שטארק הנאה געהאט פונעם קאלירפולן מאמר אינעם וועקער איבער דעם פילפארביגן דמות פון דעם יששכר כ"ץ שיחי' לאיושט"א.
א קליינע נקודה וואס עגבערט מיר און האט מיר געעגבערט ליינענדיג דעם אינפארמאטיוון ארטיקל;
וואס איז דער גרויסער שפרונג פון א בחור אין סאטמאר-בריסק ביז א רב וועלכע איז מתיר פרויען עולה לתורה צו זיין וכדומה וכיוצא? יתכן אז הרב כ"ץ טעמו ונימוקו עמו מיט זיין לעבנס שטייגער און פסקים, אבער וואס איז באדייט פון אזא מאדנעם קאנטראסט?...
מעגליך איז מיין עגבערונג געווארן ארויסגעברענגט און בארירט צווישן די שורות פונעם ארטיקל, אבער נאכאלס, צ"ב לענ"ד הרמה.
נ.ב תגובה איז געשריבן געווארן אן עיון אין וויקיפידיע און אינעם דיזן אשכול
הרב יששכר כ"ץ - אב"ד פראספעקט הייטס
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: הרב יששכר כ
איך האלט נאך אין מיטן ליינען, אבער טאמער איך שרייב גארנישט יעצט, וועל איך גארנישט שרייבען צום סוף.
א. עס איז אינטרעסאנט צו ליינען אז זיין זיך גט׳ן איז געקומען איידער זיין צווייפלען אין זיין געזעלשאפט און נישט פארקערט. אז איינער גט זיך, איז עס נישט מער ווי נארמאל אז ער זאל זיך נעמען איבערטראכטען זיין לעבן. ברגע מ׳האט נישט קיין רואיגע פלאץ אין די געזעלשאפט, דארף מען דאך עפעס זוכען. דאס איז נישט די אלגעמיינע אינטעלעקטואלע רייזע פון וואס מ'האט געשריבען אין זיין ז׳ אדר דרשה, וואס א מענטש ווערט קלוגער מיט די צייט, אדער גלאט אזוי נעמט ער זיך טראכטען און עס ווערט אים שווער. דאס איז מער דער ווינער רב׳ס סארט קער, הגם אז ער איז נאך פרום.
ב. ער טוט זיך אלס אפ אז ער האט געלערנט אין בריסק, און דערווייל לא מיניה ולא מקצתיה. ישיבת מצויינים איז א ישיבה געווען אונטער דער פירערשאפט פון הרב ח"א טורצין און הרב א"ח קראסניצקי זצ"ל, מיט אן איינגעשטעלטע מגיד שיעור א תלמיד פון הרי"ד סאלאווייציג. גראדע האבען א פאר סאלאווייציגס געשיקט זייער קינדער אהין, אבער בריסק איז עס נישט.
די מכוון דערפון איז אז ער איז נישט דער מישאכץ פון בריסק מיט סאטמאר פארקערפערט אין א מאדערן ארטאדאקסישע ראביי.
ג. זיין משל פון למדות וואס ער זאגט זיין תלמידים איז אויך א ווייז אז ער איז נאכאלס א פארצייטישע אונגארישע און ער האט בכלל נישט געשמעקט אנדערע חרדישע וועלטען. זיין תשובות ליינען זיך טאקע ווי א היינטיגע אונגארישע רב, נישט עפעס ווייטער.
ואפשר שיחתי. זיין תשובה וועגען זייגען אין ביהמ"ד איז געווען א טיפיקעל תשובה פון סיי וועלכע רב אין ווסמב"ג, נישט עפעס אריגינעל צו גרונטליך אפגעלערנט א זאך. אין דער עולם הישיבות איז פסק הלכה געלאזט פאר די שוואכערע עלעמענט. דעריבער קומען נישט ארויס קיין סאך תשובות. אבער אין למדות האלט זיך יעדער א מ"ד, דעריבער קומט ארויס פיל נאנסענס אין דער געביט. יונגעלייטלעך מאכען די פיס נאס מיט א סקראבאווע שטיקל, אן הענט צו פיס, אבער מיט די ריכטיגע שפראך און קאוד ווערטער. ניין, חפצא און גברא זענען נישט קיין קאוד ווערטער, נאר מער א שטייגער ווי ׳מ׳זעט אפ די מעשה אין די חלות׳ וכדו׳. ביי אונגארישער שרייבט מען תשובות, און די שוואכע עלעמענט שרייבט שוואך. למשל, מיט פיל מראה מקומות וואס געבען גארנישט צו, אדער אראפ ברענגען די גאנצע גמרא מיט רש"י אן קיין שום חידוש. ווען מ׳פראבירט צו ענדליך זאגען די חידוש, איז עס גאר א קליינער און נישט אויפגעוויזען וכדו׳. אוודאי שרייבען געוויסע בעסערע תשובות, אבער די זיינען די שוואכערע. די תשובה אויף זייגען אין ביהמ"ד האט טאקע געזייגט אויף די שטייגער. אן אריכות אויף קושען אין ביהמ"ד, וואס איז סתם א רויטע העררינג וואס האט גארנישט צו טון מיט די שאלה (און סתם אזוי, דאס אוועק מאכען א רמ"א ווייל זיין מקור אין תשובות בנימין זאב ברענגט א כלבו וואס ער האט נישט געטראפען איז זינלאז און קטנות׳דיג, מילד גערעדט. אז עס נישט קיין כלבו, איז עס א רמ"א, וואס איז שלעכט דערמיט?). די נושא האט ער בכלל נישט בארירט און זיין נגיעה שטראלט ארויס פון יעדער ווארט זיינער.
