בלאט 1 פון 1

הני תרי תלמידי דרביה''ק זי''ע - אחים הגאונים צוויבעל שליט''א

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 5:26 pm
דורך פליישיג
עס איז שוין אסאך געשריבן געווארן איבער פארצייטישע חסידים, וואס אויף זיי האט מען געזאגט אז זיי וואלטן אליין געקענט זיין רבי'ס.

היינט אין דעם פינסטערן דור, ווי דער פארשאלטענעם אינטערנעט האט אונז איבערגענומען דאס לעבן, שיינען ארויס צוויי הערליכע דיאמאנטען וואס פארשיינען די וועלט מיט זייער גאונות און צדקות, אזש מען קען זאגן אז זיי זענען נמנה צווישן דער וואס אויף זיי שטייט דער וועלט, און בזכותם בליעט נאך אידישקייט.

ה''ה האחים הגאונים הרב הצדיק המפורסם מוה''ר מאיר צוויבעל שליט''א, ואחיו בדומה לו הרב הצדיק מוה''ר נפתלי הירצקא שליט''א.

טאמער איז דא איינער וואס איז נאנט און קען דערציילן מער איבער דער צוויי חשובע ברידער, זאל ער ביטע אריינקומען און שרייבן.


יישר כח!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 12:26 am
דורך לבי ובשרי
גאונים אדירים. צעווארפענע שמות באקסעס

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 4:44 am
דורך וואלווי
פליישיג האט געשריבן:היינט אין דעם פינסטערן דור, ווי דער פארשאלטענעם אינטערנעט האט אונז איבערגענומען דאס לעבן...
יישר כח!


היכי תמצא פון אדם משים עצמו רשע. קענסט זיך אויסשרייבן פון ק"ש אזוי שנעל ווי ביזט אהערגעקומען...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:15 am
דורך שבת אחים
הני תרי צוויבל זאגסטו? ממש אזוי! וואו איז מיין בליי? לאמיר עס אראפשרייבן... איין מינוט... ווארט! וואס? וואס זאגסטע וואס?? תרתי ד׳צוויבל משמע... שרייבט אראפ אנבאדינגט ווייל סאיז קריטיש וויכטיג פאר כלל ישראל אז די באבעס מחתונים פון זיווג-ראשון, צוויבל זאלן טאנצן מיט די כלה...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 9:51 am
דורך פליישיג
עס איז אינטערסאנט אנצומערקן, אז על אף וואס הרב נפתלי הירצקא איז געווען אזוי אינג, דאך האט רביה''ק בעל ברך משה עם געהאלטן אלס די פאסיגע איבערצוגעבן די רעביסטווע פאר בנו הגדול והחביב, כ''ק אדמו''ר מהר''א שליט''א.
והיה לפלא

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 10:04 am
דורך קאך_לעפל
הער פליישיג, ערשט ברוכים הבאים בשם השם. זאל דיין ערשיינונג דא אינעם שטיבל זיין לטובה ולברכה.

די וואלסט ווען געוואלט מ'זאל עפענען דא אן אשכול צו באשרייבן, קריטיקירן, אנעליזירן, אויספראקן, אראפרייסן, איבערלייגן, צושמירן, דיין טאטע אדער מאמע? פארוואס טוהסטו דאס? די האסט דען די מינדעסטע אנונג ווי דער אשכול וועט פירן? ביטע פארמאך דעם אשכול ווי לאנג ס'איז נאך צייט.

בכבוד והערצה, קאך.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 10:11 am
דורך דער גאלדענער אדלער
גם אני הקטן והשפל מצטרף להנ"ל, סתם לשה"ר בארעדן פריוואטע מענטשען, פעך, ס'עקעלדיג