בלאט 1 פון 1
דער איסור אויף קאקא קאלע
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2018 2:01 am
דורך גדליה
אזוי ווי איך בין קענעהארע באשאנקען געווארן מיט א גאר טיפע פילאזאפישע מהלך המחשבה, מאכט זיך כסדר אז עס בליצן ביי מיר אויף אזוינע שטרומישע רעיונות וואס ווען וועלט העט געווען וועלט וואלט מען פון יעדע איינע געקאנט מאכן א בוך, וואס זאל מען טון אז די וועלט איז נישט ראוי פאר אזויפיל חכמה? מוז מען באין ברירה זיך פלאגן על המחיה ועל הכלכה און די פילאזאפישע חידושים בלייבן זיצן אין קעפעלע אמן סלה.
איז מיר בייגעפאלן אז מ'קאן עס דאך מיטטיילן מיט דעם עולם דא אויף קאווע שטיבל. אומר ושותה, כ'האב באלד גענומען בויען אן אשכול. והנה, און נון. דא וועט איר קענען ליינען אלע מיינע גאר טיפע אינערליכע שרעפים ווען מיר טוען דורך די סודות הבריאה.
וזה החלי בעזר ההויה.
ס'איז דא אסאך מענטשן וואס פירן זיך נישט צו טרינקען קאקא קאלע. יעצט מאלקאלם גלאדוועל שרייבט אז די סיבה פארוואס מ'גלייכט קאלע איז פשוט ווייל ס'האט עפעס א נאכטעם צו וואס און ס'קומט און א רויטע אויפרייצענדע שאכטעלע. קען מען דאך מאכן א שטיקל גזירה שוה אז ההיפך בהיפך, די סיבה פארוואס מ'זאל דייקא נישט טרינקען די קאלע איז אויכעט צוליב דעם וואס מ'גלייכט נישט די פריצות'דיגע רויטע קאליר און ענגלישע בוכשטאבן, און אז מ'זאל אריינפאקן די זעלבע משקה אין מים חיים באטעלעך וואלט ניינציג פראצענט עולם געזויפן קאקא קאלע און די בייכער וואלטן געוואקסן פי כמה
בקיצור, די איסור אויף קאקא קאלע איז צוליב די תוכן פון די געטראנק, אדער צוליב די גוי'אישע לבוש אין וועלכן די משקה איז ליידער איינגעהילט. ס'מיר וויכטיג צו וויסן
וואס האלט דער עולם?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2018 2:19 am
דורך וואלווי
קאקע קאלע איז אסור?
אפשר וועגען דעם טעיסט עס אזוי גוט..
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2018 8:42 am
דורך שמעקעדיג
קודם א לייק, בפרט פאר'ן ערשטן פאראגראף
נאכדעם, מענין לענין, קענט איר א קוקט טאן דא, אינעם אשכול פון 6 יאר צוריק...
viewtopic.php?p=54205#p54205
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2018 7:06 pm
דורך berlbalaguleh
גדליה: ואם כבר בזויפעריי עסקינן. זאלסטו טאקע וויסן אז די קאוק באטלעך וועלכע קומען פון ארץ ישראל, זענען ביי מיר א סאך חשוב'ער ווי די אמעריקאנער פאבריצירטע. ווען איך קוק אן די אותיות פון אלף בית קוקה קולה (בהברה אשכנזית. לא ציונית) ברענגט עס ביי מיר אריין א געשמאק. מיט די קאוק געטראנקען וועלכע קומען פון מדינת ישראל. חוץ די קליינע מעלה אז זיי זענען אנגעבליך אונטער די השגחה פון הרב מי"ל לאנדא, שליט"א, האבן זיי אויכעט 2 גרויסע חסרונות. די ערשטע חיסרון איז אז ס'איז זייער טייער. והעולה על כולנה. אז ס'איז פאבריצירט אין די טמא'נע ציוניסטישע מדינה. און די אימפארטירערס (אריינברענגערס. פאר אנשי שלומינו וואס ווייסן ב"ה נישט וואס די טמא'נע ענגלישע? ווערטער מיינען) זענען אויכעט, ליידער ציוניסטישע איזראעליס. וועלכע פארדינען געלט פון אונזער ערליכע הארעוואניע. אשר ידי זדים לא שלטו בהם...!
