פאול:וואלסטו געוואלט ניסים בלעק'ס קינד אין דיין קינד'ס קלאס?
פאול:וואלסטו געוואלט ניסים בלעק'ס קינד אין דיין קינד'ס קלאס?
דער באקאנטע שווארצע גר ר' ניסים בלעק מוטשעט זיך צו טרעפן א מוסד פאר זיינע קינדער ווייל ער איז שווארץ. ס'איז געוועהן אין די נייעס אז ער האט זיך אויסגערעדט זיין הארץ פאר הגאון ר' חיים קנייבסקי וועגן דעם אין דער גאון האט אים שטארק מחזק געוועהן. וואס וואלסטו געטוהן? א פאול וואס פארט ארום, געטס אפ דיין שטימע
https://linkto.run/p/BONXJQ3A
https://linkto.run/p/BONXJQ3A
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: פאול:וואלסטו געוואלט ניסים בלעק'ס קינד אין דיין קינד'ס ק
ווענד זיך זייער כוונה.
פאר דו שרייסט מיר אן, לאמיר מסביר זיין מיין נקודה. אודאי אז פון מיין זייט בין איך אקעי מען זאל זיי אריינעמען. אדרבה, עס וועט נאר אויס לערנען מיינע קינדער צו זיין מער accepting צו אנדערע מענטשן, ובפרט אנדערע אידן. זאלן זיי נישט מיינען אז איינער וואס פאסט נישט אריין אין מיין באקס, איז ווערטלאז.
טאמער אבער איז די מציאות ליידער אין אונזער סאסייעטי, אז א גרויס חלק עלטערן און נאכמער קינדער, גייען זיי אראפקוקן אלס צווייטע קלאס בירגער צו אפילו ערגער. מען וועט זיי מאכן צו שאנד און צו שפאט, רופן שפאט נעמען. מען וועט זיי זאגן 'מקצת' שבחים בפנים... איז נישט נאר וואס עס איז יצא שכרו בהפסדו, קינדער וועלן זיך לערנען ושנאתם את הגר אנשטאט ואהבתם את הגר. נאר זיי אליינס וועלן האבן א ביטער לעבן אין חדר.
איז טאמער איינער קלויבט אויס "זיי זענען נישט פאסיג" ווייל עס פאסט מיר נישט, ביסטו גערעכט אז ער איז MFר. אבער אויב די כוונה איז, אז פשוט במציאות גייען "זיי" זיך נישט אריינפאסן, לטובתם גייט עס נישט פיטן, איז דא א צד צו חושש זיין.
כנלע"ד כתבתי.

- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
החוקר האט געשריבן:ווענד זיך זייער כוונה.
פאר דו שרייסט מיר אן, לאמיר מסביר זיין מיין נקודה. אודאי אז פון מיין זייט בין איך אקעי מען זאל זיי אריינעמען. אדרבה, עס וועט נאר אויס לערנען מיינע קינדער צו זיין מער accepting צו אנדערע מענטשן, ובפרט אנדערע אידן. זאלן זיי נישט מיינען אז איינער וואס פאסט נישט אריין אין מיין באקס, איז ווערטלאז.
טאמער אבער איז די מציאות ליידער אין אונזער סאסייעטי, אז א גרויס חלק עלטערן און נאכמער קינדער, גייען זיי אראפקוקן אלס צווייטע קלאס בירגער צו אפילו ערגער. מען וועט זיי מאכן צו שאנד און צו שפאט, רופן שפאט נעמען. מען וועט זיי זאגן 'מקצת' שבחים בפנים... איז נישט נאר וואס עס איז יצא שכרו בהפסדו, קינדער וועלן זיך לערנען ושנאתם את הגר אנשטאט ואהבתם את הגר. נאר זיי אליינס וועלן האבן א ביטער לעבן אין חדר.
איז טאמער איינער קלויבט אויס "זיי זענען נישט פאסיג" ווייל עס פאסט מיר נישט, ביסטו גערעכט אז ער איז MFר. אבער אויב די כוונה איז, אז פשוט במציאות גייען "זיי" זיך נישט אריינפאסן, לטובתם גייט עס נישט פיטן, איז דא א צד צו חושש זיין.
כנלע"ד כתבתי.
נישט דאס פרעגט מען. לאמיר זאגן אז יעדער גייט זיך אויפפירן זייער שיין צוזיי. ״וואלסטו געוואלט״ אז דיינע קינדער זאלן לערנען צוזאמען אין איין קלאס?
מ׳פרעגט צי אונז וואלטן געוואלט פון אונזער זייט אויס.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
מ'דארף מאכן די אפול אביסל אנדערש, ווען דו האסט א מוסד וואלסטו אריינגענומען זיינע קינדער?
