בלאט 1 פון 1

מאכ'ן אויסגאבעס געלט?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:34 pm
דורך ווייל אזוי
מ'זעהט אז ס'שפראצן ארויס יעדן טאג נייע אויסגאבעס, ווי שוועמלעך נאך א רעגן, מיט אלע שמות הנרדפים, איז די שאלה מאכן זיי געלט אדער טוהן עס פאר שוואויל טאג??

פון ווען איך האב נאר געקענט ליינען זענען שוין דורך אזויפיל אויסגאבעס עליהם השלום: א בליק, די פלאם, צייטשריפט, יפה בעטו און נאך וואס איך געדענק נישט אויף די מינוט.

אלע האבן געהאט די זעלבע גורל פון שליסן איהרע טויערן, ווען מ'זאל ווען מאכן א מיליאן דאלער אדער אפילו א האלבע מיליאן
דאלער א יאר וואלטן זיי נאך געווען אין ביזנעס.

איז די שאלה וואס גייט פאר מאכט מען געלט אדער טרייעט מען נאר?

מתחילה מאי קסבר ולסוף מאי קסבר?