בלאט 1 פון 2

השתדלו והרבו תפלה

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 7:54 pm
דורך ימים ידברו
רייסט איין לרפואת הרב הצדיק מסקולעני שליט"א רבי ישראל אברהם בן שינא רחל לרפואה שלימה בתשח"י

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 8:01 pm
דורך קורקלענד
ס'שוין דא אין שטיבל א דעזיגנירטע אשכול פאר בקשו רחמים אנאנסן.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 10:50 pm
דורך איסר האטלקי
וואס דארף מען איינרייסן?

העכסטנס וועט מען אויפנעמען רבי משה מנחם במקומו

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 10:08 am
דורך ימים ידברו
איסר מיט גאנצעל ממש א חכמה! די זקן צדיקי הדור איז מוטל על ערש דוי און איר מאכט חוזק? איר זענט קאניבאלען?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 10:27 am
דורך קאך_לעפל
ימים ידברו האט געשריבן:איסר מיט גאנצעל ממש א חכמה! די זקן צדיקי הדור איז מוטל על ערש דוי און איר מאכט חוזק? איר זענט קאניבאלען?


"זקן צדיקי הדור"

איטליכער זאך אין די וועלט באשטייט פון אש, מים, רוח, עפר, דאס איז א אומאפרעגבארער יסוד! אזוי האב איך אמאל געזען שטייט אין ספר הברית.

דאס אז דער צדיק פון סקולען איז דער זקן צדיקי הדור, איז אויך אזא סארט אומאפרעגבארער יסוד? ווער האט דאס אפגעמאכט? גראדע בין איך ביי די מיינונג אז מיין עלטערער שכן איז דער זקן צדיקי הדור...

אין קורצן: קיינער איז נישט משובד צו די סקולענע פראפעגאנדע מינוסטעריום....וכבודום וכבוד הצדיק מסקולען במקומם מונח...

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 10:52 am
דורך berlbalaguleh
קאך לעפל: איך בין מלמד זכות אויף דיר אז דו ווייסט נישט די היסטאריע פון דעם צדיק, דער סקולענער רבי שליט"א ולרפו"ש בתושח"י במהרה...!

ער, צוזאמען מיט זיין טאט'ן דער פריער'דיגער סקולענער רבי זצוק"ל האבן געדינט דעם אייבישטן מיט מסירות נפש ממש. שוין אפגערעדט אינ'ם טאג טעגליכן לעבן אונטער די פארשאלטענע קאמוניסטישע רעזשים, וועלכע האבן געזוכט אויסצורייסן אידישקייט אויף א יעדן מעגליכן וועג. נאר נאכדעים וואס זיי זענען ארעסטירט געווארן, האבן די וועכטערס די קאמוניסטישע רשעים זיך געטשעפעט מיט זיי ממש א יעדן טאג. און זיי האבן זיי געסטראשעט מיט'ן לעבן. און פרובירט אויף א יעדן וועג זיי מכשיל צו זיין. און די רשעים, ימ"ש האבן זיי געפייניגט פיזיש און גייסטיג. און געסטראשעט מיט'ן לעבן. און אויסגעריסן שטיקער פון די בארד און פיאות. און זיי האבן נישט נאכגעלאזט קיין זיז כל שהוא...! יא. ער , דער סקולענער רבי שליט"א איז דער זקן צדיקי הדור...! ס'האט גארנישט מיט די סקולענער פראפאגאנדע מיניסטעריום...!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 11:14 am
דורך אמת ויציב ונכון
קאך_לעפל האט געשריבן:
ימים ידברו האט געשריבן:איסר מיט גאנצעל ממש א חכמה! די זקן צדיקי הדור איז מוטל על ערש דוי און איר מאכט חוזק? איר זענט קאניבאלען?


"זקן צדיקי הדור"

איטליכער זאך אין די וועלט באשטייט פון אש, מים, רוח, עפר, דאס איז א אומאפרעגבארער יסוד! אזוי האב איך אמאל געזען שטייט אין ספר הברית.

