האבן מיט א מאן וואס ער וועט מיר פירן דעם שטוב, און נישט איך זאל טראגן די הויזן און עהם אין פאסטקע לייגן – גענוי ווי דער ערשטער..
ס'איז א גוטע זאך, אויסצולייגן אויף שיריים, די צענדליגע ערפארונג געשיכטעלעך, פונעם איינצעלנער יונגערמאן וואס זוכט א שידוך, און האט אינעם לאנגן וועג צו טרעפן דעם פאסיגן פאהר – א אויפגאבע צו אנטדעקן די נאטור פון צענליגע סארטן פונעם אנדערן גענדער, און זיך לערנען פארציעס ערפארונג אויפ'ן אייגענעם הויט.

געשיכטעלע איינס

מ'זעצט זיך אראפ און ס'קלונגט איר די טעלעפאן.. איר בעיבי סיטער וויל שוין אהיימגיין.. אבער מ'האט דאך זיך קוים געזעצט אויף א בעשוי?
גוט, זי וועט צואווארטן..
נו וואס פארציילט איר.. און ס'ווערט א שטיקל שמועס.. אבער מעשה שטן, מ'הערט קולות פונעם גאס, ס'ברענט א פייער אפאר הייזער אוועק..
און נאך פאר איך האב געבלינקן מיט'ן אויג, לויפט זי שוין צום פענסטער זען.. די פייערלעשער פארן אריבער..
און מ'זעצט זיך צוריק צום שמועס.. איך פארצייל אז כ'געדענק א פייער יארן צוריק ווי מ'האט געמאכט געלט פון אינשורענס.. און זי האקט מיר איבער.. זי וויל זען די פייער פאר איין מינוט!
זאל איך זאגן ניין?... אבער זי לויפט שוין ארויס.. און כ'ווארט פינעף צען מינוט.
כ'ווארט שוין צוואנציג מינוט.. און כ'קלונג דעם 'שדכן' פרעגן וואס גייט פאר..
אה! זי וויל נישט דעם שידוך...
דערפאר איז זי איינפאך אנטלאפן.. אהה! כ'פארשטיי שוין..

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 7:23 pm
דורך גדליה
:x :x :x :x :twisted: :twisted: :twisted:
עס קומט צו וויינען און לאכן. שרייבט נאך....

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 7:32 pm
דורך גראף
על כגון דא נאמר איך וויל זי נישט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 7:38 pm
דורך שקד
געשיכטע'לע צוויי

ער זאגט מיר אז ער האט א פאסיגע זאך פאר מיר, וואס טאקע זי איז אביסעלע עלטער, אבער מאכט נישט אויס, ווייל די נאטורן זענען מער ווייניגער אייניג..
דהיינו? איך בין דאך נאך אין די פריע דרייסיגערס.. און זי?
אה, זי איז אביסל עלטער נישט קיין סאך.. אבער וואס מאכט אויס די עלטער, זי קען נאך האבן קינדער, און זי וויל נאך האבן קינדער, און זי וויל זייער שטארק דעם שידוך..
יא? זי האט געזאגט אז זי וויל מיך?
יא, זי וויל שטארק זיך זעצן אויף א בעשאוי.. און זייער מעגליך ס'איז א פאסיגע זאך.
ווער איז געווען דער ערשטער מאן? און פארוואס האט זיך נישט קיין קינדער ביז היינט געהאט.
אלעס וועסטו איר פרעגן, זי איז גרייט פאר סיי וועלכע פראגע..
ויהי היום.. און איך זיץ אקעגן א פרוי.. א פרוי? יא! א מיידל איז אויך א פרוי.. אבער כ'פארשטיי שוין ווער ס'געווען דער ערשטער.. און פארוואס זי האט נאכנישט געהאט קיין קינדער, און די איבריגע פראגעס זענען באמת איבריג..
אויפ'ן ערשטן בליק האב איך שוין געזען גרויע האר, און די אויגן האבן געצייגט פארוואס זי איז נאך א מויד, שוין אין די קרוב לארבעים.. און נאך א קורצע שמועס האב איך שוין געהערט אויך, אז ''אונזערע נאטורן זענען די זעלבע''... דאס טייטש איך זיך א שידוך און זי זוכט.. ווייל אויסער דעם זעמער גארנישט גלייך.. נישט מיט השקפה נישט מיט זיטן און נישט מיט יארן, נאר וואס יא?
כ'האב נאר געווארט זי זאל נמאס ווערן פונעם שמועס, ווייל כ'האב איר זייער געשוינט. כ'ווייס נישט פארוואס כ'בין נישט גלייך אנטלאפן.. כ'ווייס יא פארוואס.. ווייל מ'טוט נישט אזאנס.. אבער מציע זיין א מיידל פון א יאר צענדליג עלטער, און זאגן 'נאר אביסעלע' עלטער, און 'איר קענסטו פרעגן אלעס'.. דאס איז פשוט א מצוה! ווייל מ'דאך העלפן יודען מיט שידוכים..
אמת, און וועמען האסטו דא געהאלפען פונקטליך..?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 8:31 pm
דורך כוכב
שקט מבקשה, ווי וואנט מאר ווי וואנט מאר
#לאקער אפ

