ווי ווייט זענען די נביאי השם געגאנגן ארויסצוברענגן א פונקט?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 2:09 pm
ווי ווייט איז מענטש אומשטאנד צו גיין? און וואס פאר א אויסערארדענטליכע שריט איז א מענטש אלס אומשטאנד צו טאן, צו צייגן א פונקט,(prove a point) איבער עפעס וואס וועט פאסירן אינעם צוקנופט?
כ'האב היינט געלערענט די פאלגענדע פרשה אין תנ''ך, ווי ווייט די נביאי השם זענען ווירקליך געגאנגן צו צייגן א פונקט:
בִּשְׁנַת בֹּא תַרְתָּן אַשְׁדּוֹדָה, בִּשְׁלֹחַ אֹתוֹ סַרְגוֹן מֶלֶךְ אַשּׁוּר; וַיִּלָּחֶם בְּאַשְׁדּוֹד וַיִּלְכְּדָהּ. בָּעֵת הַהִיא דִּבֶּר השם בְּיַד יְשַׁעְיָהוּ בֶן-אָמוֹץ לֵאמֹר, לֵךְ וּפִתַּחְתָּ הַשַּׂק מֵעַל מָתְנֶיךָ וְנַעַלְךָ תַחֲלֹץ מֵעַל רַגְלֶךָ. וַיַּעַשׂ כֵּן, הָלֹךְ עָרוֹם וְיָחֵף.
וַיֹּאמֶר השם כַּאֲשֶׁר הָלַךְ עַבְדִּי יְשַׁעְיָהוּ עָרוֹם וְיָחֵף--שָׁלֹשׁ שָׁנִים אוֹת וּמוֹפֵת, עַל-מִצְרַיִם וְעַל-כּוּשׁ. כֵּן יִנְהַג מֶלֶךְ-אַשּׁוּר אֶת-שְׁבִי מִצְרַיִם וְאֶת-גָּלוּת כּוּשׁ, נְעָרִים וּזְקֵנִים--עָרוֹם וְיָחֵף; וַחֲשׂוּפַי שֵׁת, עֶרְוַת מִצְרָיִם. וְחַתּוּ, וָבֹשׁוּ--מִכּוּשׁ, מַבָּטָם, וּמִן-מִצְרַיִם, תִּפְאַרְתָּם. וְאָמַר יֹשֵׁב הָאִי הַזֶּה, בַּיּוֹם הַהוּא, הִנֵּה-כֹה מַבָּטֵנוּ אֲשֶׁר-נַסְנוּ שָׁם לְעֶזְרָה, לְהִנָּצֵל מִפְּנֵי מֶלֶךְ אַשּׁוּר; וְאֵיךְ, נִמָּלֵט אֲנָחְנוּ.
אט איז ווי אזוי כ'האב עס פארשטאנען די פרשה:
דאס אידיש פאלק אין ארץ ישראל האט געדינט פרעמדע געצען, און ג-ט שיקט זיין געטליכער נביא ישעיהו צו שטראפן די אידן, און זיי באיינצופלוסן זיך אומצוקערן פון זייער שלעכטע וועגן און אויפהערן צו דינען פרעמדע געצען.
אויב וועט איר נישט אויפהערן מיט אייער פאסקיצווע שטיקעס, וועט דער גרויזאמער פיינט פון אשור ארויפקומן קיין יהודה, און ער וועט אייך פארטרייבן צו א ווילד-פרעמד לאנד - גענוי ווי ער האט ווירקליך געטאן מיט אייער ברודער פון שומרון, האט דער נביא געדינערט מיט זיין באסאווע שטימע.
די איינוואוינער פון יהודה האבן זיך אבער אויסגעלאכט פונעם אלטן צוריקגעשטאנענער נביא. מיר האבן נישט קיין שום אנגסט פארן קעניג פון אשור, אויב אשור וועט ווירקליך זיך וואגן ארויפצוקומן קיין יהודה, וועלן די דערנעבנדיגע מאכטפולע גרויסמאכטן, מצרים און כוש, ספאנטאן קומען צו אונזער רעטונג. דער אויסערן מיניסטעריום פון אונזער מייעסטעט דער קעניג אחז דער לייבן הארץ, האבן גאר נאנטע באציאונגען מיט די עגיפטער און די אפריקאנער.מיר זענען פולקאם פארזיכערט האבן די יהודה לייט אריינגעזאגט פארן הייליגן נביא.