און לגבי די לאקאל פאבריצירטע משקאות און געטראנקען. איז אזוי. די קאלא געטראנקען פאבריצירט דורך מים חיים האט נאך עפעס א מענטשליכן טעם. אבער די קאלא און דזשינדזשער עיל וואס ווערן פאבריצירט דורך באר מים, האבן א טעם ווי געצוקערטע זייף וואסער...!
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2018 11:03 pm
דורך אישתישבי
פון ארץ ישראל איז ממילא אסור צו טרינקען צוליב פירות ארץ ישראל, כידוע פין די וואס גייען בשיטת רבינו הקוה"ט.
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2018 11:14 pm
דורך בן ישי
ס'האט נישט מיט די רויטע קאליר ווייל די דייעט איז אין די זעלבע איסור, חוץ אויב די וועסט זאגן אז ס'איז א גזירה לגזירה...
אגב איז אמאל געווען א קאמפעני (איך מיין בלום'ס) וואס האט געוואלט לייגן וואלאווע הכשר דערויף און מים חיים האט פארפירט און ס'למעשה גארנישט געווארן דערפון.
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2018 11:59 pm
דורך berlbalaguleh
אישתישבי האט געשריבן:פון ארץ ישראל איז ממילא אסור צו טרינקען צוליב פירות ארץ ישראל, כידוע פין די וואס גייען בשיטת רבינו הקוה"ט.
אישתישבי: ס'איז אין איסור חל על איסור. דער איסור פון שטיצן די ציונים איז שטערקער ווי דער איסור פון נישט געמעשר'טע פירות ארץ ישראל...! די וואס פאררופן זיך אויפ'ן חשש פון טבל אלס פירות ארץ ישראל, זענען שוין ליידער פארדארבן געווארן. זיי שעהמען זיך מיט די שיטה הק' פון רבינו הק'...
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 12:44 am
דורך גדליה
וואלווי האט געשריבן:קאקע קאלע איז אסור?
אפשר וועגען דעם טעיסט עס אזוי גוט..
דאס אליין קען מען דאך טאקע דן זיין, אז דער חסידישער יונגערמאן מיט'ן ברייטן טלית קטן וואג שלייכט אריין א פלעשל קאוק אין בוזעם טאש און טרינקט עס אויס אין זיין סיעאנע אדיסי פארמאגט עס גאר אן אנדער טעם ווי ביי א פשוט'ע פאלנע גוי וואס כאפט אפילו נישט ווי קאנטראווסעריאל א פשוט'ע קאלע סאדע פלעשל קען זיין
מענין לבנין באותו קנין איז מיר איינגעפאלן א מורא'ידגע עצה בעניני כשרות וואס איז כידוע שרעקליך נזנח און אסאך חשובע יונגעלייגט זענען זיך מורה היתר צו גיין עסן אין גאר צווייפלהאפטיגע מקורות
די עצה איז פשוט
מיר ווייסן אז אלע שארפע משקאות זענען מותר לבא בקהל, נישט קיין חילוק וואס ווען ווי, ווילאנג ס'איז אלקאהאל איז עס כשר למנהדרין
האב איך א פשוט'ע עצה, זאל מען אריינגיסן אביסל אלאקאהאל און אלע מאכלים, (זאל עס שוין טאקע זיין א עכט היימיש שטיקל סטראפקאוו) אזוי וועט נישט זיין קיין שום פראבלעם פון כשרות קיינמאל, און מ'עט קענען עסן וואו און ווען מ'וויל, וייל אמער ס'איז דאך בראנפן וואס ברויך נישט קיין הכשר (מ 'זאל חלילה נישט נוצן די חמציגע ביר וואס ר' פסח איז אריבערגעגאנגען)
וואס האלט דער עולם?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 2:36 am
דורך וואלווי
מאכסט עס צו קאמליצירט.
מ'קען זאגען די לחכימא ברמיזא. אזוי ווי צדיקים האבן מכוין געווען עבודת הקרבנות ביים עסען און ס'האט גערינען פעטענס, אזוי אויך מי שאמר לשמן שידליק יאמר לחומץ, און מ'איז מכוין ע"ש הרבנים המפורסמים מאדווארי והאמאראד, וירא כי אין איש, ומיד נעשה גל של עצמות.
פעלט נישט אויס ארום צו שלעפען באטלעך משקה...