בלאט 1 פון 2
לעלובער רבי בעל רוח הקודש
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:56 am
דורך Bloomingburg
אין קרית יואל האט די שבת געוויילט לעלובער רבי 21 יאהר מען זאגט אז ער האט רוח הקודש ער איז געגאנגען נאך געלט מיט אשר מענדל כהנא צו עטליכע עשירים זיי זענען געווארען שטארק פארגלייבט אין איהם און געגעבען גרויס געלטער
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:57 am
דורך בן ישי
איז דאס די ינוקא? דער וואס איז געווארן רבי אלץ בחור? בילד ביטע
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:58 am
דורך בן ישי
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 4:03 pm
דורך לבי ובשרי
איז אזוי.
דער ינוקא איז 21 יאר אלט
אלס בחור האט ער געלערנט מיט א פלייס אין ישיבת ראכמסטריווקא.
ער איז רב אין לעלוב ביתר.
ער איז יעצט אין חו"ל נאכגעלט פאר זיין שוועסטערס חתונה, א כלה א יתומה.
ער האט א שטארקע חוש און נאטור צו זעהן זאכן אויף מענטשן, און דער עולם ווערט שאקירט און די מאסן.
רבי יעקב מאיר שכטער האט אים געזאגט אז צופיל עתידות זאל ער נישט זאגן. (אבער קוקט נישט אויס ווי ער הארכט איין...)
פארהאן פארוועם ער וועט נישט געבן די הענט, וד"ל און פארהאן אזעלכע מיט וועם ער וועט רעדן 30 סעקונדען און פונקטליך אויספראקן, אבער אין און צום פינטל אריין.
ער איז א געוואלדיער ת"ח, בנגלה ובנסתר. ער איז מקדיש פילע שעות אין טאג פאר לימוד התורה ובפרט אין די קלענערע נאכט שטונדען און לערנט מיט התמדה רבה, ער איז א שטארקע בר אוריין און ידען נפלא, אן ערליכער אינגערמאן
ער רויכערט נאר במוצאי שבת כמנהג אבותיו.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 4:56 pm
דורך אברך משי
ביינאונז פלעג מען זאגן "אדער יא אדער ניין" אלזא, ביסטו גאנץ נאנט צום אמת, ווייל ס'איז נאר דא צוויי אפציעס
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:07 pm
דורך איסר האטלקי
לבי ובשרי האט געשריבן:איז אזוי.
דער ינוקא איז 21 יאר אלט
אלס בחור האט ער געלערנט מיט א פלייס אין ישיבת ראכמסטריווקא.
ער איז רב אין לעלוב ביתר.
ער איז יעצט אין חו"ל נאכגעלט פאר זיין שוועסטערס חתונה, א כלה א יתומה.
ער האט א שטארקע חוש און נאטור צו זעהן זאכן אויף מענטשן, און דער עולם ווערט שאקירט און די מאסן.
רבי יעקב מאיר שכטער האט אים געזאגט אז צופיל עתידות זאל ער נישט זאגן. (אבער קוקט נישט אויס ווי ער הארכט איין...)
פארהאן פארוועם ער וועט נישט געבן די הענט, וד"ל און פארהאן אזעלכע מיט וועם ער וועט רעדן 30 סעקונדען און פונקטליך אויספראקן, אבער אין און צום פינטל אריין.
ער איז א געוואלדיער ת"ח, בנגלה ובנסתר. ער איז מקדיש פילע שעות אין טאג פאר לימוד התורה ובפרט אין די קלענערע נאכט שטונדען און לערנט מיט התמדה רבה, ער איז א שטארקע בר אוריין און ידען נפלא, אן ערליכער אינגערמאן
ער רויכערט נאר במוצאי שבת כמנהג אבותיו.
דו מאכסט ליצנות אדער ביסט איינגערעדט? דער איז א הוילער בלאפער. וואס מען טוט נישט אלץ פאר פרנסה....
