בלאט 1 פון 1

אינטערנעט ברענגט אלע צרות

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 12:06 pm
דורך גדליה
מורי ורבותי
אין די לעצטע טעג הערט מען ליידער אסאך צרות ישראל.
מער פון אלע איז כלל ישראל שווער געטראפן געווארן מיט די בשורה אז חשובע אידן גרויסע צדיקים רביס און רבנים זענען ליידער נישט געזינט, טייל פון זיי זענען שוין ליידער נישט בין החיים, די מלאך המוות האט ליידער ציגערירט צו די סאמע בעסטע וואס אונז פארמאגען,
האב איך אריינגעקלערט וואס קען זיין די סיבה
און כ'האב געקימען צי די מסקנה אז ס'קימט פון די אינטערנעט
כ'וועל שרייבען נאר ברמיזה, אבער בקיצור נמרץ איז די ענין אז ס'דא אידן וואס זענען מקטרג אויף כלל ישראל אז זיי זענען נישט ערליך און אז יעדע וואס האט אינטערנעט אדער א סמארטפאון (רוב מנין ובנין פון ערליכע אידן) איז א גוי גמור
ליידער זעט מען אז די וואס האבען געהאט א יד אין די קיטרוג ברויכן גרויס רחמי שמיים.
כ'וויל בעטן יעדע זאל זיך פארנעמען צו ניצן די אינטערנעט יעדן טאג פאר א האלבע שעה לרפוש פון אלע ערליכע אידן וואס ברויכן רפואות.
מ'זאל טון א גיטע זאך, למשל מזאל הערן א ווארעמע דרשה פון א מגיד, אדער מ'קען וואטשטן א אינפארמאטיווע טעד טאלק, אדער אפילו לערנען א שטיקל גמרא אויף די אינטערנעט
אין מ'זאל צולייגען אין דעם זכות זאל אראפגיין די קיטרוג פון כלל ישראל אין אלע חולים זאלען געזינט ווערען בתוך שאר חולי ישראל

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 12:20 pm
דורך נקודת-אמת
:דיסלייק

איך ווייס נישט פון וואו אנצוהייבן צו רעדאגירן
אבער הוי זהיר בגחלתן!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 12:35 pm
דורך גדליה
הוי זהיר בגחלתי

Re: אינטערנעט ברענגט אלע צרות

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 11:28 am
דורך דער גאלדענער אדלער
ר' גדליה; זייט דו האסט געשריבן נעכטן דעם ארטיקל האב איך מקפיד געווען (פארן געזונט פוו די צדיקי הדור) ווען כ'האב אן עקסטרע מינוט צו קוקן און זיך באניצן מיט מיין סמארט פאון. נאר איין ספק איז מיר נולד געווארן, מיין סמארט האט ב"ה נישט קיין פילטער, און כ'ווייס נישט צו דאס ווערט אפשר פאררעכנט ווי א מצוה הבאה בעבירה אדער נישט?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 11:43 am
דורך יין שרף
זיי מסביר די "מצוה" חלק, און אזוי אויך די "הבא בעבירה" חלק? האסט עפעס מקיים געווען א מצוה צו נוצן דיין טעלעפאן? האסט עובר געווען א עבירה צו מקיים זיין די מצוה?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 11:46 am
דורך טאמבל סאס
אויב זאל אותו צדיק נפטר ווערן, ווער ווייסט וויפיל מער אידן וועלן נכשל ווערן אין וועלן מיטהאלטן זיין לויה לייוו - פליז גאט דו מוזט אים אויסהיילן

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 3:13 pm
דורך וואלווי
טאמבל סאס האט געשריבן:אויב זאל אותו צדיק נפטר ווערן, ווער ווייסט וויפיל מער אידן וועלן נכשל ווערן אין וועלן מיטהאלטן זיין לויה לייוו - פליז גאט דו מוזט אים אויסהיילן


דאס איז זיכער אז תפילה עושה מחצה, ווייל דורך טעלעוויזאן, וואס דאס איז כידוע דבר שנצטער בו אותו צדיק, וועלען שוין צופיל יונגעלייט נישט גיין מיטהאלטן...

Re: אינטערנעט ברענגט אלע צרות

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 3:20 pm
דורך סקרן
איך בין מוחה אויף די שמועס דא

כדי שלא יאמרו ולא ישאלו מדשתק שמע מנה ניחא לי'
חס וחלילה

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 4:28 pm
דורך גדליה
סקרן האט געשריבן:איך בין מוחה אויף די שמועס דא

כדי שלא יאמרו ולא ישאלו מדשתק שמע מנה ניחא לי'
חס וחלילה

.