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 9:22 pm
דורך קורקלענד
האסט איר געזאלט זאגן אז דו ווילסט גיין זעהן די פייער....

Re: אלמן אחד בין שבעים גרושות

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 9:38 pm
דורך החוקר
אדער ביזטו גאר שטארק אז דו קענסט לאכן פון דיינע אייגענע צרות. אדער שרייבסטו זאכן וואס וואלטן געקענט זיין אמת.

אידער וועי, קיעפ איט אפ!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:01 pm
דורך שקד
געשיכטעלע דריי

נו אז דו וועסט דיך אזויפיל וועהלען, וועסטו דאך קיינמאל נישט וועלן קיינעם, וועסטו בלייבן אליינס..
איז דאך דער שדכן גערעכט.. איך דארף אמאל פארקוקן אויף זאכן וואס זענען נישט 'אזוי' וויכטיג, און קוקן אויף וואס כ'שפיר אז כ'קען יא לעבן דערמיט.
און ער שרייעט נאך אויף מיר, אז ער טוט מיר א גאנצע טובה, ער בעט נישט קיין שדכנות געלט, נאר עפעס יוצא צוזיין, אבער כ'מוז מיך צושטעלן, און כאטש נישט זאגן ניין!
גוט – זאל איך עהם דעם שדכן – כ'וועל נישט זאגן ניין, אבער לאמיר זען ברענג מיר עפעס א אתרוג וואס זאל כאטש זיין א ברכה צו מאכן דערויף..
כ'האב עפעס פאר דיר.. קלונגט ער מיר אין אפאר טאג שפעטער.. און ער וויל כ'זאל מיך גרייט מאכן, ווייל זי איז א קלוגע, און וועט דיר אויספרעגן, זאלסטו ענטפערן נארמאל, מיט געדולדט, און חפץ השם בידינו יצליח, וועט עס פארן אויף גוטע וועגן..
ברוך השם.. היינט נאכט גיי איך טרעפן עפעס פאסיג.. און כ'טו מיר אן פאסיג, ווי פאר איינער וואס האט אפענע אויגן, און ווי דער שדכן רופט איר, א אפענע קאפ!
ביים שדכן אינדערהיים האט זי מיר אפגעווארט, איך קלאפ אויפן טיר, און שפרייז אריין מיט דרך ארץ, און מ'זעצט זיך..
איך האב געמיינט איך פאל אום.. אבער צום סוף האב איך זיך געכאפט אויף א בענקל און געכאפט דעם אטעם אין שאק! דאס איז א יופי.. א ראש פתוח.. איך בין נישט געווען זיכער צו מ'האט מיר געוואלט פארשטעלן די באבע פונעם כלה'ס זייט, אדער איז די מדוברת די יונגסטע און דאס איז די מחותנת'סטע.. דאס איז די מדוברת אליינס?..
אזא מיאוסע מויד האב איך זעלטן געזען.. איר באלעבוסטע קערפער לויפט כמעט אראפ פונעם בענקל, נאר ווייסט נישט וועלכע זייט.. און אויך איר שייטל מאכער האט איר פיין מסדר געווען.. אויב זי איז בכלל געווען ביי אזא איינעם..
די אויגן לויפן איר ווי א פארסאמטע מויז, און זי פראבירט צוזאמלייגן די צוויי הענט וואס גרייכן קוים צום טיש, און זי רעדט נישט קיין ווארט.. הייב איך אן בלית ברירה.
א גוט'ן אווענט! איך בין 33 יאר, און וויפיל זענט איר?..
עממ עמממ אאא גגגוט'ן נאכט.. אאאיך.. בין אאאאויך יעצט געווארן.. עמממ דדדריי און דדדרייסיג..
וואו ווי!!! ממש פאסיג.. כ'האב ביז'ן דאס הערן נישט געקענט כאפן ווי איז די 'אפענע קאפ' און זעלטענע אתרוג וואס ער האט פאר 'מיר'.. ממש פאסיג. אבער אז איך בין אזוי אלט ווי איר, יעצט כאפ איך ווי אונז זענען א זיווג משמים.. ממש ווי צוויי טויבעלעך..
די סעקונדען האבן זיך געריקט ווי שמיטה יארן.. און קוים איז אריבער צוואנציג מינוט, און כ'האב געמיינט איך פייגער.. אבער חסדי השם דער שדכן דער בעל חסד! וואס טוט עס לשם מצוה.. האט געהערט פון קיך, אז ס'עפעס שטיל.. האט ער אונז געזאגט, גענוג..
און כ'קום אהיים, און ווארף אראפ מיין שיינע סוט, און פארבייס מיר די ליפן מיט רוגזא.. אויב דאס איז וואס איז דאס בעסטע וואס איך באקום.. אם כן למה זה אנוכי?? פארוואס וויל איך בכלל נאך אויסהערן הצעות?
און כ'קען נישט טראכטן לאנג, ווייל די טעלעפאן קלונגט, און דער שדכן וויל הערן וואס איז מיין מיינונג אויף זיין 'ריווח' וואס ער האט אפירגעברעגט..
און כ'זאג עהם, אז ס'קוקט אויס גוט, נאר כ'דארף עס נאך איבערשלאפן..
זאגט מיר דער שדכן, ניין.. כ'גלייב דיר נישט..! דו האלטסט טאקע אז מ'קען גיין ווייטער? ווייל זי איז נאכנישט גרייט.
און כ'זאל אוודאי ווארטן ביים קארנער ווען זי וועט זיין גרייט.. ווייל דאס איז דאך מיינס..

