בלאט 1 פון 2

"אינטערעסאנט" - נייע חודש'ליכע אויסגאבע

נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2018 2:21 pm
דורך [NAMELESS]
עס פאנגט אהן צו ערשיינען א נייע חודש'ליכע אויסגאבע וואס טראגט די אינטערסאנטע נאמען "אינטערסאנט". מסתמא גייט עס זיין זייער אינטערסאנט, ווייל אזוי שטייט דאך קלאר אויף די נאמען.

די סטייל קוקט אויס נאך געמאכט די שטערן אבער ס'קוקט אויס אז ער וויל זיך מארקעט'ן פרומער.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2018 11:29 pm
דורך אנדרייער
ווער געט עס ארויס? די שטערן? בליץ? מאמענט?

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2018 11:47 pm
דורך בן ישי
"אינטערסאנט" וואס זיין פלאן איז

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 12:47 am
דורך גדליה
די געשיכטעס אויפ'ן דעקל קוקט אויס גאנץ אינטערסאנט דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל מצליח זיין ווי די שטערן דורכ'ן שפאקטיוו און ווי א בליץ אינמיטן א גרינער מאמענט

א פארפאטשקעטע געלעגענהייט

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 3:53 am
דורך ארי נוהם
כ'האב נאכנישט געלעזט דעם מאגאזין פון אינעווייניג, אבער אויב אויס'פסק'ענען לויט דעם דעקל, בין איך היבש אנטוישט.


לאמיך עקספלעינען:
כהיום זענען דא דריי סארטן מאגאזינען.
שטערן/שפאקטיוו, מאמענט, און קינדליין (בליץ איז "אפפאל" פון שטערן/שפאקטיוו, און קינדערליך איז "אפפאל" פון קינדליין).
שטערן/שפאקטיוו איז בפשטות אויף די העכסטע ניווא פון שרייב ווערק, אבער דער אינהאלט האט גארנישט מיט אידישקייט צוטון, נישט אונזער היסטאריע און נישט אונזער הווה.
מאמענט באשטייט פון קארענט איווענטס, מיט א שטיקל תת-רמה, אבער עפעס אידישע נייעס און פיצקעלעך היסטאריע.
קינדליין שטייט אויף א הויכע ניווא און באשרייבט אינטערעסאנטע אידישע זאכן, אבער זיי האבן א דאפלטע פראבלעם - די שטרענגע צענזור, און ס'איז געמאכט פאר קינדער.

ס'איז דא פלאץ פאר א מאגאזין וואס זאל באשרייבן אידישע היסטאריע און אפילו אונזער הווה אויף א הויכע ניווא, ווייל אזא זאך איז נאכנישט דא. אינטערעסאנט האט זיך אוועקגעשטעלט אז זיי וועלן ערפילן דעם חלל, און זיי צילן מעגליך טאקע אהין. אבער כאפנדיג א בליק אויפן דעקל זעט עס אויס ווי זיי האבן גענומען א שארט-קאט און אויסגעקרויזט די ריכטיגע וועג וויאזוי דאס צוצושטעלן.


צו באשרייבן די קאאירע גניזה, אדער די אויסגעדראשענע מעשה מיט ר' יהודה אסאד'ס בילד נאך זיין פטירה, נעמען דעם מערסט-באשריבענעם גדול דער חפץ חיים, און זאגאר ביים באשרייבן שטעטלעך אנהייבן מיטן בארימסטן שטעטל מעזיבוזש, הייסט אין מיינע אויגן חוזק געמאכט פון די (פאטענציעלע) ליינער.

אמער, ווייל ס'איז נישטא קיין צווייטער וואס טוט די דאזיגע דזשאב וואס זיי ווילן טון, מאכסטו דאס גענאר פונעם ליינער? צי האב איך נישט מיליאן מאל געליינט אט די אויסגעקוועטשטע נושאים שאין בהם טופח על מנת להטפיח (הגם ביי אלע פון זיי קען מען זיכער מחדש זיין ריזיגע זאכן וואס זענען אומבאוואוסט. אבער אויב זיי האבן אויפגעפיקט דווקא די נושאים פארשטייט מען שוין אליינס אז דאס איז נישט צוליב די חידושים נאר פארקערט).

