בלאט 1 פון 1

נייע חודש מאגאזין: פענע

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 8:56 am
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 5:49 pm
דורך דער דאס
כ'האב דאס געקויפט פאר נייגעריקייט, ס'קוקט אויס ווי די טריביון ע"ה איז אויפגעשטאנען תחיית המתים.. ממש די זעלבע אויסשטעל, מיט אלע אנדערע מעלות וואס די טריביון האט זיך אויסגעצייכנט, גרויסע בילדער אויף יעדע זייט, אסאך ליידיגע פלאץ צווישן די שורות, און זייער שוואך געשריבן.

וואס האלט דער עולם??

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 5:54 pm
דורך איסר האטלקי
וואס איז די 3289 יאר סוכות פראיעקט?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 6:09 pm
דורך שושן פורים
איסר האטלקי האט געשריבן:וואס איז די 3289 יאר סוכות פראיעקט?

לכאורה איז עס די דריי טויזנט צוויי הונדערט ניין און אכציגסטע יאר וואס אידן האלטן די יום טוב סוכות, איך בין נישט אזוי גוט אין היסטאריע

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 6:23 pm
דורך יין שרף
אויב אידן האלטן סוכות פון די יאר פון יציאת מצרים, וואס איז געווען 2448 און היינט איז 5779, איז עס 3,341 יאר.

נישט אזוי?

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2018 10:08 pm
דורך היכי דמי
עס ווערט ארויסגעגעגעבען דורך א יונגע בחור׳ל.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2018 11:27 pm
דורך איסר האטלקי
היכי דמי האט געשריבן:עס ווערט ארויסגעגעגעבען דורך א יונגע בחור׳ל.

דער זעלבער וואס האט געוואלט מאכן די ''פארמעסט''?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:00 pm
דורך פרישע נייעס
היכי דמי האט געשריבן:עס ווערט ארויסגעגעגעבען דורך א יונגע בחור׳ל.


איך קען ב'ה זייער גוט דעם יוד וואס גוט ארויס דעם פענע ער איז גאר טויגליך אין איז דא פארן היימישן ציבור ווארט מיט שפאנונג פאר מער אינפערמאציע

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:05 pm
דורך פרישע נייעס
איסר האטלקי האט געשריבן:
היכי דמי האט געשריבן:עס ווערט ארויסגעגעגעבען דורך א יונגע בחור׳ל.

דער זעלבער וואס האט געוואלט מאכן די ''פארמעסט''?

עס איז א פרישע זאך אין איז נישט א אפטיילונג פין קיין שום אויסגאבע

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 6:00 pm
דורך פרישע נייעס
שוין א לאנגע זמן וואס דאס חרדיש יוד קוקט ארויף אין ווארט פאר א אויסגעבע וואס מען קען אריין ברענגען אין שטוב פאר זיך אין די קינדערליך אין זאל צושטעלן וואס איז ראי לשלחן מלכים נישט אז ביז היינט איז נישט געווען "אבער" ביז היינט איז יעדע אויסגאבע וואס האט יא געהאט עפעס תוכן געווען צו עפעס א פרטיי געשטימט וואס פאר נישט יעדעם איז עס געווען אזוי ניחא יעצט אבער פאר סכות אריין וואקען'דיג אין געשעפט זעט זיך אן א נייע אויסגאבע מיטען נאמען "פענע מאנאט שריפט" וואס איז בלויז א רייכע תוכן ועל כולם נישט קיין שום פרטיי געשטימט ספעציעל געמאכט צו זאמלען תוכן'דיגע ידיעות פאר זיך אין די קינדער אין נאכדערצו פאר גאר ביליג עס איז ווערט צו קויפען (א אינעוויניגסטע איבערבליק וועט נאך פאלגען אי'ה) :D

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 2:26 am
דורך פרישע נייעס
איך ווייס נישט ווער פין דא זיצט אויף אייוועלט אבער עפעס פייט מען זיך דארט וועגען פענע ווי קליינע קינדער

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 2:39 am
דורך לבי ובשרי
יעצט הערעך זאגן אז פענע איז אונטער די זעלבע ארויסגעבער פון די מאנאטליכע אוצרות. (והא ראי' די באר-קאוד איז די זעלבע ווי די פאמיליע אוצרות) #whoknow

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 1:01 pm
דורך פרישע נייעס
לבי ובשרי האט געשריבן:יעצט הערעך זאגן אז פענע איז אונטער די זעלבע ארויסגעבער פון די מאנאטליכע אוצרות. (והא ראי' די באר-קאוד איז די זעלבע ווי די פאמיליע אוצרות) #whoknow

איך האב שוין פריער געשריבן אז עס האט נישט קיין שיכת מיט קיין איין געוועזענע אויסגאבע עס עס איז א פרישע זאך אין טאמער די ביסט אינטרעסירט אין א קינדרישע פייט ווער עס געט עס ארויס קענסטו גיין קוקען אויף אייועלט אינטער די קעפל "פענע מאנאט שריפט" שוין דא 5 פעידשעס

נשלח: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 2:20 am
דורך פרישע נייעס
לבי ובשרי האט געשריבן:יעצט הערעך זאגן אז פענע איז אונטער די זעלבע ארויסגעבער פון די מאנאטליכע אוצרות. (והא ראי' די באר-קאוד איז די זעלבע ווי די פאמיליע אוצרות) #whoknow

איך מיין אז עס איז די זעלבע דיסטרביוטער קען זיין וועגען דעם האט עס די זעלבע באר קאד

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:38 pm
דורך פרישע נייעס
איינער ווייסט ווען די נעקסטע פענע קומט ארויס

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:42 pm
דורך איסר האטלקי
מ'קען טוישן קעפל צו אלטע חודש מאגאזין