בלאט 1 פון 1

חכמת המלחמה - סו טעסאו

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 4:32 pm
דורך קוקי
איך האב לעצטענס פארשאפט דעם ביכל 'חכמת המלחמה' פונעם כיזעזישער גענעראל - סון טעסאו - וואס האט געשריבן דעם באנד, בערך צוויי טויזענט פינעף הונדערט יאר צוריק.

כ'האב געהערט פון א חבר, אז ס'איז זייער טיף און קלוג; אבער לעניות דעתי זע איך נאכנישט די גרויסע חכמה דערין, וואס איז נישט פארשטענדליך אן דעם.

אויב איינער ווייסט וועגן דעם ביכל און זיין חכמה, איז געלאדענט צו דיסקוטירן.

דא איז א לינק צו וויקיפעדיע וועגן דעם ביכל.
https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%93%D7 ... 7%9E%D7%94