ווילסט באשרייבן א גניזה? באשרייב דעם אפגאניסטאנעם גניזה. ווילסט באשרייבן שטעטלעך פון דערהיים? נעם אפיר א שטעטל ווי סלאנים וואו 99 פראצענט ליינער האבן קיינמאל נישט באזוכט און ווייסן גארנישט איבער איר. ווילסט באשרייבן א גדול? גראב אויף ר' דוד אפנהיים צי ר' חיים פלאג'י, אבער דער חפץ חיים?! ביסט פון קאפ געפאלן?!!

די איינציגסטע זאך וואס זעט אויס אינטערעסאנט איז די אינטערוויו מיטן בעל מחזור המפורש - מיטן חשבון אז ער איז נאך טאקע נישט אינטערוויוט געווארן ביז היינט. אבער אפילו אזוי, פאסט עס טאקע צו זיין דער פינפטער ארטיקל, נאך פיר באמבע ארטיקלען. אבער ווען די ערשטע פיר זענען אויסגעדראשן עד מות, און דאס איז גאר דער ערשטער אויסגאבע וואו יעדער פרובירט אנצושטעלן א פנים ווי ווער ווייסט וואס קומט אלץ, דאן בין איך ביטער אנטוישט.

זיי האבן געהאט די אפערטוניטי, און עס געווארפן אין מיסט, און אונטערגעשאצט דעם ליינער.


נאכמער פון דעם ציטער איך, אויב ליינער וועלן יא פאלן פאר דעם, און דאס וועט זיין דער סתימת הגולל פון א צווייטער מעגליכער קאנדידאט צו ערפילן דעם אויבנדערמאנטער חלל.

א שאד!

Re: "אינטערעסאנט" - נייע חודש'ליכע אויסגאבע

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 10:44 am
דורך נעגעל וואסער
ריכטיגע נקודות @ארי, אבער ווייל די האסט שוין געליינט וועגן דיזע נושאים מיליאנען מאל, מיינט נאך נישט אז 99% פון די לייענער האבן אויך.
יא, די נושאים זענען היפש באקאנט, אבער כ'בין זיכער אז פאר מיר וועט זיין דארטן מערערע חידושים, וואס פאר דיר איז שוין גלוי וידוע.
מיט דער צייט וועלן זיי האפענטליך אויסלויפן פון די גאר באוויסטע סחורה און משקיע זיין אין די מער אומבאקאנטע.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 10:52 am
דורך לבי ובשרי
וויינגארטן פון מפורש איז שוין געווען אונטערוויאנירט אין מאמענט

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 1:21 pm
דורך מיימון
ווער עס ווייסט ווייסט אז די אלע אידישע מאגאזינען פארמאגן כמעט נישט קיין אייגן צוזאמגעשטעלטע ארטיקלען נאר טוען בלויז טרענסלעיטן פון ענגלישע ארטיקלען אנליין. אין דער בליץ איז עס שטארק מערקבאר מיט זייער שלעכטע טראנסלאציע. דער נייער מאגאזין (אויך איידערן ליינען) זעט אויס צו זיין דער זעלבער געדאנק, צוזאמגעשטעלט אין איילעניש, געכאפט אפאר ארטיקלען איבערגעטייטשט צוגעלייגט גרעפיקס, און היידא. די גוטע נייעס איז אז עס קען אזוי אנגיין אסאך שטערקער ווי א עכט גוטע קוואליטעט אויסגאבע וויבאלד עס פאדערט נישט צופיל ארבעט.

לאמיתו של דבר איז נישט רעאליסטיש צו ערווארטן קיין אקאדעמישע מחקרים אויף אידיש ווילאנג עס איז נישט דא קיין אידישע אקאדעמיע וק"ל (אפילו קוואדראט איז מסתמא פסודו-מחקר וואס וואלט נישט געפעסט אין א אקאדעמישן זשורנאל)

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 9:08 pm
דורך לבי ובשרי
מיימון האט געשריבן:...איז עס שטארק מערקבאר מיט זייער שלעכטע טראנסלאציע. דער נייער מאגאזין (אויך איידערן ליינען) זעט אויס צו זיין דער זעלבער געדאנק, צוזאמגעשטעלט אין איילעניש, געכאפט אפאר ארטיקלען איבערגעטייטשט צוגעלייגט גרעפיקס, און היידא.

