בלאט 1 פון 1

אלטע סחורה סערווירט ווי פרישע ווארע אין היימישע אויסגאבעס

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 1:24 pm
דורך זר זהב
טאמבל סאס האט געשריבן:מיך איז אינטרעסאנט צו וויסן וויאזוי די ביילייכטונגען למשל האט יעדע וואך פון אנפאנג א פרישע מעשה פון א צדיק לכבוד שבת, שוין באלד דריי דורות (א זיידע, זון, אייניקל) צודען האט מרת וואלערשטיין א פרישע מעשה יעדע וואך, אדער קאפירט זי אויך פון אלטע ביילייכטונגען? כ'האב קיינמאל נישט גענומען די מיה עס נאכצוטשעקן, אבער כ'בין זיכער זי איז אויך נישט אזוי ריין.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 10:15 pm
דורך חאצקל
זיי קאפיען אודאי יא. די שאלה איז צו א מאגאזינען איז מחוייב במשך צענדליגער אדער דאר הונדעטער יארן צו ברענגען בלויז פרישע סחורה. אפשר גייט עס ביי יעדע צוואנציג דרייסיג יאר.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 7:10 pm
דורך יידל
יאנטעף האט געשריבן:עמי מאגאזין דרוקט די וואך איבער די אינטערוויו וואס יצחק פראנקפורטער האט געהאט מיט סאטמאר רבי ר׳ אהרן, און איז געוועהן געדריקט אין משפחה מאגאזין עטליכע יאר צוריק. (עמי שרייבט כאטש אז ס׳שוין געוועהן געדריקט).

עס באלאנגט פאר משפחה אדער פאר פראנקפורטער? דוכט זיך מיר אז די סוחרה וואס מ'שרייבט באלאנגט לעגאל פאר די מאגאזין וואס דרוקט עס, נישט אזוי?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 11:57 pm
דורך אלדד
און די ג׳ואיש פרעס איז דא א קאלום וואס הייסט I remember when וואס דער שרייבער דאכט-זיך לעבט שוין נישט, און מען דרוקט איבער זיינע אלטע ארטיקלען...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 12:00 am
דורך זר זהב
יא, זיי פלעגן עס דרוקן אויף די סאמע לעצטן זייט. כ'מיין אז היינט שוין נישט.