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 2:34 am
דורך נולד מאוחר
איך ווארט אויף דו לעצטע מעשה. בקרוב ממש.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 3:59 am
דורך berlbalaguleh
ווען איך האב געליינט די העדליין פון דעם אשכול ביניך געווען זיכער אז די סיפורי מעשיות וואס דער גליקליכער בעל הפתיחה וועט אונז דא פארציילן וועללן לויפן על דרך פון להבדיל אלף אלפי הבדלות, די פאלעסטינער רוצחים, די טעראריסטן וועלכע באקומען זייער שכר די ע"ב בתולות. דערווייל זעה איך אז זיי לויפן גאר אין די פארקערטע דירעקציע. אבער איך, און , כ'בין זיכער די אנדערע ליינערס האבן א גרויס הנאה פון די סיפורי מעשיות וועלכע זענען , אדער יא געשעהן. אדער איז נאר פרי דמיונו פונ'ם בעל מספר. אבער אונז דארפן מיר גלייבן באמונה שלימה אז ס'וואלט געקענט געשעהן. און אויב נישט מיט דעם בעמס"פ אליינס. דאמאלס מיט א צווייטן פארשוין...!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 1:18 pm
דורך אשת חיל
שקד האט געשריבן:
געשיכטעלע איינס

מ'זעצט זיך אראפ און ס'קלונגט איר די טעלעפאן.. איר בעיבי סיטער וויל שוין אהיימגיין.. אבער מ'האט דאך זיך קוים געזעצט אויף א בעשוי?
גוט, זי וועט צואווארטן..
נו וואס פארציילט איר.. און ס'ווערט א שטיקל שמועס.. אבער מעשה שטן, מ'הערט קולות פונעם גאס, ס'ברענט א פייער אפאר הייזער אוועק..
און נאך פאר איך האב געבלינקן מיט'ן אויג, לויפט זי שוין צום פענסטער זען.. די פייערלעשער פארן אריבער..
און מ'זעצט זיך צוריק צום שמועס.. איך פארצייל אז כ'געדענק א פייער יארן צוריק ווי מ'האט געמאכט געלט פון אינשורענס.. און זי האקט מיר איבער.. זי וויל זען די פייער פאר איין מינוט!
זאל איך זאגן ניין?... אבער זי לויפט שוין ארויס.. און כ'ווארט פינעף צען מינוט.
כ'ווארט שוין צוואנציג מינוט.. און כ'קלונג דעם 'שדכן' פרעגן וואס גייט פאר..
אה! זי וויל נישט דעם שידוך...
דערפאר איז זי איינפאך אנטלאפן.. אהה! כ'פארשטיי שוין..