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:22 pm
דורך berlbalaguleh
רבותיי: דאס וואס איך גיי דא זאגן רעפלעקטירט נישט איבער מיין מיינונג אויפ'ן יונגן לעלוב'ער רבי ה'ינוקא שליט"א. אזוי ווי אברך משי זז"ג האט געזאגט. ס'איז דא 2 אפציעס אדער יא. אדער ניין. סאו איז מען 50% קרוב לאמת...!
מיט בערך 40 יאר צוריק האטציך געטומלט דא אין בארא פארק. (און איבער די וועלט) מיט געוויסע באבא'ס וועלכע האבן געקענט זאגן עתידות. איינער דורך קוקן אויף א מענטשנ'ס פנים. א צווייטער דורך קוקן אויף די האנט. און א דריטער דורך ליינען יענעם'ס מזוזות...! איז געווען דאהי איינער א באבא וועלכער האט אפגעליינט פון א געוויסן מענטש'ס מזוזה אז ער האט צו טון מיט'ן הארץ....פססס. אזא מופת. ממש רוח הקודש...! נאר א יעדער ראציאנאלער מענטש וועלכער האט געקענט דעים יונגערמאן האט ממילא געוואוסט אז ער ליידט אויפ'ן הארץ. ווייל ער איז געווען אזא מין גערעגטער, נערוועזער מענטש. און ממילא. א נערוועזער מענטש ליידט אויפ'ן הארץ. (אפשר אויף די נערוון אויך.)...!
די גאנצע שטאט האט גערודערט מיט דעם בעל מופת דעם באבא דעם בעל רוח הקודש. אני הקטן ווער אבער נישט נתפעל פון די אלע קונצן מאכערס למינהם. און דער באבא איז ארומגעגאנגען צו רבנים וכו'. האביך מיך נאכגעפרעגט וויאזוי הרב משה ביק זצ"ל האט איהם אויפגענומען. דער הרב משה ביק זצ"ל איז נישט געווען אזוי ווי זיין זון דער שוואכלינג הרה"צ ר' יושע העשיל ביק שליט"א וואס חנפ'ט זיך צו סאטמאר און ווילל אייביג געפעללן פאר זיי.נאר ער איז געווען א חכם, צדיק און אן איש אמת...! האט מען מיר געזאגט אז הרב ביק זצ"ל האט איהם פשוט ארויסגעווארפן פון זיין הויז...!
אן הוספה צו מיין פריערדיגע תגובה: אויך שפעטער איז אמאל געווען דאהי א געוויסער באבא, א בחור העכער די פערציג יאר. און ווען ער איז געגאנגען צו הרה"צ ר' שלמה מ'באבוב זצ"ל האט ער איהם זייער קאלט אויפגענימען. און ר'האט געזאגט אז ער זאלל ענדערש זיך משתדל זיין חתונה צו האבן...! זעהמיר פון דעים אז די צדיקי אמת. די געזעצטע אידן ווערן נישט אזוי שנעלל נתפעל פון די אלע קונצנמאכערס למיניהם...!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:44 pm
דורך לבי ובשרי
די רעדע איז נישט צו מ'זאל נתפעל ווערן און לויפן און מאכן יעצט א עסק פון אים ניין. בכלל נישט.
די רעדע איז סתם פונעם עצם מציאות, אז פארהאן א 21 יעריגער ווי אויבנדערמאנט.
יעצט נאכאמאל, לאמיר זיין זייער קלאר.
דאס איז זיכער אז פארהאן מענטשן וועלכע האבן נאטור, חוש, וכל שם חניכא דאית לי, און זיי קענען זעהן און דערשמעקן, דורך ענערגיע וכדומה. דאס איז כו"ע מודי. פינטל.