דאס אז דער צדיק פון סקולען איז דער זקן צדיקי הדור, איז אויך אזא סארט אומאפרעגבארער יסוד? ווער האט דאס אפגעמאכט? גראדע בין איך ביי די מיינונג אז מיין עלטערער שכן איז דער זקן צדיקי הדור...

אין קורצן: קיינער איז נישט משובד צו די סקולענע פראפעגאנדע מינוסטעריום....וכבודום וכבוד הצדיק מסקולען במקומם מונח...


האסטו דעים חכם..... א ווינדער סקולענע רבי איז נישט זקן צדיקי הדור. ער הייסט דאך נישט אהרן טייטלבוים........

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:22 pm
דורך שושן פורים
סקולענער רבי איז צדיק הדור אזוי ווי הרב שטערנבוך איז פוסק הדור, הכל לפי המבייש, המתבייש, וקהילה המתביישת

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:32 pm
דורך ליפא
סקולענע רבי איז א צדיק אבער יראת שמים האט דער ראחמעסטריווקער מער.
#פון מיין ימים ידברו מעסטער..

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 1:04 pm
דורך איסר האטלקי
ליפא האט געשריבן:סקולענע רבי איז א צדיק אבער יראת שמים האט דער ראחמעסטריווקער מער.
#פון מיין ימים ידברו מעסטער..

העי, נאך א מזל האסט נישט גערעדט פון רוח הקודש ווייל דאס באלאנגט פארן לעלובער ינוקא....

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 9:08 am
דורך נקודת-אמת

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 3:58 pm
דורך berlbalaguleh
שושן פורים האט געשריבן:סקולענער רבי איז צדיק הדור אזוי ווי הרב שטערנבוך איז פוסק הדור, הכל לפי המבייש, המתבייש, וקהילה המתביישת

העררר שושן פורים: איך האב אייביג רעספעקטירט דיין אפיניאן און מיינונג. אבער יעצט וועלל איך מיר נעמען די חוצפה מחולק צו זיין מיט דיר. והנה. ס'איז א חילוק פון צדיק הדור ביז מנהיג הדור.ס'האט קיינער נישט געזאגט אז דער סקולענער רבי איז דער מנהיג הדור. זיכער אז נישט. אבער דער צדיק הדור איז ער זיכער יא...! ווייל , אזוי ווי איך האב שוין פריער דערמאנט. דער היילגער איד און זיין טאטע נ"ע האבן זיך מקריב געווען פאר'ן באשעפער א יעדן טאג ממש...!

ווער ס'ווייסט א ביסל די היסטאריע פון די צוויי צדיקים אב ובנו. וואס זיי זענען דורכגעגאנגען אין די קאמוניסטישע רומעניע. און ספעצעיל ווען זיי זענען געווען ארעסטירט דורך די רשעים די קאמוניסטן, ימ"ש. מ'האט זיי נישט ארעסטירט ווייל זיי האבן געמאכט א שווינדל מיט א מארגעדזש. אדער אנדערע ביזנעס. די רשעים האבן זיי אריינגעווארפן אין תפיסה נאר צוליעב אידישקייט. דער אלטער סקולענער רבי זצוק"ל פלעגט נעמען קינדער יתומים און זיי אויפציען צו תורה ויראת שמים. אז זיי זאללן זיין ערליכע אידן תלמידי חכמים. און דאס האבן די קאמוניסטישע רשעים נישט געקענט פארליידן.

