בלאט 1 פון 4

אלעס איבער תשעה באב‎

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 10:30 am
דורך real jew
Are you allowed to learn, both today (after chatzos) and tomorrow shabbos tisha b'av? I was told that the belzer rebbe ruled that you can only learn as much as you usually learn, that psak left me in a difficult situation since I rarely learn on shabbosim. If learning makes me sad can I learn this shabbos?

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 11:38 am
דורך הרב_שלום
אויב לערנען מאכט דיר טערויריג דארפס דו א גרויסע דאקטאר ווייל אין פאקט שפירט זיך יענע איינער גוט נאכן לערנען און זעה זיך גוט אויסציוויינען ביי והאר עיננו בתורתך

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 11:53 am
דורך יידל
א קליינע דאקטער איז אויך גענוג. אייגענטליך, אפילו א זעלבסט-דערקלערטער טעראפיסט פון וויליאמסבורג וועט אויך מאכן א גוטע דזשאב.

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 1:15 pm
דורך קלוג און יונג
שהמאור שבה יחזירנו. ער דארף נישט קיין דאקטאר אדער טעראפיסט, ער ווערט סעד וויל ער זאגט אליין אז ער לערנט קוים. זעץ זיך לערנען, און איי געס די תורה וועט טוהן די רעסט.

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 1:23 pm
דורך אשכנ
היינט און מארגען ביז חצות איז זיכער מותר, נאך חצות זענען דא דעיות אין די פוסקים.

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 1:32 pm
דורך שרגא
לכתחילה זאל מען נישט לערנען מארגן שבת נאך חצות. עס זענען דא וואס זענען מתיר אויב וויל מען דוקא, אבער פארוואס זאל איינער זוכן צו "מקיל זיין" ?
מ'קען העכסטנס זאגן תהילים אדער לערנען די זאכן וואס זענען מותר ת"ב (איוב רעקאמענדירט).

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 1:47 pm
דורך מוראדיג
real jew האט געשריבן:Are you allowed to learn, both today (after chatzos) and tomorrow shabbos tisha b'av? I was told that the belzer rebbe ruled that you can only learn as much as you usually learn, that psak left me in a difficult situation since I rarely learn on shabbosim. If learning makes me sad can I learn this shabbos?


"טרויעריג" און "שווער" זענען צוויי באזונדערע זאכן. איך מיין דו האסט געמיינט צו זאגן די צווייטע, נישט די ערשטע.

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 2:29 pm
דורך שמעקעדיג
מעג מען ע"פ הלכה תשעה באב נאך חצות ארויפקומען דא אויף קאווע שטיבל שטופן די צייט?

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 2:54 pm
דורך זר זהב
שמעקעדיג האט געשריבן:מעג מען ע"פ הלכה תשעה באב נאך חצות ארויפקומען דא אויף קאווע שטיבל שטופן די צייט?

יא, איך האב געפרעגט מיין דיין. ער זאגט אבער איך זאל אבבאכט געבן נישט צו פארקריכן אינעם "תורה" פארום.

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 3:18 pm
דורך real jew
זר זהב האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:מעג מען ע"פ הלכה תשעה באב נאך חצות ארויפקומען דא אויף קאווע שטיבל שטופן די צייט?

יא, איך האב געפרעגט מיין דיין. ער זאגט אבער איך זאל אבבאכט געבן נישט צו פארקריכן אינעם "תורה" פארום.

was the heter only for this year since its a nidche?

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 3:24 pm
דורך טאמבל סאס
זר זהב האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:מעג מען ע"פ הלכה תשעה באב נאך חצות ארויפקומען דא אויף קאווע שטיבל שטופן די צייט?

יא, איך האב געפרעגט מיין דיין. ער זאגט אבער איך זאל אבבאכט געבן נישט צו פארקריכן אינעם "תורה" פארום.

מיך האט ער געזאגט איך זאל אובאכט געבן און נישט פאררקריכן אינעם "הפרגוד" פארום.

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 3:35 pm
דורך [NAMELESS]
זעט אויס פאר יעדעם זאגט ער וואס ער דארף הערן לויט זיין שורש נשמה

עצות צום פאסטן און אויספאסטן

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 3:41 pm
דורך שרייבער

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 6:49 pm
דורך נולד מאוחר
אויף וואס קלאגן מיר תשעה באב , בשעת מיר זיצן אין אמעריקע אין ספעלט אונזז גארנישט?
ווער קען דען זאגן אז עם פעלט עפעס ציליב דעם חורבן?
ווער קען זאגן אז דורך יאר טראכט ער איינמאל אז עס פעלט עם די בית המקדש?
וועם באדערט דען אז שכינתא בגילתא ?

איך וויל מיך נישט סתם שטיפען צי וויינען. איז וויינען אויף די פרזענדליכע צרות א מהלך?

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 6:51 pm
דורך זר זהב
נולד מאוחר האט געשריבן:אויף קלאגן מיר תשעה באב , בשעת מיר זיצן אין אמעריקע אין ספעלט אונזז גארנישט?
ווער קען דען זאגן אז עם פעלט עפעס ציליב דעם חורבן?
וועם באדערט דען אז שכינתא בגילתא ?

איך וויל מיך נישט סתם שטיפען צי וויינען. איז וויינען אויף די פרזענדליכע צרות א מהלך?

