בלאט 1 פון 1
סעריע אסיפות פון "מנהלים" אסר'ט חוה"מ פלעיס
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 1:22 pm
דורך [NAMELESS]
היינט איז געוועהן א אסיפה אין בארא פארק פון אסאך מוסדות מנהלים ווי זיי גייען ארויסקומען מיט א קול קורא קעגן אלע פלעיס. דאס קומט נאך א ענדליכע אסיפה אין ווילימסבורג און מאנסי.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 1:26 pm
דורך [NAMELESS]
ק''ק
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 1:26 pm
דורך [NAMELESS]
ב
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 1:38 pm
דורך קאך_לעפל
נישט איז נישט! וועט מען אין ערזאץ גיין צו די מאוויס... (זעלבסטפארשטענדליך במקום שאין מכירים....) וואס וועלן די מנהלים דאן טאן? ארויס ווארפן די קינדער פון די האליוואד געמיינדע פון ישיבות?
אנטשטאט זיך עסן דאס געזונט און זיך נאכאנאנד שלאגן מיט די באהערנדע און זייער קאפריזן, וועט מען עדערש איבערקליגן דעם קראנקהאפטן סיסטעם, און אנגיין ווייטער מיטן לעבן....
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:33 pm
דורך שמעקעדיג
לאמיר אדאפטירען די סאטמארע וועג... און שרייבן בריוון פאר אלע מנהלים.... אולי ירחם.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:39 pm
דורך berlbalaguleh
איך מיין אז די אנפיהרערס פון די שטארק געלונגענע פלעיס ווי ר' אליעזר נייהויז זז"ג און זיין סטעףף פון געלונגענע דירעקטארן און עקטארס שי' דארפן זיין דאנקבאר אז די צודרייטע מענטשן און די וועלכע האבן אייביג אן אגענדא. וואס איז ליידער א מיחוש פון דעם אידישן פאלק היינטיגע צייטן, האבן ביז היינט נישט ארומגערידערט. נאר זיי האבן זיי געגעבן א פאר יאר (טאקע נישט קיין סאך. אבער עפעס) צו קענען אויפבויען, סיי די שפילן א זיי זאללן זיין אינטרעסאנט. און סיי די אוידיענץ פון די אידישע קינדערלעך שיחיו. ווייל ווען מ'הייבט אן אזא אונטערנעמונג ציעט דאס אריין אין זייער א סאך געלט און כוחות צו קענען ארגאניזירן די אלע פלעיס. און די שפילערס אז ס'זאלל ארויסקומען א דבר השלם. די גרעסטע ראיה איז, אז די קינדער לויפן צו די חוה"מ פלעיס אין די מאסן. און פונקט ווען די אנפיהרערס קענען שוין זעהן א ביסל נחת פון זייער ארבעט האבן זיך די משוגעים און פאלשע מענטשן אויפגעוועקט. און זיי קומען צשטערן זייער הארעוואניע און שווערע ארבעט...!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:46 pm
דורך קאך_לעפל
שמעקעדיג האט געשריבן:לאמיר אדאפטירען די סאטמארע וועג... און שרייבן בריוון פאר אלע מנהלים.... אולי ירחם.
לויט אונזער אינפארמאציע וואוינען מיר אינעם מילך-וועג-קאלעקסי, איך ווייס ווירקליך נישט אין וועלכע קאלעקסי איר וואוינט...
דא אין אינזער קאלעקסי איז צום באדויערן דער פאזיציע פון אמאליגע ערענפולער מנהלי המוסדות, פארכאפט געווארן דורך די אפפאל פון די מענטשהייט, נידריגע מאכט ליב האבער, און נמוכי שכל...גארנישט וועט נישט העלפן. מיט דיינע בריוו גייסטו נישט מאגער מאכן די פעשע, און אויך נישט הויך מאכן די נידעריגע... לאז געמאכט... איבערקליגן דעם סיסטעם מיט יעדע מיטל וואס ס'איז נאר שייך....און ווייטער אנגיין מיטן לעבן...
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:00 am
דורך שמעון וואלף
און איך שוטה האב נאך געגלייבט אז אינטערנעט מיט וואטסעפפ ברענגט אינטער די יונגווארג, דערווייל ווער איך דא געוואר אז דאס אז די פלעיס און פארשטעלונגן זענען די שורש פורה ראש ולענה.