צי ער איז אלעמאל גערעכט? צו ער טרעפט צו אלעמאל? דאס איז מעגליך א שאלה, אבער וואס איז זיכער איז זיכער, די מציאות איז אז צענדליגער מענטשן גייען אריין צו אים און ערטרעפט צו צו בנוגע די קינדער, פרנסה, רוחניות, וכדומה וכיוצא.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:51 pm
דורך לבי ובשרי
איסר האטלקי האט געשריבן:דער איז א הוילער בלאפער.
פארוואס בלאף? אפשר איילבירטן?
סתם שיסן תגובות און האקן האט נישט קיין פשט.
האסט זיך שוין נאכגעפרעגט, ביסט שוין געווען ביי אים, אז דו זאלסט וויסן אז ער "ווייסט נישט זיך וואס טוט זיך"?
לייען מיין פריערדיגע תגובה.
איך בין נישט זיי קרוב און נישט קיין חסיד, מען מעג אבער זיין אויפריכטיג, און נישט אלעמעל לייקענען מציאות'ער און זעלטענע ערשיינונגען.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 6:18 pm
דורך חמלה גדולה
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 6:34 pm
דורך לבי ובשרי
די כו"ע מודי גייט נישט ארויף אויף ענערגיע, נאר אז עס זענען דא אזעלכע מענטשן וואס קענען די ארבעט, והבן.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 6:54 pm
דורך [NAMELESS]
על הצד אז ער קען דורך ענערגיע וכדו', איז וואס איז דא צו לויפן צו אים? ווייזט דאס עפעס א פינטל אויף זיין מהות?
ולאידך גיסא, אויב איז ער א חשובער יונגערמאן, א מתמיד, תלמיד חכם וכו' וכו', מה יתן ומה יוסיף אז ער האט אויך די חוש פון וויסן דורך ענערגיע? צו ווערט ער גרעסער מיט דעם?
אוודאי לפי הדמיון אז ס'איז רוח הקודש, איז עס געוואלדיג, אבער לפי האמת איז עס גארנישט, ס'מאכט אים נישט גרעסער, און נישט קלענער.
נאר אויב ער נוצט דאס כדי צו איינרעדען מענטשן אז ער איז א בעל רוה"ק, דאן "איז ער סתם א בלאפער".
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 7:05 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אברך משי האט געשריבן:ביינאונז פלעג מען זאגן "אדער יא אדער ניין" אלזא, ביסטו גאנץ נאנט צום אמת, ווייל ס'איז נאר דא צוויי אפציעס
בנוסח אחרת: אדער ניין, אדער נישט... ודפח"ח.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 8:21 pm
דורך נקודת-אמת
אחר החיפוש שוב ראיתי אז ס'איז שוין פארהאן אן אשכול אין אנשי שם
בשם "
האדמו''ר מלעלוב הבחור יודא זונדל בידערמאן שליט''א" שכתבו לפני כמה שנים הרב [tag]עפל סיידער[/tag].
מנהלים: ביטע פאראייניגן ביידע אשכולות.
די אטאקירער זענען מכובד צו עפענען אן עקסטערן אשכול אין צימעס און עם בארעדן לכבוד ימי הרחמים והסליחות.
דיסקלעיימער:
איך קען נישט פערזענליך ר' יהודא זינדל המכונה אדמו"ר מלעלוב ביתר עלית
אזוי אויך האב איך ניט זוכה געוועהן צו קענען זיין טאט'ן ז"ל (וואס איז געוועזן די יונגערע זוהן ביי ר' אברהם)
און אויך נישט זיין זיידע האדמו"ר ר' אברהם מלעלוב ז"ל (בן הגדול של הרה"ק רמ"מ מלעלוב)
געהערט האב איך אויף זיי א לאט ועוד חזון למועד.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 8:27 pm
דורך לבי ובשרי
פורים קטן האט געשריבן:על הצד אז ער קען דורך ענערגיע וכדו', איז וואס איז דא צו לויפן צו אים? ווייזט דאס עפעס א פינטל אויף זיין מהות?
פארוואס דער עולם לויפט צו אים האביך קיין אנונג, לכאורה איינער לויפט ווייל ער וויל הערן וואס טוט זיך, און איינער ווייל ער איז א בנש"ק. און לויט ווי איך קען אים פערזענליך זוכט ער זיך נישט צו גרויסן.
ולאידך גיסא, אויב איז ער א חשובער יונגערמאן, א מתמיד, תלמיד חכם וכו' וכו', מה יתן ומה יוסיף אז ער האט אויך די חוש פון וויסן דורך ענערגיע? צו ווערט ער גרעסער מיט דעם?
דעריבער, איז דיין "לאידך גיסא" שוין פארענטערט, עס עס איז צוויי באזונדערע ענינים, און זיינע כוחות בויען נישט זיין "מתמיד'שאפט" וכו'.
אוודאי לפי הדמיון אז ס'איז רוח הקודש, איז עס געוואלדיג, אבער לפי האמת איז עס גארנישט, ס'מאכט אים נישט גרעסער, און נישט קלענער.
נאר אויב ער נוצט דאס כדי צו איינרעדען מענטשן אז ער איז א בעל רוה"ק, דאן "איז ער סתם א בלאפער".
ער זוכט קיינעם נישט איינצורעדן און פארקויפן, ער איז נישט פאראינטערסירט צו רעדן מיט יעדער וואס קלאפט אויף זיין שוועל.
וואס דער פותח האשכול האט געשריבן בעל רוח הקודש האב איך טאקע גלייך געקלערט אז עס א מאסיווע טעות, און נישט נאר וויבאלד עס איז נישט אמת, דאס אויך, נאר וויבאלד די קאווע טרינקער דא אין שטיבל וועלכע האבן נאך קיינמאל געהערט פון דעם אינגערמאן, און אט דא אין ק"ש זענען זיי געוואויר ווערן פון אים, איז א שאד א זיי זאלן זיך דערוויסן איבער אים אלס בעל רוח הקודש, וואס דאס איז לכאורה נישט אמת, כפי ראות עיני.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 11:03 pm
דורך berlbalaguleh
לבי ובשרי האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:דער איז א הוילער בלאפער.
פארוואס בלאף? אפשר איילבירטן?
סתם שיסן תגובות און האקן האט נישט קיין פשט.
האסט זיך שוין נאכגעפרעגט, ביסט שוין געווען ביי אים, אז דו זאלסט וויסן אז ער "ווייסט נישט זיך וואס טוט זיך"?
לייען מיין פריערדיגע תגובה.
איך בין נישט זיי קרוב און נישט קיין חסיד, מען מעג אבער זיין אויפריכטיג, און נישט אלעמעל לייקענען מציאות'ער און זעלטענע ערשיינונגען.
לבי ובשרי: איך וויל זאגן נאכאמאל אז איך נעם נישט קיין שטעלונג איבער דעם געוויסן רבעי'ן דעם ינוקא מ'לעלוב שליט"א. איך וויל נאר באמערקן אז ס'איז דא פלאץ פאר סקעפטיציזם אויך. אזוי ווי איסר האיטלקי , למשל. ווייל ס'איז שוין געווען כמה וכמה מעשיות פון געוייסע מענטשן , שארלאטאנען וועלכע האבן אייביג געהאט עפעס א טריק ..."אונטער זייער ארבל/ערמל",... ווי דאס ווערטל גייט.
