יעצט אין די נייעס, איבער אן אינטעריוויו וואס דער געוועזענער ירדן'ישער פריים מיניסטער וואס האט אינטערגעשריבן דעם שלום אפמאך צווישען ארץ ישראל און ירדן אין 94' אין וואס דער געוועזענער אמעריקאנער פרעזידענט ביל קלינטאן איז געווען דער פארמיטלער, און אזוי ארום ג'ענדיגט דעם מלחמה צושטאנד וואס האט געהערשט ביז דאן.
איינע פון די זאכן וואס ער ברענגט ארויס דארט איז, אז דער גאנצער שלום אפמאך איז נאר געווען און גייט ווייטער אן ווייל ס'נישטא קיין אנדערע ברירה. און ווי ער דריקט זיך אויס "ווי לאנג דו האסט נישט כח פון אנאנדערע סארט איז שלום די איינציגסטע אפציע"
ער זאגט קלאר און דייטליך "אז די אראבישע כוחות זאלן בשום אופן נישט לאזן ארץ ישראל האלטן חיפה אויב האבן זיי די כח עס צוריק צונעמען"
אויך זאגט ער קלאר אז ער שטיצט דעם שלום אפמאך אבער ער האלט קלאר אז אויב די אראבערס וואלטן געהאט די כוחות צוריק צונעמען חיפה וואלטן זיי זיך נישט געקימערט קיין רגע וועגן דעם שלום אפמאך.
פון דעם קען מען זעהן וואספארא פנים די אלע שיינע שלום אפמאכן קוקן עכט אויס. ס'נאר אינטערעסאנט צו זעהן ווי די יוראפעאישע פאראיין און ווי אויך אמעריקע אינטער די פריערדיגע פרעזידענטס (נישט פרעזידענט טראמפ ירום הודו) האבן געשטופט שלום מיט אלע מיני שטיקלעך ווי למשל מיט די איראנישע נוקלעארע אפמאכן, אויף וואספארא לופט ס'געבויעט.
איין זאך קען מען זיכער ארויסנעמען פון דעם אינטעריוויו, אז די איינציגסטע וועג פון שלום, אדער לאמיר עס נישט רופן שלום, ווייל ס'האט גאנץ קנאפע מיט שלום צו טוהן, נאר לאמיר עס ענדערש רופן "רואיגקייט אינעם ראיאן" איז אז ארץ ישראל ברויך פארמאגן אן אויסטערלישער מיליטערישער מאכט וואס קען צופיצלן אלע אראבישע מדינות אויפאמאל אין איין מלחמה כדוגמת מלחמת ששת הימים וואס דאן איז געווען א ריכטיגע געווינס און א גרויסע קידוש השם.
אלע אנדערע אפמאכן האט אזא פנים ווי די טשעמבערלעין פאפיר וואס איז געווען געשריבן מיט נפיחות און פאנטאזיעס.
ווי אזוי זאגט אינזער שטארקער גענעראל און קעניג, "ד' עוז לעמו יתן ד' יברך את עמו בשלום" קודם כל קומט שטארקייט, און הערשט נאכדעם קען הערשן די ברכה פון שלום.
https://www.i24news.tv/en/news/internat ... ace-treaty
שטארקייט אדער שלום
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
מערווערדיג: אינעם קוראן ווערט קיינמאל נישט דערמאנט דער ווארט שלום. אפגעזען פון איין מאל:
שטייט אין פסוק שלום, זאגט דער הייליגער קוראן: אויב קענסטו אונטערדרוקן דיין פיינט מיטן שווערד?, דאן פארוואס זאלסטו אפילו קלערן פון שלום?
דאס איז די איינציגסטע מאל וואס ס'ווערט דערמאנט דער ווארט שלום אינעם קוראן.
שלום איז א באגריף וואס די מערב וועלט האט אדופטירט פון די תורה הק' ונתתי שלום בארץ. אין די מזרח וועלט איז אזא באגריף בכלל נישט פארהאן. בלויז אויב מ'שטיקט זיך צום טויט.
אדלער האט ווארשיינליך רעכט!

