בלאט 1 פון 1

קאנספיראציעס, סטעיט טעראר, והמסתעף,

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 10:42 am
דורך פראפעסאר שפירא
שוין א לאנגע צייט וואס די פעדעראלע גאווערמענט ימ"ש האט זיך ארויס געלאזט אין א קאמף מיט "רויע מילך פארקויפער", פאר אומפארשטענדליכע סיבות,

זיי ארעסטירען אומשולדיגע מענטשען אין פייניגען זיי פארגארנישט אין פארנישט,

דזשעמס סטיווערט, דער גרינדער פין "rawesome foods" איז היינט ארעסטירט אין דערנידערט געווארען פארענט פין זיין הויז דורעך דריי גראביאנען מיט אומאידענטיפיצירטע לוקסוס אוטומאבילען, אנע לייסענס פלעיט,

אין ב"ה אז איינער האט געחאפט ווידיאו דערפין, אזוי ווערט נתגלה לעיני השמש זייערע געמיינע שטיק, אינטערעסאנט איז אז די קארופטירטע יוא-טוב האט גלייך געבלאקט די קליפ אבער כ'האב עס געטראפען אויף א צווייטע וועבסייט וואס האט זיך א עצה געגעבען אן די יוא-טוב פערדען,

http://www.disclose.tv/action/viewvideo ... _InfoWars/

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 11:02 am
דורך real jew
the second half of this video is about the rawesome-foods-raid

http://www.colbertnation.com/the-colber ... foods-raid

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 11:05 am
דורך שמואל הלוי
ווי האט דאס פאסירט? אין וועלכע סטעיט?

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 11:11 am
דורך real jew
LOS ANGELES

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 7:21 pm
דורך שמואל הלוי
וואס איז טאקע די סיבה פונעם פארבאט פון רויע מילך פארקויף?

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 7:31 pm
דורך פראפעסאר שפירא
די סיבה אין אנהייב פאר בערך הונדערט יאר צירוק וואס דאן האט מען אנגעהויבען צי פעסטערייזען רוב מילעך איז געווען ווייל וויבאלד ס'געווען פארעם'ס וואס האבען נישט געהאלטען קיין געהעריגע ריינקייט האט זיך געוויסע מחלות פארשפרייט דורעך די מילך (עכ"פ אזוי האט עס געהייסען),

אבעער דעמאלץ איז געווען אויף א סארט מילעך וואס האט געהייסען סערטיפייד מילך וואס דאס האט אזוי ווי געהאט א הכשר אז די פארעם קומט נאך געוויסע ריינקייט סטאנדארטען אין זיי האבען נישט געדארפט פעסטערייזען,

דאס איז געווען דעמאלץ, היינט וויל די גאווערמענט נישט צילאזען קיין שום רויע מילך אפילו עס קומט נאך הויכע סטאנדארטען, אין ס'איז קלאר אז ס'זייער געזונט, (אנדרעש ווי פעסטערייזד מילעך וואס איז קלאר נישט געזונט), ס'ממש נישט פארשטענדליך פארוואס זיי פארלייגען זיך, נאר טאמער עס איז א קאנספיראציע פין געוויסע וואס לייגען פרעשור אויף די גאווערמענט,

פאר מער קוק דעם פילם: https://www.youtube.com/watch?v=5uah8LBUbfc

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 7:32 pm
דורך יידל
וואס איז די אינטערעסע פון די קאנספיראטירער?

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 7:33 pm
דורך זר זהב
איך פארשטיי נישט, ווילאנג האלט זיך אום-פעסטורייזד מילך פריש?
אויב ווען ס'איז פעסטורייזד האלט זיך עס קוים 2 וואכן, וויאזוי וואלט עס געהאלטן אן דעם?

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 7:37 pm
דורך פראפעסאר שפירא
יידל האט געשריבן:וואס איז די אינטערעסע פון די קאנספיראטירער?


פאר א בוך וואס גייט אריין אין די גאנצע נושא פין קאנספיראציעס אין סיקרעט סאסייעטיס,

http://www.amazon.com/Fleshing-Out-Skul ... g=rnwff-20

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 7:41 pm
דורך פראפעסאר שפירא
זר זהב האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, ווילאנג האלט זיך אום-פעסטורייזד מילך פריש?
אויב ווען ס'איז פעסטורייזד האלט זיך עס קוים 2 וואכן, וויאזוי וואלט עס געהאלטן אן דעם?


נו עכטע מילך איז טאקע זייער סענסיטיוו עס האלט זיך טאקע נישט פריש פאר צי לאנג, ווי לענגער מילך האלט זיך פריש איז א סימן אז ס'נישט די ריעל סטאף,

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 7:41 pm
דורך יידל
אוי פליז, אז איך שפענד שוין יא געלט צו קויפן ביכער האב איך אינטערעסאנטערע נושאים אויף וועלכע איך וויל צאלן געלט. ביטע, טו מיר א טובה, און זאג מיר בקיצור וואס, לדעתך, איז די אינטערעסע פון די קאנספיראטירער.

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 8:01 pm
דורך פראפעסאר שפירא
יידל האט געשריבן:אוי פליז, אז איך שפענד שוין יא געלט צו קויפן ביכער האב איך אינטערעסאנטערע נושאים אויף וועלכע איך וויל צאלן געלט. ביטע, טו מיר א טובה, און זאג מיר בקיצור וואס, לדעתך, איז די אינטערעסע פון די קאנספיראטירער.


ניין, ווייל טאמער כ'וועל סתם אנהייבען רעדען אן אריינגיין אין דיטעלס אין אן ראיות, וועט מען סתם לאכען פין מיר, טאמער ווילסטע טאקע וויסען דאן איז עס מסתם ווערד די 15 דולר,(קוק דארט וועסטע זעהן אז ס'דא פאר 12$ דולר פלאס שיפינג) פאר א ביך פין 720 פעידזשעס,

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 12:36 am
דורך פינטאו
יידל האט געשריבן:וואס איז די אינטערעסע פון די קאנספיראטירער?

די קאנספיראציע לויטעט אז די גרויסע קאמערציאלע מילך פירמעס האבן נישט געקענט קאנקורירן מיט די לאקאלע פארמס, וויבאלד זיי מוזן פעסטערעזירן די מילך עס זאל קענען געליפערט ווערן איבער'ן גאנצן לאנד און זיך האלטן פריש לענגער, משא"כ די לאקאלע פארמס קענען צושטעלן פרישע מילך טעגליך (אזוי ווי עס גייט נאך אן אין פיל לענדער וואו דער מילך-מאן ברענגט פריש געמאלקענע מילך יעדן אינדערפרי אין שטוב אריין).

די גרויסע פירמעס, זאגן די קאנספיראטארן, האבן דעריבער גענוצט די רעגירונג פאר זייערע צוועקן אדורכצופירן געזעצן וואס זענען גינסטיג פאר זייערע ביזנעס אינטערעסן, געזעצן וואס פארלאנגען אלע מילך צו ווערן פעסטערעזירט, און אזוי ארום אונטערהאקן די קאנקורענטן, וויבאלד די לאקאלע מילך האט מער נישט קיין שום מעלה איבער די ביליגערע קאמערציאליזירטע מילך.