דאהי איז געווען באקאנט. און ס'איז געווען באשריבן אין אלע ניו יארקער צייטונגען אז א געוויסער ..."גרויסער רבי"...פון א חשוב'ע רבי'שע גזע האט זיך אהערגעשטעלט ווי א בעל רוח הקודש. פאר די אמעריקאנער אידישע באפעלקערונג. זיין סקיעם האט געארבעט בערך אזוי: ווען א מענטש איז אריינגעקומען צו איהם אין זין..."אפיס... האט דער גבאי איהם אויסגעפרעגט אלע פרטים איבער זיין משפחה. ווי זיין נאמען. די ווייב'ס נאמען. וכו'. די רבי שליט"א האט געהאט אן אינטערקאם וואס איז געווען דירעקט קאנעקטעד צו איהם אין זיין אויפנאם צימער. וואס איז געווען א זעלטענע זאך בימים ההם. (אין די'70'ער יארן). און ווען דער מענטש איז אריינגעקומען צום רבי האט ער איהם באגריסט מיט זיין פולן נאמען. און ארויסזאגנדיג אלע פרטים פו זיין משפחה...די מענטשן זענען נתפעל געווארן. און האבן געהאלטן דעם גרענד ראביי פאר א בעל רוח הקודש...!
עד שינוסו הצללים....ביז דער בלאף האט ענדליך געפלאצט...המשך יבוא אי"ה...בקרוב...ממש רגעים/דקות...!
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:01 am
דורך berlbalaguleh
המשך איבער דעם פעיק גרענד ראביי (ז"ל)... איין טאג איז געקומען א מענטש וואס האטציך באקלאגט אז זיין ווייב איז ל"ע קראנק מיט קענסער. און ער האט אלעס אויסגעפאקט פאר דעם גבאי. ווען ער איז אריינגעקומען צו דעם העיליגן רעבא אין צימער, האט איהם דער רבי באגריסט מיט אלע פרטים פון זיין לעבן. און ר'האט איהם געזאגט אז אויב ער וועט געבן א געוויסן (גרויסן) סכום פון געלט, וועט זיין ווייב געזונט ווערן...אבער דער טריק האט ליידער נישט געארבעט. דער מענטש איז געווארן זייער שטארק פארביטערט אויף דעם שווינדלערישן גרענד ראביי. ער איז געגאנגען צום דיסטריקט אטוירני פון מאנהעטן. דער די. עי. האט גענומען א מענטש מיט אן אויפגעטראכטע מעשה. און ווען דער שפיעל ביים העיליגן רעבי'ן האטציך איבער געחזר'ט האט מען ארעסטירט דעם רעבי'ן און מ'האט געפונען ביי איהם דעם אינטערקאם סיסטעם. די העיליגע רבי האט געיושב'ט א פאר טעג. נאכדעים איז ער באפרייט געווארן. ער האט געמוזט צאלן א גרויסע געלט שפטראף. דארט האטציך געענדיגט זיין רביסט'ווא... זיינע קינדער און אייניקלעך זענען נוהג באדמורו"ת דאהי אין בארא פארק. (אוועקגעמופט פון מאנהעטן. משנה מקום. משנה מזל...! ענד אוו סטארי... זכותו הגדול יגון עלינו ועל כל ישרקל ואמרו אמן...!
נאך א מעשה איז געווען מיט א מעמבער פון גאר א חשוב'ע משפחה פון ארץ ישראל וועלכע זענען עוסק אין קבלה שוין פאר עטליכע דורות. ער איז געקומען קיין ניו יארק. ר'האטציך אנגעגעבן אז ער קען ליינען פון די כתובה דעם גאנצן מהות פון דעם מענטש. זיין עבר, הווה און עתיד. ער האט געטשארדזשט א גרויסן סכום פון געלט (בימים ההם) פון די צובראכענע נפשות וועלכע זענען געקומען הערן עפעס א ווארט פון חיזוק. איז געגאנגען א רעפארטער פון די צייטונג ..."ידיעות אחרונות"..., וועלכער איז נאך געווען א בחור. ער האט געבארגט א כתובה פון זיין חבר. און געגאנגען צו דעם גרויסן און וועלט בארימטן בעל מקוגל. אריינקומענדיג, האט איהם דער בעל מקוגל אפגעליינט א סאך פראבלעמען פון זיין ..."כתובה"... און ר'האט איהם געהייסן טוישן דעם נאמען פון זיין..."ווייב"... ווען דער רעפארטער דער לץ איז ארויסגעגאנען האט ער אויסגעזאגט דעם אמת אז ער איז נאך א בחור...האט איהם דאמאלס די רבי דער בעל מקובל פארשאלטן אז ער זאלל אייביג פארבלייבן א בחור...לאל...!