דאס האט גארנישט צו טון מיט דעם פראפאגאנדע מיניסטעריום פון סקולענער חסידות. אויב ס'עקזיסטירט אזא מין זאך, בכלל...!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 9:35 am
דורך ימים ידברו
ב"ה זוכה געווען צו זעהן די צדיק הדור מרן מסקלוען שליט"א לרפו"ש דעים ראש השנה, א סקרוך איז דורך יעדען ווען מהאט געוויסט אז אט קומט די רבי אריין אשרי עין ראתה די הייליגע צורה און אשרי עין וואס האבען זוכה געווען צו זיין בצל הקודש, די אלע נעריע מענטשען וואס פלפלון צו ער איז יא זקן צדיקי הדור צו נישט זענען פלעין נעבאך נישט מיט אלעמען ועל כבודי בין איך מוחל אבער כבוד התורה הק' און פאר א איד וואס האט זיך אויס גשטרעקט זיין האלז פארן בוכע וואיל איז דער ואוס האט שכל און דער וואס נישט איז יעצט ימי תשובה זייט אייך מתבונן את מי חרפת ואת מי גדפת און זייטס נישט קיין נער כאפט אריין ווייל אשרינו ומה טוב חלקינו, און מיט א הייסע תפלה כן יעזור ית"ש אויף לאנגע געזינטע יארען נהנה זייין מאורו הגדול עד ביאת ינון במהרה בימינו אכיה"ר

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 12:47 pm
דורך גראף
שכוח @ימים ידברו פאר צולייגען חתימת קודשו מיט א זיגל פון דיין הכשר אויף כ''ק מרן אדמור מסקולען שליט''א זאל מאריך ימים זיין געזונטערהייט עד ביאת גואל צדק בבי''א.

ביז יעצט האב איך טאקע נישט געוואוסט אבער יעצט ווייסן מיר דער אמת און אונזערע אויגן זענען טאקע נישט מער פארבלענדעט ח''ו ל''ע רח''ל ה''י מיט דעות כוזבות ווי כאילו דער פאפע דיין שליט''א איז א ערליכע איד נאר דער בעל מכשיר שמעקט גוט און ווייסט ווער איז ראוי פאר א טיטל מיט כבוד און רעספעקט.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 12:57 pm
דורך berlbalaguleh
שושן פורים האט געשריבן:סקולענער רבי איז צדיק הדור אזוי ווי הרב שטערנבוך איז פוסק הדור, הכל לפי המבייש, המתבייש, וקהילה המתביישת

שושן פורים: אויב דו מאכסט שוין הגדרות קען איך דיר זאגן אז הר"ר משה שטערנבוך שליט"א איז עני טיים אזא פוסק הדור ווי דער חשוב'ער איד נשמתו עדן, וועלכער האט געטראגן דעם טיטל (הויפטזעכליך דורך די סאטמאר'ע פרפאגאנדע.). וכבודו במקומו מונח...!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 1:07 pm
דורך berlbalaguleh
גראף האט געשריבן:שכוח @ימים ידברו פאר צולייגען חתימת קודשו מיט א זיגל פון דיין הכשר אויף כ''ק מרן אדמור מסקולען שליט''א זאל מאריך ימים זיין געזונטערהייט עד ביאת גואל צדק בבי''א.

ביז יעצט האב איך טאקע נישט געוואוסט אבער יעצט ווייסן מיר דער אמת און אונזערע אויגן זענען טאקע נישט מער פארבלענדעט ח''ו ל''ע רח''ל ה''י מיט דעות כוזבות ווי כאילו דער פאפע דיין שליט''א איז א ערליכע איד נאר דער בעל מכשיר שמעקט גוט און ווייסט ווער איז ראוי פאר א טיטל מיט כבוד און רעספעקט.