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. דיינע ווערטער זענען זייער שטארק דערפרישנד. כמים קרים על נפש עייפה. פאר א יעדן נארמאלן איד. וואס ווייסט און גלייבט אין דעם וואס ס'שטייט אין פסוק..."ארץ אשר עיני ה' אלוקיך בה. מראשית השנה ועד אחרית שנה"...אונז זעמיר מאמין באמונה שלימה אז דער אייבישטער היט אפ זיין אידיש פאלק די קינדער פון די גרויסע אבות, אברהם יצחק און יעקב...!
אויך איז דא א פסוק וואס זאגט..."אין שלום, אמר ה' לרשעים "...! די רשעים , דאס מיינט מען די אלע געמיינע, נידערטרעכטיגע רוצחים די בני עשיו וישמעאל. נישט ח"ו די אידישע קינדער. אפילו אויב אויף די מינוט פיהרן זיי זיך נישט אנגאנצן אויף ווי ס'פאסט פאר די קינדער פון די אבות ואמהות הקדושים. אבער דאך האט זיי דער אייבישטער ליעב. נישט אזוי ווי א פאר צודרייטע פארשוינען וואס זוכן אייביג נאר מקטרג צו זיין אויף אידישע קינדער. און זוכן דאס גוטס ביי די עקלדיגע שפלים ונבזים, די בני ישמעאל...! די דאזיגע פארשוינען. אשר לא קראו ולא שנו, זענען היינט צו טאג קאנצענטרירט אין א געוויסע געאגראפישע געגנט אין ברוקלין. איך ווייס נישט פון וועלכע פארסמ'טע קוואלן זיי האבן געטרונקען. אדער וועלכע ווילדע, גיפטיגע גראזן זיי האבן געגעסן אז זייער שכל איז אינגאנצן פארדרייט און פאררוקט געווארן. זיי זאגן אויף גוט אז ס'איז שלעכט. און אויף שלעכט אז ס'איז גוט...זיי זענען מקרב די שמוציגע שטינקעדיגע (עיין רש"י הק') רוצחים די בני ישמעאל און זייערע שותפים די בני עשיו. און מרחק זייערע אייגענע ברידערס. און ווייזן ארויס צו זיי א שטארקע, אורשפרונגליכע (כדברי ר' סענדער דייטש זכותו יגון עלינו.) שנאה...!

- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
הער גאלדענע,
אין די סוגיא פון מיטל-מזרח איז דא אסאך געפילען אריינגעמישט וואס צומאל שטערט צו זען א ריינע סברה'דיגע בליק. די ישמעאלים קענען טאקע זיין רוצחים אזוי ווי זיי אליינס זענען מודה, אבער געדענק אז אין א יעדע קאנפליקט איז דא צוויי דעות, אפילו דארט ווי ס'נישט דא צוויי צדדים, דהיינו אמת'ע צדדים, מ"מ צוויי דעות איז נאכאלטס דא. קומט אויס, אז אפגעזען אז נאר איינער איז באמת גערעכט, אעפ"כ אן איינרעדעניש איז ערגער ווי א קרענק, און דער גערעכטער מיט'ן איינגערעדטער וועלן ביידע קעמפען עד הסוף פאר זייער צד, והעולם נחרב.
האט דער אייבערשטער באשאפען א בריאה וואס הייסט שלום, און לפעמים דארף מען ארויסציען דעם שלום, אפי' ווען ער איז א שטיקל טו-פעיסער, כדי דער וועלט זאל האבן א קיום. און דוקא אזא סארט שלום ווי מ'פארקוקט זיך צום אנדערן זייט, איז די שפיץ פון שלום. ס'קען טאקע מיאוס דורכפאלן אזוי ווי ביי טשעמבערלין, און וועגן דעם טאר מען נישט זיין קיין שוטה און מוותר זיין אן קיין ערענסטע נעגאשיעשאנס, אבער דאך, דאס איז דער חידוש פון שלום אז יעצט דארף מען זיין פראקטיש, און ווען יענער הערט נישט קענסטו עם בענטשן אויף פראנצויזיש וויפיל דו ווילסט.
האט דען נישט עפעס אויפגעטוהן די שלום מיט ירדן און מצרים? ס'זעט אויס אז יא. פארוואס? ווייל יעצט איז דאס ווערד און טאקע ווען מ'איז זיך אזוי סותר איינער דעם אנדערן איז א שפיץ חידוש דער אויפטו פונ'ם פראקטישן שלום. ואם תאמר מנא הני מילי? אי בעית אימא קרא דלעיל וואס דו ברענגסט טאקע צו, ה' עוז לעמו יתן ה' יברך את עמו בשלום. אזוי ווי די מהרש"א זאגט אין אגדות אז איינס ברענגט די צווייטע, דהיינו, אז וויבאלד די יודען זענען עזין שבאומות (עוז) און וועלן גיין עד הסוף וועט זיך מאכן פלעצער ווי מ'וועט זיך אריינהאנקענען מיט א צווייטן, האט דער אייבערשטער צוגעלייגט שלום, וראה זה חדש, אז דוקא ווען מ'איז אמת'דיג גערעכט וועט זיך מאכן פראבלעמען און דעמאלסט וועט מען נוצן די פראקטישע שלום.

Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן:שלום איז א באגריף וואס די מערב וועלט האט אדופטירט פון די תורה הק' ונתתי שלום בארץ. אין די מזרח וועלט איז אזא באגריף בכלל נישט פארהאן. בלויז אויב מ'שטיקט זיך צום טויט.
אין די מזרח וועלט איז שוין איינמאל פארהאן אזא באגריף, "nirvana is peace" איז זאגאר איינס פון די פיר עיקרים פון בודהיזם.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that