אכצן טויזענט קבלות! פארוואס? פאר ווען? און פאר וואו?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 11:02 am
[justify]ערב יום הקדוש שפאן איך אזוי געמיטליך צו די מקוה, זיך צו רייניגען לכבוד דעם בעפארשטייענדעם הייליגן טאג. מיטאמאל פאלן מיינע בליקן אויף א מאדנער פלאקאט.
דער פלאקאט לייענט זיך ווי פאלגענד: אזוי ווי דער צדיק פון סקולען איז ליידער זייער נישט געזונט, (והוא מחולל מתוך פשעינו) דערפאר פאדערט מען פון איטליכער, אז מ'זאל זיך קאטאגאריש פארנעמען נישט צו קוקן אין קיין סמארט פאון ביז חנוכה אויף קיין שום פאל. און דער ענדגילטיגער ציל לייענט זיך דער פלאקאט ווייטער... איז אנצוקומען צו נישט ווייניגער ווי גאנצע אכצן טויזענט פארנעמערס. און ווי ס'איז זעלסט-פארשטענדליך וועלן די אלע פארנעמער דערמאנט ווערן לטובה ביים צדיק, און זיינע ברכות וועלן ווארשיינליך איבערלאזן א גראנדיעזער רושם...
ערשט איז מיר דאס נישט צופול אנגעגאנגן, לופטיגע סקולענער פראפאגאנדע פארנעמט ביי מיר קיינמאל נישט צופול ארט אין מוח. אבער אין לויף פון יום הקדוש האב איך צו מיין אויסטערלישער שטוינונג באמערקט, ווי יונגע בחורים זענען פארנומען דערמיט, זיי לייגן זיך אריין די פארנעמען-אפליקאציעס אין זייערע קעשענעס, מיטן ציל עס אויסצופילן און צוריק צושיקן צו די סקולענע פראפאגאנדע מיניסטעריום. דאס האט מיר שוין פאראורזאכט א גאנצע טוץ מיט אומפארשטענדענישן.
נעמליך, גוטע-פארגענומענעכצער פארן שנעלן ערהוילונג פונעם צדיק איז באשיינפערליך גאר א וואוילע זאך. אבער פארוואס פונקט 'נישט צו קוקן אין א סמארט פאון'? פארוואס נישט 'נישט רעדן קיין לשון הרע', אדער לערנען מוסר איטליכער טאג, נישט רעדן שבת קודש קיין דברי חול אד''ג, פארוואס פונקט סמארט פאונס? און אויב איז טאקע 'נישט קוקן אין קיין סמארט פאון' א הייליגע זאך, דאן פארוואס בלויז ביז נאך חנוכה? פארוואס נישט ביז כאטש שבת פרה? און פארוואס איז בלויז 18 טויזענט אונטערגענומעכצער גענוג? פארוואס נישט כאטש 26 טויזענט ווי דער הייליגער שם הויה ב''ה? זאל שוין זיין... און נאך מער פון דעם, וואס פאסירט אויב אייגענטליך דער צדיק באשלוסט זיך צו באהעפטן מיט די שכינה אין מיטן די סאמע מיטן פון די הייליגע נעניעים פון גרויס מענדעטאַציע, דאן ווערן די אלע אונטערגענעמעכס גענצליך אנילירט? און מ'מעג שוין ווייטער קוקן אינעם פעך פוי טאמענער סמארט פאון? גיוואלד געשריגן...
ווי ס'ווערט געברעגט אין די פארבאגענע שריפטן, איז אין מצרים דער דעת געווען אין גלות. און דאס איז געווען ממש דאס ארגסטע. היינט צוטאגס ווען מיר שטייען שוין הארט פארן אנקום פון משיח פארארבייט דער שטן אויסטערלישע טעטיקייטן אז דער יונגווארג זאלן האלטן אידישקייט אן קיין דעת. און דאס איז אן קיין צווייפל דאס גרעסטער ניסיון וואס ג-ט האט אונז ליידער באשאנקן הארט פאר זיין בעפארשטייענדעם אנטפלעקונג ב''ב, ווען ס'וועט באשיינפערליך צושטאנד קומען וואס ער זעלבסט האט אונז הייס פארשפראכן דורך זיינע הייליגע נביאים, ומלאה הארץ דעה את השם. די וועלט וועט פול ווערן מיט דעת, מ'וועט אים דינען מיט די ריכטיגע דעת.
אידישקייט אן קיין דעת, האט א פנים ווי חלה אן פּאָמידאָרן-כותח, ווי געפילטע פיש אן קיין כריין, ווי יוהך אן קיין ווארניטשקעס, ווי פלייש אן קיין זויער אוגערקעס, ווי אייער צוויבל אן קיין לעבער, און ווי טשולענט אן קיין ביר רח''ל.