גראף: במחכת"ה מישסטו לאקשן מיט פאטעיטא קוגל. דאס אז ביידע אידן זענען געהויבענע אידן מורם מעם. סיי דער סקולענער רבי שליט"א ולרפו"ש במהרה. און דער פאפא'ער דיין הרה"ג ר' משה מנחם ווייס שליט"א. דאס איז נישט קיין תרתי דסתרי. א יעדער אויף זיין אייגנארטיגן וועג. און לויט די מצבים און באדערפענישן פון זייערע קהילות הקודש. פארשטייצעך אז דער סקולענער רבי שליט"א איז מזקני הצדיקים בדורנו. און הרה"ג ר' משה מנחם ווייס. נאך פארהעלטניסמעסיג א יונגערמאן, איז א איד וואס געטציך אוועק צו דינען דעם ציבור שוין כמעט פערציג יאר...און יעצט איז ער אנגעגרייט בעז"ה איבערצונעמען די מנהיגות הקהילה הקדושה אין מעלבוירן אויסטראליע. ווינטשן מיר איהם א סאך הצלחה בכל דרכיו. און ער זאלל זוכה זיין צו זיין אן אמת'ער מנהיג רוחני פאר זיין קהילה לאורך ימים ושנים. עד ביאת ינון...!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 1:10 pm
דורך גראף
@berel
ביטע אויפטוישן דיין סארקאזעם דיטעקטער בעטעריס לכבוד דעם נייעם יאר.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 1:18 pm
דורך berlbalaguleh
גראף: ייש"כ פאר דערמאנען. איך וויל וויסן וואס איז די פראבלעים?. ס'ארבעט צו שטארק. אדער צו שוואך...לאל...!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 1:46 pm
דורך ימים ידברו
איר זענט א באנדע לצים! מטאר נישט מיט אייך זיך מפלפל זיין ווייל אל תוכח לץ פן ישנאך! היות עס גייט מיר נישט אן זאג איך אייך נאכאמאל יא סקולענער רבי איז זקן צדיקי הדור, און הרב ווייס א פיינע דיין פאר א חסידות! און איך דארף ב"ה קיינעם ניטש איבערבערטען עס איז סך הכל די טריקענע מציאות ודל

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 1:57 pm
דורך קאך_לעפל
ימים ידברו האט געשריבן:איר זענט א באנדע לצים! מטאר נישט מיט אייך זיך מפלפל זיין ווייל אל תוכח לץ פן ישנאך! היות עס גייט מיר נישט אן זאג איך אייך נאכאמאל יא סקולענער רבי איז זקן צדיקי הדור, און הרב ווייס א פיינע דיין פאר א חסידות! און איך דארף ב"ה קיינעם ניטש איבערבערטען עס איז סך הכל די טריקענע מציאות ודל


ער איז נישט! ער איז א פשוטער ערליכע איד!

און זאג עס נישט איבער אזוי פול מאל, די וועסט דאס נאך באלד זעלבסט גלויבן....

אמת, ער האט געשמאכט אין טורמע ביי די פארשאלטאנע קאמוניסטן. ווארום, ער איז נישט קיין בן יחיד. שווערע טויזענטער אידן וועלכע האבן געוואוינט אינעם סאוויעטישער פארבאנד האבן זיך צוזאם געליטן צרות צרירות פונעם קאמוניסטישן רעזשים צוליב אידשקייט אורזאכן. דאס מאכט זיי נאכנישט פאר קיין צדיקי הדור. זייער שכר בעולם הבא וועט באשיינפערליך זיין גאר גרויס. אבער דאס טיטול זקן צדיקי הדור פארדינן זיי פארט נישט. ווער פארדינט יא דעם טיטול? דאס איז א זאך וואס איטליכער מענטש דארף אפמאכן פאר זיך. דיין צדיק איז נישט מיין צדיק! קאפערענדא?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 5:18 pm
דורך שמעקעדיג
קאך_לעפל האט געשריבן:אמת, ער האט געשמאכט אין טורמע ביי די פארשאלטאנע קאמוניסטן. ווארום, ער איז נישט קיין בן יחיד.

נישט צו פארדרייען דעם אשכול, אבער צי ווייסטו וואס דער ווארט "ווארום" באדייט? אפשר האסטו געמיינט צו שרייבן "פארט"?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 5:53 pm
דורך קאך_לעפל
שמעקעדיג האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:אמת, ער האט געשמאכט אין טורמע ביי די פארשאלטאנע קאמוניסטן. ווארום, ער איז נישט קיין בן יחיד.

נישט צו פארדרייען דעם אשכול, אבער צי ווייסטו וואס דער ווארט "ווארום" באדייט? אפשר האסטו געמיינט צו שרייבן "פארט"?


"נעמליך" וואלט מער געשטימט, ניין?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 6:34 pm
דורך קורקלענד
פילייכט וואלט באשיינפערליך בעסער אריינגעשטיצט.