מ'דארף פארשטיין ,אז אפי' לצד אלע עלטערן וועלן זיין צופרידן אז די קינדער לערנען צוזאמען מיט בלעק'ס, (ס'א חילוק צווישן אן אנאנימעס פאול ווי ווען עס קומט למעשה...), גייט זיך דער מוסד מוטשען מיט די קינדער, שאפן חברורות, לערנען פריוואט וכו' וכו'. ס'איז זייער א שווערע החלטה פאר א מוסד דאס צו טון. איך ווייס נישט אויב איך וואלט בייגעשטאנען דעם נסיון.

- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
א גר בכלל גייט דורך אבנארמאלע שוועריקייטן זיך צו טרעפן דאס פלאץ ביי אונז, על אחת כמה וכמה ווען ס'רעדט זיך פון א גר וואס איז פון אינגאנצן אן אנדערן קאליר.
באמת אבער איז עס שווער פאר סיי וועלכע עטנישע מענטש זיך צו טרעפן ס'פלאץ אין אן אנדער מקום. טראכט אויב א איד וויל זיך אריבערציען צו א פרעמד פלאץ, וואלט ער געווען גרינג אקצעפטירט? איך רעד נישט צו מ'וואלט אנגענומען זיינע קינדער אין פובליק סקול, איך רעד פון אלעס ארום......

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: פאול:וואלסטו געוואלט ניסים בלעק'ס קינד אין דיין קינד'ס ק
מוסדות דארפען האבען א סיסטעם אין פלאץ צו באהאנדלען בולי"ס. דאס איז א חלק פון די חינוך אין די יונגערע כתות, אויסלערנען וויאזוי צו שפילען\לעבען מיט אנדערע.
אפט, פראבירט די מוסד מחנך צו זיין די עלטערען פון די קינד וואס ווערט בולי"ד, אז זיי זאלען נישט זיין אזוי ׳אנדערש׳, און אזוי וועלען אנדערע נישט זיין "געצווינגען" צו טשעפערען זייער קינד. אין די פאל איז דאס אבער נישט מעגליך. דאס אז זיי וועלען ווערעט געטשעפערט איז נישט קיין תירוץ. די מוסד האט א דזשאב, און דאס איז א חלק דערפון.
און מענין לענין באותו ענין, לכאורה האבען ערליכע מוסדות א לייכטערע דזשאב אין דער הינזיכט. אין גויישע סקולס קען בולליאינג צופירען צו דאס ערגסטע, זעלבסטמארד וכדו׳. געוויסע מענטשען האבען נישט קיין קאנטשענץ, אול די בולליאינג גייט אן אן עק. ביי אידען, אפילו אזא פסייקאופעטה וואס האט נישט קיין קאנטשענץ, מוז זיך מאכען כאילו ער האט יא. ביי גוים, אפילו אנשטעטיגע, קען מען זיך נישט פארלאזען אז די גאנצע סקול איז אזוי.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
די פראבלעם איז אז אונז טוען נאר א האלבן דזשאב. מ'נעמט אן גרים און בעלי תשובה. נאכדעים ווארפט מען זיך ארום מיט זיי. ווען ס'קומט צו שידוכים. אדער ארייננעמען קינדער אין מוסדות. איך וועלל זיין א ראסיסט און זאגן דעם אמת אין פנים אריין. אז אין די חסיד'ישע קרייזן טוט מען מער צו אינטעגרירן סיי גרים און סיי בעלי תשובה. לעומת, אין די ליטוויש/ישיבה'שע קרייזן, ספעציעל אין ארץ ישראל דיסקרימינירט מען בכל תוקף ועוז אקעיגן גרים און בעלי תשובה. יא. איך ווייס דעם תירוץ. אז די בעלי תשובה האבן קרובים וועלכע זענען חילונים. און די קינדער גייען צו זיי ווי צו עלטערן און געשוויסטער וועלכע זענען פרייע אומרעליגיעזע. און זיי זעהען און הערן זאכן וואס אן ערליכער איד דארף נישט און טאר נישט הערן...! ס'איז אבער נישט קיין תירוץ... דו האסט איהם/איהר געמאכט פאר א בעל/ת תשובה. און נאכדעים לאזסטו איהם אויפ'ן וואסער. דאס קען נאכאמאל אריינברענגען אין זיי א געפיהל פון יאוש. און זיי קענען זיין חוזרים בשאלה...! און ווערן צוריק פרייע חברה...!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: פאול:וואלסטו געוואלט ניסים בלעק'ס קינד אין דיין קינד'ס ק
אין דעם פאַל איז די טענה פון נעם אים פאר אן איידעם נאריש, אבער ליידער איז דא א גאנצע חלק פון כלל ישראל וואס אין וויליאמסבורג וועט מען ענדערש נעמען א בעל מום פאר אן איידעם ווי איידער איינעם וואס האט ספרדישע בלוט אין זיך.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
איסר האטלקי האט געשריבן:מאן דאמר האט געשריבן:א מין עקלהאפטיגע ראסיסם! ווילסט נישט יענעם און דיין קינד׳ס קלאס וועגן זיין קאליר? די אידיאט!!