און דאס איז די נעקסטע נקודה. ער גלויבט אין אזא ׳אינטואיציע׳ אין הלכה וואס בארעכטיגט זיין פארדרייען מקורות פאר זיין שיטה"ק פון גלייכבארעכטונגען. די ׳אינטואיציע׳ איז טאקע מערקבאר אין אסאך תשובות, אבער אין אגרות משה איז עס נישט פארהאנען, אחוץ ווען עס איז אן אפענעם שעת הדחק, אדער פארענטפערען מנהג ישראל, וואס איז נישט קיין אינטואיציע אדער נגיעה, נאר א לעגיטימע מהלך אין פסק קלאר אויסגעשריבען. אין מהרש"ם וועסטו עס נישט טרעפען און אזוי אויך אין נודע ביהודה. ווען מ׳נעמט אראפ די אלע בארעכטונגען וואס ער האט גענומען פאר זיך, האבען זיין תשובות ווייניג מיט וואס זיך צו דעקען.
בקיצור, ער זוכט צו טוישען אנגענומענע הלכה, און זיין הינטערגרטנד איז אלס א דף היומי מגיד שיעור.
ד. זיין בליק אויף די מעלות פון חרדים איז אויך גאנץ קינדעריש און אויבערפלעכליך. פארקויפען ד׳ מינים אין גאס איז נישט קיין יסוד אין חרדישיזם. איך בין נישט קיין קלענערע חרדי ווי סיי וועמען, און איך האב נישט קיין קינדער זכרונות פון שטילע געסער אום שבת נאכמיטאג, אדער גאס כפרות שלאגען. די חסרון פון מאדערן ארטאדאקס איז אז זיי נעמען אידישקייט גאר גאר גרינג. דאס האט נישט מיט די חיצוניות פון שווארצע קליידער אדער מוזיק אין גאס ביי שמחת בית השואבה.
ה. זיין בחירה מעלה פון די מאדערן ארטאדאקס פעלט צו באמערקען די נקודה. בחירה איז נישט אייניג פאר יעדעם. דער יונגערמאן אין ווסמב"ג אדער בארא פארק האט א בחירה צו ער זאל אויפהייבען די קאפ אין מיטן לערנען צו זען ווער איז יעצט אריין געקומען, אדער צו ער זאל רעדען וואס ער דארף נישט. אויף א גרעסערע מדרגה האט איינער נסיונות אויף א פניה אין א מצוה. דאס אז אנדערע האבען בחירה אויף עבו"ז איז נישט קיין מעלה, ווי אויך לגבי שמירת שבת.
ו. די אויספיר אז עס איז א שאד און א שאנדע אז די געזעלשאפט האט אים אויסגעשפיגען, איז גראדע א שטארקע נקודה למחשבה, אבער איך זעי נישט אז די געזעלשאפט איז גענצליך שולדיג. ר׳ ישכר איז א יונגערמאן מיט גרויסע כוחות, אבער ווייניגער ווי ער מיינט און וויל. די אורות זענען גרעסער ווי די כלים. ער וואלט קיינמאל נישט באקומען עפעס א גרויסע פאסטן אין א ציבור וואס פארשטייט עכט צו לערנען, און נאר דאס האט אים געשמעקט. נאר אין דערויסען האט ער דאס געקענט טון.
ז. דאס וואס ער טענה׳ט אז ער איז בעיקר געטריבען דורך א שיטה"ק פון גלייכבארעכטונגען פון פרויען, האט ער בכלל נישט אויפגעוויזען. דאס אז פרויען זענען פטור פון תלמוד תורה איז א דרשה אין פסוק, דאס קען נישט הענגען אויף א קולטור. דאס אז היינט לערנען זיי יא גמרא, איז א שיטה פון הרב סאלאווייציק אבער איך ווער צו נערוועז פון מיין פאון דאס אויסצושרייבען. מיט גלייכבארעכטונגען האט עס נישט

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא