בלאט 1 פון 1

ווען דער מולך דראממער האט פאשפעטיגט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:38 pm
דורך גדליה
יעדער וואס האט געלערנט אביסל חומש רשי ווייסט אז בימים ההם ווען די אידן האבן געדינט ע"ז איז געווען אזא זאך ווי א מולך. מ'האט גענומען א קינד, פון נביא איז משמע די עלסטע קינד, און מ'האט אים אנגעשפאשעט גיט ס'זאל זיין גענוג ברענשטאף. נאכדעם האט מען גענימען דאס קינד און מ'האט אים אנידערגעלייגט העכער צינגען פייער און אזוי איז ער נעבאך אויסגעגאנגען.
ווער ס'געדענקט די רשי ווייסט אז מ'האט גערופן מוזיקאנטן וואס זאלן פויקן בשעת דאס קינד איז פארברענט געווארן אין לעבעדיגע פלאמען, כדי מ'זאל נישט הערן די געוויינען.
אזוי איז אנגעגאנען א לאנגע צייט. מ'האט מקריב געווען די קינדער, די געטער זענען געווען צופרידען. סאיז געווען אפאר אויפגעקלערטע אויבערחכמים וואס האבען געהאלטען אז מ'טאר נישט הרג'ענען קיין מענטשן. מ'האט זיי גערופן נביאים. זיי האבן געשריגען און פארפירט אבער יעדער האט פארשטאנען אז ס'איז נישט צי די זאך, ס'איז דאך קרטיש וויכטיג צו שטילן די הינגער פון די אפגעטער.
איין טאג האט פאסירט א אומגליק
דער מולך דראממער האט נישט געקענט אנגעקומען צום טקס ההקרבה. מ'האט פרובירט טרעפן א סובסיטוט, ווער קען פויקן??? א פויקער? האבן די כהנים פון מולך אויסגעשריגען, אבער אין קול ואין עונה.
נו בלית ברירה נעמט מען זיך די עבודה. מ'צינדט אן ס'פייער און מ'הייבט אן אריינשטעלן דאס קינד, יעדער ווארט צו זען און מ'הייבט אן זינגען און פייערן, אבער דאס קינד הייבט אן שרייען באנומענע קולות, "געוואלד! כ'ווער פאברענט!" און צעביסלעך האט די עולם אויפגעהערט זינגען און שווייגנדיג זיך צוגעקוקט. נאך א שטיק צייט האט דער עולם אנגעהויבן ווערן אומבאקוועם, און איינער האט אריינגעשריגן מ'זאל אפשטעלן די הקרבה. אה, א נביא ביסטו מיר געווארען! האט זיין חבר חוזק געמאכט.
מ'האט אנגעהויבן קלערען אז מ'זאל אפשטעלן די מעשה. אבער ס'קינד האט ווייטער געפלאקערט דערווייל. ער האט שוין נעבעך קוים געקענט שרייען אבער די יעלות זענען געגאאנגען עד לב השמים.
די כהני מולך האבן זיך געפערליך גערעגט, אקיצור ס'געווען כעאס.
פלוצלינג זעט מען א באקאנט פנים, דער מולך דראממער איז אנגעקומען!
דער עולם איז עים באפאלען מיט כעס, דו ווייסט וואספארא יסורים דאס קינד גייט דורך! האבן די כהנים אויסגעשריגען. שוין נעם דיך צו די ארבעט!
די דראמער האט מיט ציטערדיגע טריט אנגעהויבן צוגרייטען זיינע כלי זמר.
שנעלער! שנעלער! האט דער עולם געשריגן. דאס קינד פייניגט זיך!
ענדליך האט מען צוגעגרייט די דראם. דער פויקער האט זיך גענומען מיט א ברען. האפ! זעץ קראך! די קינד'ס געשרייען זענען פארשלינגען געווארן און די גאנצע עולם איז פארגאנגען אין א טאנץ.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:49 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מ'גיבט איבער דאס קינד פאר'ן מולך.
בילד

גראדע בין איך נישט אזוי זיכער אז די טעם פאר די מוזיק איז געווען וועגן די וויינען פון דאס קינד, איך מיין אז אלע עובדי עבודה זרה שפילן מוזיק ביי זייערע צערעמאניעס, אין ביהמ"ק האט מען אויך געשפילט מוזיק.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:58 pm
דורך berlbalaguleh
גדליה: ס'געפעלט מיר די דראמאטישע וועג וואס דו לייגסט אראפ די מולך צערעמאניע. נאר דער סוף פון דיין תגובה איז מיר זייער געשמאק. ווייל ס'ברענגט מיר אויף זיכרונות פון דעם אומאפהענגיקן, ארטאדאקסישן ארגאן פון ניו יארקער אידנטום. ..."דער איד"... בימי הרב ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו. דער חשוב'ער איד פלעגט אייביג ענדיגן זיינע ארטיקלען און מאמרים מיט די פאלגנדע ווערטער..."און דער עולם איז זיך צוגאנגען מיט פרייליכע הערצער אין די פריע פארטאגס שעות"...!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 1:04 pm
דורך גדליה
berlbalaguleh האט געשריבן:גדליה: ס'געפעלט מיר די דראמאטישע וועג וואס דו לייגסט אראפ די מולך צערעמאניע. נאר דער סוף פון דיין תגובה איז מיר זייער געשמאק. ווייל ס'ברענגט מיר אויף זיכרונות פון דעם אומאפהענגיקן, ארטאדאקסישן ארגאן פון ניו יארקער אידנטום. ..."דער איד"... בימי הרב ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו. דער חשוב'ער איד פלעגט אייביג ענדיגן זיינע ארטיקלען און מאמרים מיט די פאגלנדע ווערטער..."און דער עולם איז זיך צוגאנגען מיט פרייליכע הערצער אין די פריע פארטאגס שעות"...!

:D :lol:

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 10:56 pm
דורך עדיאל
כלפי מה דברים אמורים?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 12:26 am
דורך מיימון
גדליה קום אריין קלאר. איך האב זייער הנאה פון דיין געדאנק, און עס איז א נוצבארער רעיון. פארט ביטע ערקלער וואס דיין כוונה איז געווען.

Re: ווען דער מולך דראממער האט פאשפעטיגט

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 9:52 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אשריך קאוועשטיבעל, אז בימי הרחמים והרצון האבען ערשיינט צוויי ארטיקלען מיט די לשון חכמה פון אריח ע"ג לבינה, ווי מ׳דערמאנט א געדאנק וואס מאכט טראכטען אבער צווינגט עס נישט אריין אין קאפ. הן דאס און הן די ארטיקל וועגען ׳ווער האט געבויט סאטמאר׳ האבען געהאט די נאטור. בעסער נישט פארפליישיגען מיט פאדערונגען צו ערקלערען אויף קליין געלט. די חכמה פון מועט המחזיק את המרובה וועט דעמאלס פעלען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 12:22 pm
דורך מיימון
גערעכט. איך האב נישט באמערקט אז עס האט צוטון מיט דעם אשכול איך האב יענץ נישט געליינט

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 4:58 pm
דורך גדליה
אבטולמוס האט געשריבן:מיר קוקט אויס אז גדליה וויל דא קריטיקירן די קריטיקירער פון מנהג כפרות. וואס מ'טוט מיט די עופות צעשטערט אונזער געוויסן ווייל מ'טוט עס פארנט פון אונזער נאז. אבער ברגע מ'טוט עס בחדרי חדרים פרעסן מיר ווייטער טשיקן און בהמה כאילו לא היה.

ריכטיג! כ'בין געווארן אינספירירט דערצו ביים זיך אויסטענהן ביי יענע אשכול
אבער כאב נישט געמיינט דווקא יענץ, נאר בכלליות. ס'איז אזא כל נדרי משל
די נמשל איז אז יעדע סאסייעטי האט א מולך וואס מ'איז מקריב מענטשן דערויף
די אלע מענטשן שרייען און וויינען, און פארדעם זענען דא דראמערס וואס מאכן זיכער מ'זאל נישט הערן די געוויינען
אמאל מאכט זיך אז די דראמס ארבעטן נישט און די געוויינען שפאלטן די הימלען, ביז די דראמער קומט צוריק און מ'קען שוין פארגעסן פון די גאנצע זאך
יעדער זאל זיך דאס איינטייטשן אויף וואס ס'שמעקט אים

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 1:46 pm
דורך קאצקע ציקער
גדליה האט געשריבן:
אבטולמוס האט געשריבן:מיר קוקט אויס אז גדליה וויל דא קריטיקירן די קריטיקירער פון מנהג כפרות. וואס מ'טוט מיט די עופות צעשטערט אונזער געוויסן ווייל מ'טוט עס פארנט פון אונזער נאז. אבער ברגע מ'טוט עס בחדרי חדרים פרעסן מיר ווייטער טשיקן און בהמה כאילו לא היה.

ריכטיג! כ'בין געווארן אינספירירט דערצו ביים זיך אויסטענהן ביי יענע אשכול
אבער כאב נישט געמיינט דווקא יענץ, נאר בכלליות. ס'איז אזא כל נדרי משל
די נמשל איז אז יעדע סאסייעטי האט א מולך וואס מ'איז מקריב מענטשן דערויף
די אלע מענטשן שרייען און וויינען, און פארדעם זענען דא דראמערס וואס מאכן זיכער מ'זאל נישט הערן די געוויינען
אמאל מאכט זיך אז די דראמס ארבעטן נישט און די געוויינען שפאלטן די הימלען, ביז די דראמער קומט צוריק און מ'קען שוין פארגעסן פון די גאנצע זאך
יעדער זאל זיך דאס איינטייטשן אויף וואס ס'שמעקט אים

ווער איז די דראממער אינעם נמשל?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 7:43 pm
דורך שצם_חנכל
איך וואָלט געזאָגט לגבּי חינוך הבּנים זענען די דראָממערס די היימישע פּאָליטיקאַנטען וואָס שרייען הויעך אַז אַלעס איז אין אָרדענונג.

לגבּי די עקענאָמישע פּראָבּלעמען בּינינו זענען די דראָממערס די אָרגעניזאַציעס וואָס ספּאַנסערן אונזער אַבּסורדאַלע לעבּנסשטייגער.

#מולךדראממער