טייערע שקד, איך וויל דיך נישט וויי טוהן ח"ו, און זיכער נישט טרעטן אויף דיינע פיינפולע געפילן. אבער טראכט א מינוט וויאזוי זי האט געשפירט, די פרוי וואס האט זיך געטראפן מיט דיר.
לויט ווי דו אליינס דערציילסט אין געשיכטעלע #3 ווען דו האסט באגעגענט א געוויסע פרוי וואס דו האסט געוויסט פון די ערשטע סעקונדע אז זי איז נישט פאר דיך, און אויב וואלסטו געקענט וואלסטו אויך ארויסגעלאפן קוקן די פייערלעשערס אינדרויסן, דעמאלטס דארפסטו אויך טראכטן ביי זיך "וואס האט איר געמאכט אנטלויפן פון מיר און מיך לאזן הענגן", אין געשיכטע #3 איז עס פשוט געווען יענעם, און אין געשיכטע #1 איז עס געווען דו וואס האט געמאכט יענעם דיך איבערלאזן!
ס'איז גרינג צו רעדן און זאגן אז די פרויען זענען שולדיג און ווילן נישט חתונה האבן, און ס'איז אסאך שווערער צו קוקן אין שפיגל און טראכטן אז אפשר איז עפעס wrong מיט מיר אליין, אבער אז איינער לויפט ארויס אינמיטן נאך אפאר מינוט רעדן, האט זי מסתם געהאט א סיבה, אפשר נישט גענוג קיין גוטע סיבה און נישט justified צו טון אזא זאך, אבער עס דארף זיין גענוג צו ברענגן awareness צו דיר און דיך מאכן טראכטן.
איך זאג נישט אז ס'איז דיין שולד, און ס'קען זיין אז דו ביסט באמת איין שטיק מעלות און גוטסקייט, ווייל פון יענעמס מיינונג און שלעכטע מידות קען מען נישט בויען אז עפעס איז נישט גוט מיט דיר. אבער עס לוינט זיך אויך צו טראכטן אין די זייט: וויאזוי האב איך אויסגעזען, וויאזוי האב איך גערעדט, וועלכע איינדרוק האב איך געמאכט אויף איר, וואס האב איך געטון נישט גוט אז זי לאזט מיך אזוי איבער.

איך ווינטש דיר באמת אסאך אסאך הצלחה אויף ווייטער

Re: אלמן אחד בין שבעים גרושות

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 1:28 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אז ער האט זיך אויפגעפירט אין אן אופן אז זי האט געמוזט אנטלויפען, מסתמא האט ער אויך געהאט א סבה........

#בלעיםדעוויקטים

איך ליין דא אן ענטפער צום שדכן וואס רעדט זיך אפ אז ער איז too picky. מיט אזעלכע ערפארונגען, מיט וועמען פונקט האט ער געזאלט חתונה האבען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 2:00 pm
דורך אשת חיל
איך האב נישט געזאגט too picky
איך האב נאר געזאגט אז ער זאל טראכטן ביי זיך!!! עס איז א גוטע עצה און ס'קען זיין אז ס'וועט עם העלפן

,Five percent of the people think"
,ten percent of the people think they think
."and the other eighty-five percent would rather die than think
― Thomas A. Edison

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 2:10 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די שמועס דארף זיך שוין אויפהערן, ס'פירט נישט אין ערגעץ נישט, איך זאג ענק צו אז קיינער גייט נישט קלוגער ווערן פון דעם.

stopitnow#

btw, סתם אויס'מוסר'ן איינעם ברבים האט נישט קיין פשט, אזא הערה דארף געזאגט צו ווערן אין אישי.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 3:30 pm
דורך רימון
א פרוי וואס לויפט ארויס אינמיטן א בעשוי קוקן א פייערלעשער קאל איז נישט מיט אלעמען.
מיין קריטיק איז אויף געשיכטע 3#. מ'רייסט נישט אראפ א פרוי אויף אויסערליכע אויסזען. מ'מוז נישט טון דער שידוך, אבער דאס איז נישט עפעס וואס א מענטש נעמט זיך אליין אז עס פאדערט פארדאמונג און זלזול.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 3:33 pm
דורך ליפא
ער רייסט לכאורה אראפ דעם שדכן נישט די פרוי

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 4:44 pm
דורך בת קול
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די שמועס דארף זיך שוין אויפהערן, ס'פירט נישט אין ערגעץ נישט, איך זאג ענק צו אז קיינער גייט נישט קלוגער ווערן פון דעם.