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 1:24 am
דורך ביבער
לבי ובשרי האט געשריבן:פארהאן פארוועם ער וועט נישט געבן די הענט, וד"ל .
אפשר ביסטו מער מרחיב ביטע? פארוועם וועט ער נישט געבן די האנט?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 1:43 am
דורך יין שרף
פאר דער וואס מאכט נישט קיין חציצה מיט אפאר פאפירן צווישן די הענט..
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 1:53 am
דורך לבי ובשרי
א גוטן טייערע חברים.
מיר האבן זיך נארוואס צוריקגעקערט פון א שפאציר מיט'ן רבי'ן ביים ים. בילדער וועלן בס"ד נאכפאלגן.
פאלגענד זענען עטליכע בירורים וועלכע מיר האבן זיך דערוואוסט ביי א שמועס מיט'ן רבי'ן.
דער רבי הייסט ירחמיאל יוסף אז זון רבי יחיאל חיים שליט"א - האדמו"ר מלעלוב ירושלים. דער רבי וואוינט אין עיה"ת בני ברק.
דער אזוי באקאנטער יניקא פון לעלוב איז א ערשטע קאזינע מיט'ן רבי'ן (און קוקט אויס שטארק ענליך).
@נקודת האמת, נישט צוזאמשטעלן די צוויי פריערגעשמועסטע אשכולותף וויבאלד די רעדע איז פון צוויי באזונדערע פיגור'ן.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 2:05 am
דורך לבי ובשרי
האדמו"ר מלעלוב בן האדמו"ר מלעלוב-ירושלים שליט"א
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 3:03 am
דורך וואלווי
ליבי ובשרי: האביך א קלאץ קשיא, זיי מוחל און ענטפער מיר א תירוץ.
זיי מסביר פארוואס דערהויבענע מאדנע אויפיראכטס, לויפט אין די בלוט פון א משפחה אין ישראל וואס הייסט בידערמאן. זיי האבן געהאט א דערהויבענע טאטע/זיידע וואס איז געווען אנגענומען אלס אן איש פלא, ה"ה הרמ"מ זצ"ל. ווי אזוי פונקט ארבעט עס אז נאטורליך זאלען יו"ח זיין אויך אישי פלאות?!
זיין מאדנע איז עפעס א סארט מנהג? מ'קויפט עס צוזאמען מיט די תעודת זהות אויף די בידערמאן אקאונט? אין אזעלעכע פעלער מאכט שוין מער סענס די הקפדות פון סקווער, די גימטראות אין וויזניץ, און די דרוש אין סיגוט...
ליבי ובשרי, זיי מוחל און דארפסט מיך נישט ענטפערען א תירוץ...
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 1:15 pm
דורך תנחום
לבי ובשרי האט געשריבן:א גוטן טייערע חברים.
מיר האבן זיך נארוואס צוריקגעקערט פון א שפאציר מיט'ן רבי'ן ביים ים. בילדער וועלן בס"ד נאכפאלגן.
פאלגענד זענען עטליכע בירורים וועלכע מיר האבן זיך דערוואוסט ביי א שמועס מיט'ן רבי'ן.
דער רבי הייסט ירחמיאל יוסף אז זון רבי יחיאל חיים שליט"א - האדמו"ר מלעלוב ירושלים. דער רבי וואוינט אין עיה"ת בני ברק.
דער אזוי באקאנטער יניקא פון לעלוב איז א ערשטע קאזינע מיט'ן רבי'ן (און קוקט אויס שטארק ענליך).
@נקודת האמת, נישט צוזאמשטעלן די צוויי פריערגעשמועסטע אשכולותף וויבאלד די רעדע איז פון צוויי באזונדערע פיגור'ן.
ביידע האבן רוח הקודש?