דו ביזט דיר סותר מיניה וביה, ווען משיח וועט קומען וועסטע נישט האבן קיין פערזענדליכע צרות. ודו"ק

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 6:53 pm
דורך שמואל הלוי
נולד מאוחר האט געשריבן:אויף וואס קלאגן מיר תשעה באב , בשעת מיר זיצן אין אמעריקע אין ספעלט אונזז גארנישט?
ווער קען דען זאגן אז עם פעלט עפעס ציליב דעם חורבן?
ווער קען זאגן אז דורך יאר טראכט ער איינמאל אז עס פעלט עם די בית המקדש?
וועם באדערט דען אז שכינתא בגילתא ?

איך וויל מיך נישט סתם שטיפען צי וויינען. איז וויינען אויף די פרזענדליכע צרות א מהלך?

אויף דעם אליין זאלסטו וויינען און וויינען, פארוואס דו שפירסט נישט אז דו ביסט אין גלות, און אז ס'פעלט דיר די בית המקדש.

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 6:54 pm
דורך נולד מאוחר
זר זהב האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:אויף קלאגן מיר תשעה באב , בשעת מיר זיצן אין אמעריקע אין ספעלט אונזז גארנישט?
ווער קען דען זאגן אז עם פעלט עפעס ציליב דעם חורבן?
וועם באדערט דען אז שכינתא בגילתא ?

איך וויל מיך נישט סתם שטיפען צי וויינען. איז וויינען אויף די פרזענדליכע צרות א מהלך?

דו ביזט דיר סותר מיניה וביה, ווען משיח וועט קומען וועסטע נישט האבן קיין פערזענדליכע צרות. ודו"ק

די האלטס פינעם רמב''ן? זאגט נישט די רמב''ם עולם כמנהגו נוהג ,חוץ שובעד מלכות .?
אין אייב בין איך א לאבאוויעשער? ;)

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 6:56 pm
דורך נולד מאוחר
שמואל הלוי האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:אויף וואס קלאגן מיר תשעה באב , בשעת מיר זיצן אין אמעריקע אין ספעלט אונזז גארנישט?
ווער קען דען זאגן אז עם פעלט עפעס ציליב דעם חורבן?
ווער קען זאגן אז דורך יאר טראכט ער איינמאל אז עס פעלט עם די בית המקדש?
וועם באדערט דען אז שכינתא בגילתא ?

איך וויל מיך נישט סתם שטיפען צי וויינען. איז וויינען אויף די פרזענדליכע צרות א מהלך?

אויף דעם אליין זאלסטו וויינען און וויינען, פארוואס דו שפירסט נישט אז דו ביסט אין גלות, און אז ס'פעלט דיר די בית המקדש.

דער אייבישטער גיט מיר פין אלעם גוטען , איך שפיר נישט דעם חורבן .
זאל איך מיך סתם שטיפען ציוויינען? איך שעם זיך פין גאט ער ווייסט איך שטיפ מיך.

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 6:58 pm
דורך זר זהב
אויב ביזטע א ליבאוויטשער בין איך דיר נישט מקנא ווען משיח וועט קומען, וועסט זיין אין שאק.

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 6:59 pm
דורך שמואל הלוי
נולד מאוחר האט געשריבן:דער אייבישטער גיט מיר פין אלעם גוטען , איך שפיר נישט דעם חורבן .
זאל איך מיך סתם שטיפען ציוויינען? איך שעם זיך פין גאט ער ווייסט איך שטיפ מיך.

נו פארדעם זאלסטו וויינען פארוואס טאקע דו שפירסט נישט. געדענק וואס חז"ל זאגן אז רשעים באקומען זייער עולם הזה אויף די וועלט, און אפשר פארדעם גיט דיר דער אייבערשטער פון אלעם גוטן, אבער אויבן אין הימל וועט זיין א אנדערע מעשה (איך זאג נישט אז דו ביסט א רשע חלילה, אבער דו פאר דיר אליין מעגסט אזוי טראכטן און זיך מאכן א חשבון הנפש) און ווען דו וועסט דאס טראכטן אוי וועט דיר קומען צו וויינען.

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 7:03 pm
דורך זר זהב
אזוי גייט דאך דער ווארט: "ראוי לכל ירא שמים להיות דואג ומיצר על חורבן... פרעגט מען פארוואס נאר א ירא שמים? ווייל איינער וואס איז נישט א ירא שמים דארף וויינען אויפ'ן איגענעם חורבן. און ווי ס'זעהט אויס האב איך מיין חבר נולד מאחור פאר קאמפעניע.

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 7:09 pm
דורך נולד מאוחר
זר זהב האט געשריבן:אזוי גייט דאך דער ווארט: "ראוי לכל ירא שמים להיות דואג ומיצר על חורבן... פרעגט מען פארוואס נאר א ירא שמים? ווייל איינער וואס איז נישט א ירא שמים דארף וויינען אויפ'ן איגענעם חורבן. און ווי ס'זעהט אויס האב איך מיין חבר נולד מאחור פאר קאמפעניע.

זייר מיט דיר צי וויינען , סהייבט שוין אן צי ווערן עקסיידינג איים אין לאמיר ציזאמכן וויינען .

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 7:10 pm
דורך נולד מאוחר
וואס שפירען די וואס שפירען ? אויף וואס וויינען זיי?