בלאט 1 פון 1

מעשי חסידים ארויסצוווייזן הערצה פאר זייער אדמו"ר

נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2018 4:11 am
דורך שושן פורים
נאך א שווערע טאג ארבעט, איינע פון די וועגן וויאזוי איך לופטער זיך אויס איז בליקענדיג אין שאולזאהן'ס בלאג. צווישן די גאנצע און האלבע אמת אדער גאנצע ליגנטס קומט מיר אמאל צו לאכן, אמאל וויינען, און צומאל ביידע בענאזאם.

על כל פרצוף, היינט נישטערנדיג דארט האב איך זיך אנגעשטאלפערט אין די ווידיאו פון א באזוך פון מהרי"י מ'סאטמאר ביי מהר"א מ'טאהש און איך האב אויפגעפאסט א אינטערעסאנטע זאך. ביי די טראדיציאנאלע וויין געטרינקעכץ נאך די אויסגעדראשענע וויכוח איבער ווער עס איז מכובד מיט פתיחה אויפן בעכערל האט מהרי"י געזיגט און דער שרף פון טאהש האט געצווינגענערהייט געמאכט די ברכה וועלכע איז נאכגעפאלגט געווארן מיט א הילכיגע אמן אויפן טאהש'ן שטייגער פון זיינע אנוועזנדע אנהענגער. דערנאך ווען מהרי"י האט געמאכט די ברכה איז עס געענטפערט געווארן דורך די זעלבע אנוועזנדע מיט א שנעלע האלב שטילע אמן יתומה.

זעענדיג דאס איז מיר אינטערעסאנט געווארן אויסצושמועסן די פארשידענע ענליכע אקטן וועלכע חסידים וועלן טיילמאל טון צו ארויסווייזן הערצה און געטריישאפט פאר זייער מנהיג. גיי זיי מסביר פאר א גוי די געשמאק פון גיבן לחיים פאר א געשטאפטע אויבן-אן און בלויז א קיש טאן דעם אייגענעם רבי'נס האנט. די הנאה און סאטיספיקאציע איז למעלה מן המשוער.

עס איז פארהאן נאך פילע מעשים וועלכע זענען דומה צו דעם, און אדרבה, זאל דער עולם מיטטיילן.

Re: מעשי חסידים ארויסצוווייזן הערצה פאר זייער אדמו"ר

נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2018 9:24 am
דורך נעגעל וואסער
מיר איז אינטערעסאנט אז ווען עס קומט צו די גלעזל וויין איז ר' זלמן מכבד ר' מיילעך אבער ווען עס קומט צום ווינטשן איז ר' זלמן קופץ בראש.
דער מעסעדזש איז קלאר: אויף טרינקען יין המשכר זענט איר גוט, אבער דאס ווינטשן לאז פאר די עקספערט!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2018 1:07 pm
דורך יין שרף
פשוט אלץ נקמה אקציע, ווייל די טאהש'ער האט אנגעהאלטן די טעצל בשעת'ן עס אנפילן, און צוגעשטיפט די ערשטע כוסה צו רז"ל..

נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2018 1:14 pm
דורך איסר האטלקי
איך קען נישט מאכן אזא שנעלע ברכה ווי רז''ל האט געמאכט

נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2018 1:27 pm
דורך יין שרף
ווייל דו מאכסט נאר הגפן דריי מאל א וואך..

נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2018 3:19 pm
דורך berlbalaguleh
און וואס די צוויי צדיקי הדור האבן גערעדט צווישן זיך. דאס ווייסט קיינער נישט. אבער איך האב א גוטן פריינט וואס ער איז געשטאנען נאנט צו מהרז"ל שליט"א גאנץ אויבן אן. און ער האט געהערט אלע דברי קדשם פון די צדיקים...מהרז"ל רופט זיך אן צו מהרר"א מ'טאש. אז ער מוז באלד גיין פארלערנען א שיעור פאר די בחורים. אין די סוגיא פון..."היזק שאינו ניכר. שמיה היזק. אדער לאו שמיה היזק"...!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 3:41 am
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:און וואס די צוויי צדיקי הדור האבן גערעדט צווישן זיך. דאס ווייסט קיינער נישט. אבער איך האב א גוטן פריינט וואס ער איז געשטאנען נאנט צו מהרז"ל שליט"א גאנץ אויבן אן. און ער האט געהערט אלע דברי קדשם פון די צדיקים...מהרז"ל רופט זיך אן צו מהרר"א מ'טאש. אז ער מוז באלד גיין פארלערנען א שיעור פאר די בחורים. אין די סוגיא פון..."היזק שאינו ניכר. שמיה היזק. אדער לאו שמיה היזק"...!


די סוגיא פון שור שנגח את הפרה זה אומר כולו שלי וזה אומר כולו שלי.

ווער געדענקט....

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 12:26 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי: דאס לייגט די רבי שליט"א אועק פאר'ן האלאפצע פשט'ל. אום שמחת תורה...! אדער, אפשר פאר'ן (פלייש) קרעפל פשט'ל אום הושענא רבה...! די רעבעצין שתליט"א האט זייער א גוטע רעסיפי פאר דעם פלייש אנגעפילעכץ פון די קרעפלעך...!