די פרעכע ווידערשפעניגע רייד פון די יהודה לייט, האט ממש געשטאכן דאס הארץ פונעם געטליכען נביא ווי מיט פייערדיגע שפיזן. נעמליך, ער האט נישט געקענט פארשטיין, ווי אזוי די אידן פארלאזן זיך אזוי בלינדערהייט אויף פרעמדע פעלקער, און די צייט וואס ג-ט זעלבסט פארזיכערט אז שום גרויסמאכט אין דער וועלט, וועט נישט האבן די מאכט אפצושטעלן די מעכטיגע ארמייען פון אשור פון צו פארוויסטן די יהודה בערג און צו פארטרייבן אירע איינוואוינער מיט שאנדע צו שקלאפעריי.
מיטאמאל באקומט ישעיהו א זענדונג פון ג-ט זעלבסט, וואס לויטעט ווי פאלגענד: מאך דיר אויף דאס זאק פון דיינע לענדן, און טוה דיר אויס דיינע שיך! ישעיהו האט מיט הייליגער פורכט באלד ערפילט דאס ווילן פונעם אלמעכטיגן ג-ט, אבער נישט בלויז פאר א שטונדע אדער א טאג. זאגאר גאנצע דריי יאר צייט האט ישעיהו ארום רומפאזשירט אין די גאסן פון יהודה אן קיין הויזן, און מיט בארפעסע פוס! א אלטער איד לויפט ארום אזוי אין די ר''ת, בארפעס ווי פון די מקוה ארויס פאר גאנצע דריי יאר! דאס הערט זיך שרעקליך!
זאגט ג-ט פארן אידענטום:
אזוי ווי מיין קנעכט ישעיהו איז געגאנגן אנטבלויזט און בארפעסיג פאר דריי יאר צייט. איז דאס א צייכן אויף מצרים און אויף כוש. אזוי וועט דער קעניג פון אשור פירן די געפאנגענע פון מצרים, און דאס פארטריבן פאלק כוש, יונגע און אלטע, אנטבלויזט און בארפעסיג, מיט אויפגעדעקטע אונטערשטעס, אזש די אלע וואס האבן ארויסגעקוקט א הילף פון די אפריקאנער וועלן זיך שעמען צו קוקן, אזוי אויך די אלע וואס האבן זיך גערומט מיט די אנגעבליכע הילף פון די עגיפטער. און די איינוואוינער פון דעם דאזיגען האפן שטאט (יהודה) וועלן זאגן: אזוי האט אויסגעקוקט אונזער בליק, ווען מיר האבן פון דארט געוואלט הילף, צו ווערן גערעטעט פונעם קעניג פון אשור, ווי אזוי וועלן מיר ווירקליך געראטעוועט ווערן.
ביז דא איז דער ווארט פון ג-ט:
און אנדערע ווערטער ישעיהו האט געוואלט ארויס ברענגן א פונקט, ער האט געוואלט איבערצייגן פאר די איינוואוינער פון יהודה אז זיי האבן זיך נישט וואס צו פארלאזן אויף די עגיפטער און די אפריקאנער, פאר סיי וועלכע סארט הילף. ווייל זיי זעלבסט וועלן אויך אריינכאפן פון אשור ביטערע קלעפ, און מארשירן אין שקאלעפעריי אריין נאקעט און בארפעס מיט שאנדע. און ארויסצוברענגען זיין פונקט: איז ער זעלבסט ארום געלאפן נאקעט און בארפעס פאר דריי יאר צייט!
ס'איז ממש וואונדער איבער וואונדער ווי ווייט די נביאי השם זענען געווען גרייט צו גיין, און וואס זיי זענען אלס געווען אומשטאנד צו טאן, ארויסצוברענגן א פונקט...
געבויעט אויף א קאפיטל אין ישעיהו (קאפיטל כ')