ב"ה יעצט האט מען געכאפט דעם טוטער
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:01 am
דורך תורה ומדע
איך פארשטיי נישט, איז די חסרון אז מען מאכט פארשטעלונגען בכלל דוגמת בתי טיאטראות, אדער די חסרון איז דאס אינהאלט און תוכן. פלעיס גופא זענען שוין פארגעקומען פאר הונדערט יאהר אין פארשידענע חצרות ביי פארשידענע זמני ששון, און אין די זומער קעמפס. ווארשיינליך האבען די רבנים ואדמורים בזמנם געהאלטען אז סאיז ניט קיין פראבלעם. ווידער אינהאלט, אויב די מנהלים האלטן אז דאס אינהאלט איז לעהר מכל תוכן, אדער נישט איידעל וכו׳, זאלן די מוסדות אליין מאכען א בעסערע פארשטעלונג, אדער פאדערן א הכשר אדער א המלצה פון א רב אדער אדמור.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:09 am
דורך berlbalaguleh
תורה ומדע: כ'האב מיך יעצט דערמאנט אז איין סארט שפיעל איז זיכער מותר. און 100% כשר. א שפיעל וואו מ'ווייזט אז יונגע קינדער זענען מחוצפים צו עלטערע מענטשן וועלכע האבן רחמנא ליצלן..."סמארט פאונס" דארט מעג מען פארשעהמען. און אפילו פיזיש ארויסשלעפן די דאזיגע טמא'נע כלי משחית און אראפווארפן אויף די ערד. און צוטרעטן עס. און גוט אנשרייען די וואס האבן די טמא'נע כלי, רח"ל. מעג עס זיין א טאטע אדער סתם אן עלטערער מענטש וועלכער דארף עס פאר פרנסה וכדומ'. אויך וואו מ'ווייזט די שומרים קארטלעך בפועל...!"
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 1:22 am
דורך בת קול
די מוסדות 'מוזן' אסור'ן אבער מען דארף זיך נישט צוטוהן מאכן. אויב א האלבע חדר גייט סייווי, וואס קענען זיי טוהן?
די מיידלעך אין סאטמאר טארן נישט גיין צו די חול המועד פילמען. גאנצע באסעס געפאקט מיט סאטמארע תלמידות קומען אן יעדע חול המועד צו די פילמען.
איך האב נאכנישט געהערט מען זאל ווארפן צוליב דעם.
מער מענטשן דארפן האבן די עדיטוד פון "האט מען גע'אסר'ט"
Re: סעריע אסיפות פון "מנהלים" אסר'ט חוה"מ פלעיס
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 8:32 am
דורך החוקר
בת קול האט געשריבן:מער מענטשן דארפן האבן די עדיטוד פון "האט מען גע'אסר'ט"
גאר א שטארקע נקודה. מען דארף רעאגירן דערצו פונקט ווי איינער הערט אז טראמפ האט געטוויט, מען צושמייכלט זיך, און מען גייט אן ווי נישט מיר מיינט מען.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 2:29 pm
דורך סמבטיון
אדער איז די צעטל פאלטש, אדער איז עס סטאם געהאקט נעמען. איינע פון די חתימות איז איינער מערמעלשטיין. עס איז נישטא קיין תלמוד תורה אין בעלזא אין גאנץ אמעריקא וואס ווערט געפירט דורך איינער מערמעלשטיין.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2018 12:47 am
דורך בן ישי
החוקר האט געשריבן:בת קול האט געשריבן:מער מענטשן דארפן האבן די עדיטוד פון "האט מען גע'אסר'ט"
גאר א שטארקע נקודה. מען דארף רעאגירן דערצו פונקט ווי איינער הערט אז טראמפ האט געטוויט, מען צושמייכלט זיך, און מען גייט אן ווי נישט מיר מיינט מען.
אדער ווען מ'זעהט א קול קורא פון התאחדות הרבנים בארצות הברית וקאנאדא...
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2018 8:23 am
דורך אישתישבי
ווי איז אהרן גריבאווער? ער פירט אהן די אסיפה און זיין נאמען איז נישט דא?