סתם אויס'מוסר'ן איינעם ברבים האט נישט קיין פשט, אזא הערה דארף געזאגט צו ווערן אין אישי.

stopitnow#


אנטשולדיגט אבער יעדער מעג אויסדריקן זייער מיינונג.
מען מיז נישט אננעמען די צד אז אלעס איז הונדערט פערצענט ריכטיג פון קיין איין זייט.

סתם זאגן shut up האט נישט קיין פשט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 5:04 pm
דורך רביה''ק זי''ע
בת קול:

למעשה גערעדט, דו האלטסט טאקע אז פון די 'טענה'ריי צווישן אשת חיל און ליטוואק וואלט עפעס ארויסגעקומען?

פון מיין עקספיריענס האב איך געזען אז פון אזעלכע 'טענה'רייען ווערט קיינער נישט קלוגער, מ'גייט נאר אין סירקלס.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 5:20 pm
דורך חמלה גדולה
Two sexists fueling their sexism by implying the other sex is sexist

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 8:58 pm
דורך שקד
געשיכטעלע פיר

העלא?.. יא איך האב פאר אייך א גוטע שידוך..
נו אדרבה..
איר זענט מקפיד אויף די עלטער?
אויב ס'איז צוויי דריי יאר עלטער נישט געפערליך.
גוט, זי איז זייער א פיינע געלונגענע און אוועקגעשטעלטע, נאר א גרושה.. זי איז אריינגעפאלן מיט'ן ערשטן, און זוכט איינער וואס זאל איר מכבד זיין.
גוט, איך קען מכבד זיין.. חחח
אקעי, וואלסטו געוואלט זיך טרעפן שוין? אדער..
אדער וואס? איך קען באשטיין זאלסט מאכן זיכער אז זי האט מיין אינפארמאציע..
גוט, כ'רוף דיך צוריק אין אפאר מינוט..
[דריי וואכן שפעטער..] יא, זי דארף א בילד פון אייך..
גוט, וואס האט געדויערט אזוי לאנג, איך שיק אייך אין אימעיל א בילד ביז דרייסיג סעקונדן..
- נו? באקומען...? [אין קול ואין עונה..] קלונג איך צוריק נעקסטע טאג.. אין קול ואין עונה..
נעקסטע וואך.. העלאו?
יא.. זי וויל איינעם אן א בארד..!
און דאס האט איר נישט געוואוסט א חודש צוריק??

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 9:05 pm
דורך שקד
געשיכטעלע פינעף

יא.. איינער האט מיר געזאגט איינער נאמען, אז איר זוכט א שידוך..
יא אוודאי..
און ס'מוז זיין פון אייער חסידות?
ניין, בכלל נישט.
אויב אזוי האב איך זייער א גוטע זאך, ממש א תכשיט פון א נשמה, א גאלדענע הארץ, און א געלונגענע קאפ, און א רייכע משפחה.
גענוג גענוג, אז זי איז א פיינע און א פאסיגע – לפי אייער אפשאצונג – איז דאס גענוג, און לאמיר הערן נעקסט סטעפ.
נעקסט סטעפ איז, מ'זאל זיך טרעפן אויב שייך..
לאמיר נאר הערן, וואס עפעס האט זי זיך גע'גט?
חלילה! נישט גע'גט..
נו פארוואס זאל זי מסכים זיין צו נעמען איינעם פון 'ושוב שנית'..? כ'בין פשוט נייגעריג..
אה.. אה.. ווייל... עהם.. זי איז זייער א פיינע.. און נאר.. זי קען נישט האבן קיין קינדער.. און כ'פארשטיי אז איר האט שוין קינדער. ריכטיג?
איך האב, יא.. אבער פארוואס זאל איך יונגערהייט חתונה האבן מיט איינע וואס קען נישט האבן נאך קינדער?
אה, ביסט גערעכט.. דאס מיינט דו ווילסט נישט..
אוודאי! אוודאי וויל איך נישט.. איך בין קוים אין די פריע דרייסיגערס..
אקעי.. וועל איך פראבירן א צווייטן.. {איינצונארן..}