מאן יימר? און פון וואו נעמסטו דאס? ווי אזוי קען מען זעהן פון דעקל, אז זיי האבן געגעבן "א כאפ צוזאם" אפאר ארטיקלען? און ווער זאגט בכלל אז עס טרעינסלעיטעט?
איך האב נישט קיין אנונג, איך וויל נאר וויסן ווי אזוי מען קען פאר'משפט'ן דעם אויסגאבע דורך איר דעקל

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 9:26 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אין אנדערע נייעס...

"עס ווערט געזוכט א געלונגענע שרייבער איבערצוזעצן יוטיובס אויף אידיש פאר גוט באצאלט, פאר מער אינפארמאציע רופט: 212-345-6789."

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 4:41 pm
דורך berlbalaguleh
מיימון האט געשריבן:ווער עס ווייסט ווייסט אז די אלע אידישע מאגאזינען פארמאגן כמעט נישט קיין אייגן צוזאמגעשטעלטע ארטיקלען נאר טוען בלויז טרענסלעיטן פון ענגלישע ארטיקלען אנליין. אין דער בליץ איז עס שטארק מערקבאר מיט זייער שלעכטע טראנסלאציע. דער נייער מאגאזין (אויך איידערן ליינען) זעט אויס צו זיין דער זעלבער געדאנק, צוזאמגעשטעלט אין איילעניש, געכאפט אפאר ארטיקלען איבערגעטייטשט צוגעלייגט גרעפיקס, און היידא. די גוטע נייעס איז אז עס קען אזוי אנגיין אסאך שטערקער ווי א עכט גוטע קוואליטעט אויסגאבע וויבאלד עס פאדערט נישט צופיל ארבעט.

לאמיתו של דבר איז נישט רעאליסטיש צו ערווארטן קיין אקאדעמישע מחקרים אויף אידיש ווילאנג עס איז נישט דא קיין אידישע אקאדעמיע וק"ל (אפילו קוואדראט איז מסתמא פסודו-מחקר וואס וואלט נישט געפעסט אין א אקאדעמישן זשורנאל)

מיימון. און ארי נוהם: מ'דארף געדענקען אז אין די אידישע גאס איז פארהאן אזא זאך ווי קריטיקער און קריטיקירער. די ערשטע זענען מענטשן וואס זענען לכאורה פראפעסיאנאלן אין די ליין פון זשורנאליזם און שרייבן. און זיי זאגן ארויס זייער אומאפהענגיקע, פראפעסיאנאלע מיינונג איבער א פובליקאציע אדער מעגעזין. ווען איינער אדער א גרופ קומען ארויס מיט א נייעם זשורנאל אדער מעגעזין דארפן זיי אדורכגיין די פראפעסיאנאלע קריטיק פון די וועלכע זענען ממונה דערויף (אדער האבן זיך אליינס ממנה געווען). דאס קען נאך א יעדער פארטראגן ווייל סוכ"ס איינער וואס געט ארויס א זשורנאל וויל דאך אז דער עולם זאל הנאה האבן דערפון, און ס'זאל זיין פראפעסיאנאל אהערגעשטעלט...!

אבער די צווייטע גרופ, די זעלבסט געקרוינטע קריטיקירער, וועלכע זענען עפ"י רוב בעלי תשובה למחצה לשליש ולרביע שלא שנו כל צורכם (אנטשולדיגט), און זיי וועלן אייביג אנקוקן א יעדע ערשיינונג מיט א בליק פון חושש זיין אז ס'איז נישט גענוג פרום, אדער ח"ו פארדארבן -- זיי אליינס ווייסן אויך נישט פונקטליך פארוואס, אבער דאס איז ביי זיי א נאטורליכער אינסטינקט -- ווארפן זיי אייביג אריין א קלאץ און ברענגען אויף חששות אז דאס געשריבענע ארטיקל אדער דער ניי געדרוקטער זשורנאל איז נישט אויסגעהאלטן לויט זייער השקפה, און זיי טוען באאיינפלוסן דעם דעת הקהל. דערפאר האבן די מחברים און פאבלישערס מורא ארויסצוקומען מיט די אמת'ע רעזולטאטן פון זייערע מחקרים און ריסוירטש. זיי ווילן ענדערש ברענגען פארווע נייעס און ארטיקלען, כדי צופרידנצושטעלן די קריטיקירער...!

