פטרון.קאם: וויאזוי צו האלטן די שרייבער פון פארשוואונדונג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

פטרון.קאם: וויאזוי צו האלטן די שרייבער פון פארשוואונדונג

שליחה דורך קורקלענד »

ס'איז גאנץ באקאנט אז טאלאנט דא אין שטיבל האלט נישט פאר לאנג, עכ''פ נישט פאר אייביג. יעדעס מאהל ס'קומט אן א נייע שרייבער, גייט אדורך א וויילע און פלוצלינג פאלן זיי אריין אין גאַלט'ס גלאָטש, און מער הערט מען נישט פון זיי. גייט אדורך אפאר וואכן און איינער דערמאנט די ניק אינעם פארשוואונדענע ניק אשכול, און ס'בלייבט דארט אריין געזיגלט אלס אזא לזכר עולם יהיה צדיק... ת.נ.צ.ב.ה.... אז מ'קוקט נאר צום פיס'ענס פונעם קאווע שטיבל היים בלאט, זעהט מען דארט א קטע אונטער 'לייקס ראנגן' און איבער ניינציג פראצענט פון זיי האבן שוין נישט צוגעלייגט עפעס זאכליך אין זייער א לאנגע צייט. רוב פון זיי האבן ניטאמאל צושטייער געגעבן עטוואס סיי וועלכע צייכן פון חיות. יעדער האט אייביג די זעלבער קשיא, וואס האט פאסירט? פארוואס אנטלויפן זיי?

די גרעסטע קארפן קעפ דא אין שטיבל זענען שוין געזעצן אויף דעם, סיי אפען און סיי ב'אישי און אזוי ווייטער. די אמת איז אז ס'נישט דא קיין סינגל סיבה פארוואס ס'פאסירט, און אויך איז נישט דא קיין סינגל לעזונג.

זייער אסאך מאהל איז אבער די סיבה פארוואס מ'גייט אוועק פשוט אין גראד ווייל ס'קאסט צופיהל צו שרייבן און וויפיל קען מען שוין געבן. יא, צייט איז געלט, און עווענטועל ווערט מען פארנומען מיט וויכטיקערס וואס צאהלט מעהר. אבער ציוואס פעהלט טאקע אויס אז ס'זאל אזוי זיין?

דא קומט אריין א נייע קאנצעפט וואס האט שוין אויפגעטוהן אסאך אויף די דרויסענדיגע וועלט. פטרון.קאם איז וועבזייטל וואו סיי וועלכע פארשוין וואס וויל ערצייגן סיי וועלכע טאלאנט קען זיך אהערשטעלן א פראפיל וואו מענטשן קענען סובסקרייבן אלס א פטרון מנדב צו זיין און האבן א חלק אין די ארבעט, און אזוי ארום אויסהאלטן די טאלאנט אז די וואגן זאל קענען ווייטער פארן געשמירט. די מעלה איז אויך אז די פראדוצירער קענען זיך אהערשטעלן אנאנים און אויך די מקבל קען נאר זעהן די אימעיל אדרעס פונעם נדבן.

פטרון.קאם האט שוין באוויזן גרויסע זאכן אויף דער גארער וועלט, איין ביישפיל איז מיט די באקאנטע פראפעסאר פיעטערסאהן פון קאנאדע, וואס די קאנאדישע רעגירונג האט איהם געשניטן זיין געהאלט פאר ניצן פרייהייט פון ווארט, האבן מענטשן פריוואט צושטייער געגעבן צו זיין פראפיל חודש'ליך אזש אז ס'איז אנגעקומען צו קרוב פון א מיליאן דאלאר א יאר... אויך די באקאנטע רובין רעפארט פון יוטוב האט מיט די צייט אנערקענט אז זיי קענען זיך נישט פארלאזן אויף די נכסים וואס יוטוב פארגינט זיי, און אויך האבן זיי געהאט די ריסק אז מ'וועט זיי פארמאכן אדער פארשווייגן, האט ער אויך געמאכט אזא פראפיל צו האלטן קשר מיט זיינע אנהענגער און ס'ברענגט איהם בערך פופציק אלפים חודש'ליך.

אצינד איז צום האפן אז די עולם זאל אנהייבן מאכן פטרון פראפילס, און צולייגן א לינק צום פראפיל, און אזוי ארום וועלן זיי נישט קענען לאזן אזא גרויסע חודש'ליכע אינקאם אונטערגיין......... ויהי רצון שלא ישמע עוד ש'ניק טאלאנטי יעזוב השטיבל......
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

כ'האב געטראכט וועגן דעם.
מען דארף נאר וויסען -
זיי נעמען גאנץ גרויסע פראצענטען (זיי זאגן 5% אבער למעשה קומט עס אן נענטער צו 10% נאך אלעס).
און הגם סופערסטרארס אזויווי פיטערסאן מאכן אסאך געלט, מאכן רוב דארט צוואנציג-הונדרעט דאלאר א חודש, מען קען נישט צאלן קיין שכר לימוד מיט דעם..
טאמער וואלט איך געוואוסט אז עס איז דא גענוג ווער עס זאל צאלן סכומים שיש בהם ממש וואלט איך אויפגעשטעלט איינס.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

ניינציג פראצענט איז מער ווי זערא פראצענט......... אבער אז איר האט שוין א טוויטער, פעיסבוק און וועבּ-בּלאָג לינק, זאל שוין זיין פטרון אויעך.

בד''וו. דאס אז נאר סופער-סטאַרס פארדינען אסאך, האט נישט מיט פטרון צוטוהן. אזוי איז אויך אין יעדע אינדוסטרי, אזויווי פיעטערסאהן איז מסביר באריכות אין זיין פיליזאפישע ביכל...
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

סתם אבי האבן א פרופיל איז נישט קיין חכמה, אויב איינער וויל מיר שטארק שיקן געלט קען ער שיקען אן ענוועלאפ צו מיין אדרעס אויכעט... עס טוהט נישט קיין סאך, און עס לוינט מסתמא נישט די צייט אפילו פון אויפסעטן א פראפיל וכו'.

פשוט גערעדט: צו ווערן א שנארער פאר צען דאלאר א חודש לוינט נישט, פאר צען טויזנט דאלאר אפשר יא..
I have a dream
Martin Luther King ~
פארשפארט