פארוואס זאל מען נישט אנשטאט צו שווענקן די מוחות פון קינדער איבער סמארט פאונס, נישט לערנען מיט די יונגווארג צו דינען דעם הייליגן באשעפער מיט דעת מיטן מוח אונעם שכל וו.צ.ב.ש. מ'זאל לערנען מער נביא, ווי מ'זעהט באשיינפערליך ווי די הייליגע געטליכע נביאים האבן פארמאגט א פערזענליכע פארבינדונג מיט ג-ט. זיי האבן פארפירט לאנגע דיסקוסיעס מיט אים, זיי האבן זיך צומאל צו צושלאגן מיט אים און זיך דאן איבערגעבעטן מיט אים, ממש להבדיל ווי א מאן און ווייב. וויפול אהבת השם, יראת השם, דביקות השם דאס ברענגט. מ'זאל לערנען מיט זיי די הייליגע מענדעטאַציע-דיכטער פון אונזערע הייליגע דיכטער, ראשונים כמלאכים, א שטייגער פון רבינו שלמה אבן גבירול, אברהם אבן עזרא, רבי יהודה הלוי, דונש בן לברט, אד''ג. געזאגען און דיכטער וואס ברענגט צו א אייביגע פארבינדונג און צוגעקניפטקייט מיט ליבע צום היילגן באשעפער. מ'זאל לערנען מיט זיי מער טיפזיניגע מוסר און חסידות וואס פלאמען אויף די הערצער צום הייליגן באשעפער. ניין! מ'איז פארנומען צו שווענקן די מוחות מיט די סמארט פאונס...פון דאס באשטייט דאס גאנצער אידישקייט! רח''ל מהאי דעתה...
דער שטן שיקט אלעמאל אונטער אזעלכע אנגעבליכע פרימאקעס, (פ.יל ר.שעות ו.וייניג מ.צוות) וועלכע באשטייען אין אלגעמיין פון ארבעטלאזע פראזיטן, וועלכע לויפן בייטאג און ביינאכט צו רבנים תמימי לב, און פארדרייען זיי א קאפ מיט אלערליי פון פינגער ארויסגעזויגענע פרצות. פרצות וואס זייערע שמאלע קארטאפאל קעפ זאגט זיי אז דאס גייט ענדגילטיג אונטערברענגען דאס גאנצע אידישקייט. און די דאזיגע פון אונז וועלכע ליידן נעבאך פון א מאסיווער דעת-מאנגל, ווערן צום באדויערן אינגאנצן איבערגענומען, און מיינען נעבאך אז מיטן באקעמפן און זיין פארנומען מיט די דאזיגע קליינקעפיגע משוגעתן קויפט מען אפ ג-ט.
דער מציאות איז, אז א סמארט פאון פארגרינגערט דאס לעבן פאר די מענטשהייט, דאס איז א מתנה וואס דער אייבישטער האט אונז געגעבן זיך עטוואס צו פארגרינגערן דאס לעבן. דער וועלט שפאנט פאראויס און נישט אויף צוריק. מיט די צייט וועט מען ווארשיינליך זיך נישט קענען באגיין אן קיין סמארט פאון. און דאס האט מען גענומען און געמאכט פאר א יסוד אין יודישקייט. דאס איז בלויז מעשי שטן, עס איז מיר נישט קיין שום צווייפל אז דער הייליגער רמב''ם מיטן אבן עזרא וואלטן געווען די ערשטע זיך איינצוהאנדלן א סמארט פאון. פארוואס דען נישט? נעמליך,מ'קען דערמיט זינדיגן? אמת! מיט א קאר אויך...
דער זינלאזע סמארט פאון מערכה ברענגט אונטער אידישקייט און חינוך צוליב 3 פונדאמענטאלע אורזאכן:
1. אז די מוחות פון קינדער ווערן געשוואנקן אז בלויז פון דעם באשטייט דאס גאנצער אידישקייט, (דער סקולענער פראפאגאנדע קאמפיין העלפט גאר שטארק צו צו דעם)
2. דאס ברענגט אריין אין די קינדער א געדאנק אז דער טאטע טוהט חלילה עפעס אן איסור מיטן פארמאגן א סמארט פאון, וואס דאס צונעמט דעם גאנצן יסוד פון חינוך הבן וואס ליגט אויפן פאטער! און נישט אויף דער סקולענער פראפאגאנדע מיניסטעריום.
3. ווען די עוסקי-בעריות האבן געזען ווי די פאפולאציע פארשטייט עטוואס יא וואס עס איז ווירקליך אסור און וואס ס'איז בלויז א קאפריז, און מ'כאפט נישט קיין התפעולת פון די אלע כרוזמאטישע ראבינאוויטש-קארטנס, האבן זיי אויסגעאיבט א אומהויערע דרוק אויף די מוסדות צו אינפארסירן זייערע קאפריזן, אין רעזולטאט איז די באנעמונג און די באציאונגען פון די עלטערן צו די מוסדות געווארן שטארק אנגעצויגענע. וואס דאס איז ממש סם פאר די הצלחה פון די טייערע קינדער.
ועל כולם מיר זענען אלע ערוואקסענע באשעפענישן, און מיר ווייסן גענוי וואס מיר האבן צו טאן, מיר נויטיגן זיך אין קיין אומגעבעטענע אנווייזונגען ווי אזוי צו דינען דעם אלמעכטיגער באשעפער, און וואס יא צו טאן אדער וואס נישט צו טאן.
אל תגעו במשיחי אלו תינוקות של בית רבן.[/justify]