דאס איז געווען דער פאל מיט די מאמענט/שפאקטיוו מעגעזין בראשית דרכם. זיי האבן געהאט זייער א גוטן קוואליטעט פראדוקט. אבער ווען די געוויסע ...! קריטיקירערס האבן זיך צולאזט האט עס אנגעמאכט א גרויסן טומל. און די רבנים זענען נאכגעטאנצן און באלד ארויסגעקומען מיט איסורים וחרמות.

אפילו דער מאמענט, וועלכער איז לכאורה גאנץ א גוטער מאגאזין (אויסער די זיסע סאטמאר'ע פראפאגאנדע וואס ער פארקויפט א יעדע וואך) איז אויכעט נשפע געווארן פון די פאררוקטע ערשיינונג פון די בעלי תשובה פון ראקלענד קאונטי. ווען ער ברענגט היסטארישע בילדער פון די וועלט, פארווישט ער רוב פון די הייזער און מענטשן, אויס מורא אז די זעלבע חברה וועלכע האבן געוואלט אונטערברענגען דעם מאמענט וועלן זיך נעמען צו זיינע ביינער אויך. נאר ביי דעם פאל פון מאמענט, זענען דא גענוג משוגעים אין די אייגענע סאטמאר'ע רייען אין וויליאמסבורג, וועלכע ווילן אונטערברענגען דעם מאמענט... ממילא מוז ער זיך שטארק באגרעניצן. דאס זעלבע איז אויך מיט א יעדן איינעם, אריינגערעכנט דער "אינטערעסאנט" מעגעזין...!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 6:12 pm
דורך רימון
מחזור המפורש איז שוין געווען אויף קול מבשר, מאמענט און נאך.

Re: "אינטערעסאנט" - נייע חודש'ליכע אויסגאבע

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2018 3:11 pm
דורך היטשער
חשון תשע"ט נומער 2בילד

"אינטערעסאנט" - נייע חודש'ליכע אויסגאבע

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 29, 2020 10:28 pm
דורך אמת וצדק
אינטערעסאנט גייט אן מיט א ברען!

זיי שטעלן זיך אהער אלץ א ״איידעלע״ אויסגאבע, דהיינו זיי האלטען זיך צו זייער סטייעל צו באשרייבען בעיקר קאפיטלען אין אידישע היסטאריע אבער אויך וועלטליכע ידיעות, און תורה׳דיגע ארטיקלען, די ארטיקלען זענען נישט צו לאנג, עס ליינט זיך גרינג אין געשמאק, און איז על פי רוב אינטערסאנט.

דאס איז זייער אנדערש פונעם מאמענט, שטערן, אדער סיי וואספארא אויסגאבע, דאס איז געאייגענט פאר בחורים יונגעלייט און עלטערע אידן וואס גלייכען זיך אנצוזאפן מיט אינטערעסאנטע אינפארמאציע.

איך וויל וואונטשען די ארויסגעבער אסאך הצלחה אויף ווייטער.

דא קענט מען זען די נייעסטע אויסגאבע פון חודש טבת, און אפאר עלטערע:
בילד
בילד
בילד
בילד
בילד
בילד

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 5:50 pm
דורך מנחם ציון
גייט אן מיט אשטארקייט אבער זענען זיי אביעקטיוו? זיי צענזורירן פאקטן ווי אלע אנדערע אויסגאבעס?
למשל די מאנאט באשרייבן זיי די נסיעה פון שינאווער רב קיין אר"י, וועלן זיי שרייבן די אמת'ע סיבה פון זיין פארן?

