בלאט 1 פון 1

את חטאי אני מזכיר

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2018 3:45 pm
דורך גדליה
את חטאי אני מזכיר היום
נעכטן נאכט האב איך געשריבן דא אן אשכול איבער צוויי גרויסע לייט וואס זענען נפטר געווארן אין די פארגאנגענע וואך.
האט איינע רמעורר געווען אז ס'איז א "שרעקליכע בזיון" קעגן א חשוב'ער מענטש און מ'מוז עס שוין אראפנעמען.
איך האב אים געענטפערט אז כ'האב געהאלטן זשאן מעקעין וועט עס אננעמען אויף יענע וועלט מיט א שמייכל. אבער אז מענטשן קוקן עס אן פאר א בזיון זאל מען עס שוין אראפנעמען!!!
וכך הוה.
ממני ילמדו וכן יעשו. אז מ'זאגט אז ס'טויג נישט, נעם עס אראן!!!!
נאדיר א גרינע :mrgreen: :mrgreen: :mrgreen: :mrgreen: :mrgreen: :mrgreen: :mrgreen:

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2018 3:47 pm
דורך גדליה
פאר די וואס ווייסן נישט פון וואס מען רעדט: ביטע נישט פרעגן אין אישי ווייל כ'גיי נישט ענטפערן. ומכלל לאו אתה שומע הן, וד"ל

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2018 3:52 pm
דורך גדליה
אין אנדערע נייעס געפאלט אויס דעם הייליגן פראפארציאנעלערס יארצייט די וואך.
ווער ס'האט עפעס מופתים איז געבעטן צו דערלאנגען.

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2018 8:15 pm
דורך berlbalaguleh
גדליה: פונ'ם הייליגן פראפארציאנעללן צאדיק וועיס איך נישט קין מופתים. אבער מ'פארציילט אויפ'ן הייליגן ביטשקעווער זי"ע ועכי"א אז אמאל האט איהם איינער אן אפיקורס שטארק מצער געווען. און תיכף נאכדעים איז דער מחוצף ארויף אויף די באן. און ר'איז אוועקגעפארן. האט דער הייליגער ביטשקעווער צאדיק אויפגעמאכט זיין הייליג מויל און ער האט איהם פארשאלטן. אז דער גאנצער טרעין מיט איהם צוזאמען זאלל זיך איבערדרייען. האבן איהם די חסידים מעורר געוען אז ס'פארן אויך א סאך אידן אויף דעם טרעין...! האט דער העיליגער רעבע געזאגט... אויב אזוי, זאלל ער זיך נישט איבערדרייען...והך קאווע. און דער טרעין האטציך טאקע נישט איבערגעדרייט...ויהי לפלא...!

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2018 11:38 pm
דורך גדליה
berlbalaguleh האט געשריבן:גדליה: פונ'ם הייליגן פראפארציאנעללן צאדיק וועיס איך נישט קין מופתים. אבער מ'פארציילט אויפ'ן הייליגן ביטשקעווער זי"ע ועכי"א אז אמאל האט איהם איינער אן אפיקורס שטארק מצער געווען. און תיכף נאכדעים איז דער מחוצף ארויף אויף די באן. און ר'איז אוועקגעפארן. האט דער הייליגער ביטשקעווער צאדיק אויפגעמאכט זיין הייליג מויל און ער האט איהם פארשאלטן. אז דער גאנצער טרעין מיט איהם צוזאמען זאלל זיך איבערדרייען. האבן איהם די חסידים מעורר געוען אז ס'פארן אויך א סאך אידן אויף דעם טרעין...! האט דער העיליגער רעבע געזאגט... אויב אזוי, זאלל ער זיך נישט איבערדרייען...והך קאווע. און דער טרעין האטציך טאקע נישט איבערגעדרייט...ויהי לפלא...!

דאס האבן די ביטשקעווער פארדרייט די מעשה
די אמתע מעשה גייט אז דער ביטשקעווער האט קיינמאל נישט צוריקגעצויגן
ס'איז דער פראפארציאנעלארלער וואס ער האט עוקר געווען די גזירה און ער האט גערעטעט דעם באן

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2018 11:41 pm
דורך איסר האטלקי
גדליה האט געשריבן:פאר די וואס ווייסן נישט פון וואס מען רעדט: ביטע נישט פרעגן אין אישי ווייל כ'גיי נישט ענטפערן. ומכלל לאו אתה שומע הן, וד"ל

הייסט אז מ'זאל ענדערש פרעגן דא ברבים?

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2018 11:59 pm
דורך קורקלענד
סך הכל פארשטיי איך נאר אז די צווייטע הודעה אין יענע אשכול זאל זיין א אומרעכט, אבער די ערשטע האסטו רואיגערהייט געקענט לאזן.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 12:03 am
דורך גדליה
קורקלענד האט געשריבן:סך הכל פארשטיי איך נאר אז די צווייטע הודעה אין יענע אשכול זאל זיין א אומרעכט, אבער די ערשטע האסטו רואיגערהייט געקענט לאזן.

ניין! מיר האבן א כלל מחובר לטהור טהור וההיפך בהיפך וד"ל

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 12:56 am
דורך תנחום
כ'מיין זאלסט טוישן די קעפל צו "את מצותי אני מזכיר היום" ווייל וואס פונקטליך די עבירה איז געוועהן ווילסטו נישט אז מ'זאל דיר פרעגן סך הכל זאגסטו די גרויסע מצוה וואס די האסט דא אפגעטוהן מ'דארף מפרט זיין די חטאים אזוי שטייט. כ'האב עס גראדע געזעהן סא ס'איז אן אנבייעסט אפיניען