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 9:23 pm
דורך שקד
געשיכטעלע זעקס

ביז ווי ווייט וואלט איר געגאנגן פאר א שידוך?
וואס הייסט.. ביז אוסטראליע.. כ'מיין נישט וואוינען, אבער צו נעמען א פרוי? עני פלאץ.
אקעי, איך האב גראדע איינעם, פון ירושלים, זייער א ערליכע און מצליח'דיגע, נאר איז פשוט אריינגעפאלן מיט א מאן.
כ'מעג אפשר וויסן, ווער איז דער מאן?
אה.. כ'האב נישט געפרעגט..
נו, כ'וויל דאך וויסן אביסל מער פרטים.
זאג איך דאך דיר.. זי איז פון ארץ ישראל, און האט איין קינד, און אויך איז זי גרייט צו וואוינען אין ניו יארק, און..
יא? זי איז גרייט צו וואוינען אין ניו יארק? און כ'וויל וויסן צו ס'שוין מסודר די 'קינדער געלט' אויב איר עקס דארף געבן, און וואס ווען ווי.
נישט געזארגט, זיי פארזיכערן מיר אז אלעס איז מסודר.
כ'מעג אפשר וויסן, די עלטער, די מצב הבריאות, די סייז וואג און משפחה ארום..
דאס אלעס קענט איר דאך רעדן ביים זיך טרעפן..
אפשר קען מען רעדן אויפ'ן טעלעפאן קודם?
אפשר, נישט זיכער, ווייל ס'גייט דארט אנדערש ווי אין ניו יארק, מ'רעדט נישט פאר'ן זיך טרעפן..
[איך טראכט נישט צוויי מאל, און נעם א ברכה פון א גוטע יוד, און באשטעל א טיקעט, מ'פארט אל ארץ הקודש]
מ'טרעפט זיך אין א לאטישער הויז, ווען זי זעצט זיך אראפ – זע איך שוין אז זי איז געזונט.. א געזונטע הויקער פון דא ביז תרשיש.. און זי איז מקפיד נישט צו קוקן אויף מענער.. נו רעדט איך צו די וואנט!
ווי אלט זענט איר – אויב כ'מעג פרעגן..
מיר זענען זיבן און דרייסיג..
מ'זעט אויף מיר אז כ'בין היינט אנגעקומען פון חוץ לארץ?
{זי בליק ארויס פון איר הויקער.. און מאכט א גרימאסע פנים, ווי איינער וואס איז געצווינגן לדבר עבירה..}
איר זענט היינט געקומען טאקע מיט'ן פליגער?
יא, איך וואוין דאך אין חוץ לארץ..
איך וויל נישט דארט וואוינען..
דער שדכן האט דאך געזאגט אז מ'איז מסכים..
אזוי זאגן מיינע עלטערן, אבער איך וויל נישט..
גוט, מ'וועט דערפון רעדן שפעטער, אבער מיט'ן גיין א פלאכע הוט זענט איר מסכים?
נישט זיכער!
וואס זענט איר יא מסכים?
מיינע עלטערן זאגן, אז איר האט געזאגט אז איר וועט זיך צושטעלן וואס מיר וועלן בעטן..
{ס'שוין איבריג די המשך.. ווייל כ'האב שוין נישט געוואוסט וועלכע נאך שקרים ליגן דא.. און בכלל מיט א הויקער לאז איך דעם שדכן זיך מחתן זיין..}

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 9:26 pm
דורך שקד
לויט'ן וואונדער און פראגע; אלעס איז אמת ויציב, נאר די נישט וויכטיגע פרטים איז אביסל נשתנה, אבער ס'טוישט נישט די מציאות הסיפורים. און כ'שרייב עס נישט כדי צו באשולדיגן, באשמוצן, זיך אננעמען פאר איין צייט, פאר'ן מדובר צו שדכן, נאר פשוט - מעשיות שהיו כך היו.. הערט'ס אביסעלע וואס יודען גלות'ן.. ווי דאס קעפל האשכול 'אלמן אחד בין שבעים גרושות'..