Re: "אינטערעסאנט" - נייע חודש'ליכע אויסגאבע

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 6:12 pm
דורך אמת וצדק
מנחם ציון האט געשריבן:גייט אן מיט אשטארקייט אבער זענען זיי אביעקטיוו? זיי צענזורירן פאקטן ווי אלע אנדערע אויסגאבעס?
למשל די מאנאט באשרייבן זיי די נסיעה פון שינאווער רב קיין אר"י, וועלן זיי שרייבן די אמת'ע סיבה פון זיין פארן?
ערגער ווי אנדערע זענען זיי נישט, בעסער? איך וועל מעיין זיין אינעם ארטיקל בנוגע שינאווע רב׳ס נסיעה.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 6:21 pm
דורך מנחם ציון
אמת וצדק האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:גייט אן מיט אשטארקייט אבער זענען זיי אביעקטיוו? זיי צענזורירן פאקטן ווי אלע אנדערע אויסגאבעס?
למשל די מאנאט באשרייבן זיי די נסיעה פון שינאווער רב קיין אר"י, וועלן זיי שרייבן די אמת'ע סיבה פון זיין פארן?
ערגער ווי אנדערע זענען זיי נישט, בעסער? איך וועל מעיין זיין אינעם ארטיקל בנוגע שינאווע רב׳ס נסיעה.

אויף דעם האט דער רבי געוויינט... ס'וועט קומען א צייט וואס די שוואכע וועט מען האלטן אלץ שטארקע, אז אז מען וועט שוין נישט וויסן וואס שוואך מיינט.
ער איז שוואך, אין זיי זענען אויך שוואך. און ס'איז שוין בעסער אז זיי זאלן נישט ערשיינען מתחלה
דאס צענזורירן היסטאריע איז אן עוולה נוראה

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 8:15 pm
דורך [NAMELESS]
מנחם ציון האט געשריבן:גייט אן מיט אשטארקייט אבער זענען זיי אביעקטיוו? זיי צענזורירן פאקטן ווי אלע אנדערע אויסגאבעס?
למשל די מאנאט באשרייבן זיי די נסיעה פון שינאווער רב קיין אר"י, וועלן זיי שרייבן די אמת'ע סיבה פון זיין פארן?

נו דערצייל

נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2021 2:01 pm
דורך מנחם ציון
חתם סופר האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:גייט אן מיט אשטארקייט אבער זענען זיי אביעקטיוו? זיי צענזורירן פאקטן ווי אלע אנדערע אויסגאבעס?
למשל די מאנאט באשרייבן זיי די נסיעה פון שינאווער רב קיין אר"י, וועלן זיי שרייבן די אמת'ע סיבה פון זיין פארן?

נו דערצייל

וואס?

נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2021 2:20 pm
דורך קלונימוס
מנחם ציון האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:גייט אן מיט אשטארקייט אבער זענען זיי אביעקטיוו? זיי צענזורירן פאקטן ווי אלע אנדערע אויסגאבעס?
למשל די מאנאט באשרייבן זיי די נסיעה פון שינאווער רב קיין אר"י, וועלן זיי שרייבן די אמת'ע סיבה פון זיין פארן?

נו דערצייל

וואס?

וואס איז די אמת'ע סיבה פארוואס שיניעווער רב איז געפארן קיין ארץ?

Re: "אינטערעסאנט" - נייע חודש'ליכע אויסגאבע

נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2021 2:22 pm
דורך אמת וצדק
קלונימוס האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:גייט אן מיט אשטארקייט אבער זענען זיי אביעקטיוו? זיי צענזורירן פאקטן ווי אלע אנדערע אויסגאבעס?
למשל די מאנאט באשרייבן זיי די נסיעה פון שינאווער רב קיין אר"י, וועלן זיי שרייבן די אמת'ע סיבה פון זיין פארן?

נו דערצייל

וואס?

וואס איז די אמת'ע סיבה פארוואס שיניעווער רב איז געפארן קיין ארץ?
איך קום באלד אריין קלאר.

נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2021 2:32 pm
דורך מנחם ציון
פאר די וואס קענען נישט אויסווארטן קענען זיך פארקוקן דא

נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2021 9:57 pm
דורך מרדכי מרדכי
מנחם ציון האט געשריבן:פאר די וואס קענען נישט אויסווארטן קענען זיך פארקוקן דא

איז עס דא אין א שענערע כתב?
איז דא נאך אזעלכע אינטערעסאנטע ביכער?