נעם זיין קינד פאר אן איידעם! ווילסט נישט וועגן קאליר? אידיאט...
ווער זאגט אז ער גייט אים נישט נעמען פאר אן איידעם? און אפילו אויב נישט, איז דאס זיין פערזענליכע פרעפערענס ווייל ער וויל נישט האבן שווארצע אייניקלעך צו וואס.
א מוסד איז א סערוויס פארן ציבור. (הלוואי).
קען איך פאדערן פון מיין מוסד אז זיי זאלן נישט אריינלאזן וויינשטאק'ס אינגל אין מיין זוהן'ס קלאס ווייל די משפחה פארמאגט ריזיג גרויסע נעזער און איך וואלט זיך מיט זיי קיינמאל משדך געווען?
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
עס האט נישט מיט ראסע. עס האט מיט עקספעקטעישענס און ערציאונג. א אונגארישע וויליאמסבורגער בחור וואס האט חתונה מיט א ליטווישע מיידעל, וועט קיינמאל נישט פארשטייען וואס זי וויל, און וועט איר אנקוקען ווי א שלעפער און טיפש. אףער טוט עקספעקטען געוויסע זאכען ווי זיין מאמע, און פון זיין ליטווישע ווייב וועט ער עס נישט באקומען (אמאל זעה איך געוויסע יונגעלייט אין ביהמ"ד און איך טראכט צו זיך 'דאס איז א טיפ יונגערמאן וואס זיין ווייב דארף אים ביגלען די גאטשעס').
וכן הוא ביי ספרדים, וואס איך קען זיי און זענען אנדערש, זיי קוקן אן די וועלט אנדערש, און עס וועט נעמען א סאך דורות ביז די זאך וועט זיך טוישען.
וכ"ש ביי א גר.
אבער קומען אין חדר האט נישט מיט דעם, מ'קען האבען פארשידענע סארט קינדער אין א כתה, מ׳האט נישט חתונה צוזאמען.
וכן הוא ביי ספרדים, וואס איך קען זיי און זענען אנדערש, זיי קוקן אן די וועלט אנדערש, און עס וועט נעמען א סאך דורות ביז די זאך וועט זיך טוישען.
וכ"ש ביי א גר.
אבער קומען אין חדר האט נישט מיט דעם, מ'קען האבען פארשידענע סארט קינדער אין א כתה, מ׳האט נישט חתונה צוזאמען.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
קומט נישט עכט אריין דא אבער זעהנדיג דעם קליפ האב איך באמערקט ווי די מלמד מאכט אויך א געוויסע סעלעקציע.
ביים סוף זעהט מען ווי ער שטייט ביים טיהר מיט א בייזער פנים זועפות,
אבער איין בחור איז זוכה צו א ווארעמע שמייכל..
מיין השערה איז אז די שטאפענע הוטן זענען נישט אזוי וועלקם נאר די ריינע מונקאטשע ראסע מיטן חסידישן הוט.
ביים סוף זעהט מען ווי ער שטייט ביים טיהר מיט א בייזער פנים זועפות,
אבער איין בחור איז זוכה צו א ווארעמע שמייכל..
מיין השערה איז אז די שטאפענע הוטן זענען נישט אזוי וועלקם נאר די ריינע מונקאטשע ראסע מיטן חסידישן הוט.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
Re: פאול:וואלסטו געוואלט ניסים בלעק'ס קינד אין דיין קינד'ס ק
איך האב עס נישט געמיינט אזוי ערנסט. סאיז מיר סתם געווען אינטערעסאנט זיין זויערן געזוכט בכלליות, און איינער האט זוכה געווען צו זעהן זיין ציינער.
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:יתרו דאס זענען רוב פון אוזער סאסייעטי.
סאיז נישט קיין סוד אז א חלק פון אונזער חינוך איז אז א גוי, א שווארצער איז עקעלדיג. א געפיל פון עקעל גייט נישט אוועק ווייל יענער איז דורך א טעניקעל גייר פראצדור.
בלעים נישט אונזער סאסייעטי, רובא דרובא ווייסע גוים קוקן אויך אראפ שווארצע ווי צווייטע קלאס בירגער. איך מיין נישט ח"ו צו בארעכטיגן די רשעות, אבער דאס איז די מציאות.
איך כשלעצמי זעה נישט קיין שום פראבלעם אז מיינע קינדער זאלן לערנען מיט קינדער פון אלע מינע בעקגראונדס ווילאנג זיי קומען פון ערליכע שטיבער.
צווישן אונזער היימישע סאסייעטי (די וואס עסן היימישע קאקאש קעיק) איז דא גענוג פארדארבענע און איך האב סאך מער מורא מיינע קינדער זאלן זיך חבר'ן מיט זיי ווי מיט קינדער פון א. ג. פרעמדע קרייזן