בלאט 1 פון 1

איך זיך א געדאנק פאר א וועב עפפ

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 3:18 pm
דורך הויזן טראגער
איך האב פאר אפאר יאר צוריק מיך אנגעהויבן אויסצולערנען שרייבן קאוד, אין עס איז געגאנגען גאנץ גוט, דאס הייסט איך האב שוין געקענט בויען גאנצע זאכן לכאורה איז עס נישט געווען געשריבן די בעסטע וועג א.א.וו אבער עס האט געארבעט.

איך האב די לעצטע צוויי יאר כמעט נישט געקוקט אויף קאוד, אין יעצט אז איך וויל מיך צוריק אריינלייגן זעה איך אז איך געדענק גאנץ ווייניג אין דארף א ערענסטע רעפרעשונג.

האב איך געטראכט אנצוהייבן צוריק מיטן בויען א פראיעקט פון אנהייב ביזן סוף אבער כדי אנצוהאלטן מיין מאטיוואציע דארף איך בויען עפעס וואס מענטשן קענען ניצן עפעס וואס קען העלפן פאר מענטשן אין לכתחילה זאל עס אויך עפעס אויפברענגען אפילו נאר א דאלאר א וואך.

לאז איך מיך ארויס אויף א זוך אקציע פאר א געדאנק, יעדע געדאנק איז וועלקאם אין א דאנק אייך.