בלאט 1 פון 3

גדולי ישראל מיט סמארטפאנס

נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 11:02 pm
דורך [NAMELESS]
שוין די העכסטע צייט צי עפענען א אשכול פון די אלע חשובע רבנים וואס זענען ריכטיגע סעמפעלס פאר זייערע תלמידים און חסידי וויאזי מקען לעבען אין די היינטיגע וועלט אין זיין ערליך מיט די אלע פראבלעמען אין ניסיונות און זיי באנוצען זיך אליין מיט א סמארטפאן.
האדמו"ר מקארלין איז דא א באקאנטע פיקטשער ווי ער סקראולט אויף א סמארטפאן און עירפארט.
האדמור הליטאי רבי שלום בער סורוצקין איז דא א באקנטא פיקטשער ווי ער טשעקט בחדרי חרדים צי וויסען מהנעשה והנשמע.
האדמו"ר מבעלעד האב איך געזעט מיט א אייפאן (דולה ומשקה קום אריין מיט א קלארע באריכט)
אנדערע וואס האבען סמארטפאנס אין צומאל זענען זיי די אדמינס אויף די קהלה וואטסעפפ גרופעס
האדמו"ר מזלאזיץ איז שטארק טעטיג אויף וואטסעפפ
האדמו"ר מקאמעניץ האב איך געזען אמאל מיט א סמארטפאן
וועמען נאך?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 11:04 pm
דורך ליפא
אב''ד דאבשענא און אדמו''ר מ'פעסט

נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 11:08 pm
דורך שמעון וואלף
שלום עליכם הויכבאשפריצטע (קרעדיט :זעמיל) ראשעקאל, מיר האבן זיך געבענקט נאך אייך. ס'האט זיך געשפירט דא כצאן בלי רועה, ווי א דארף אן א הינט.
וויאזוי איז געווען די וואקאציע?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 11:09 pm
דורך קורקלענד
'בּלעקבּעררי' גייט אריין בגדר סמארט-פאון?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 11:10 pm
דורך רביה''ק זי''ע
י.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 11:35 pm
דורך קאצקע ציקער
האדמור מקרייניץ קיקט אריין אינעם סמארט פאן און קיקט טי ווי ווען ס'איז נויטיג 8-)

נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 11:36 pm
דורך איסר האטלקי
קאצקע ציקער האט געשריבן:האדמור מקרייניץ קיקט אריין אינעם סמארט פאן און קיקט טי ווי ווען ס'איז נויטיג 8-)

נישט אין זיינס, ס'איז דעם גבאי'נס.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 12:07 am
דורך יין שרף
רבי שי טאהאן איז גאר שטארק טעהטיג אויף וואטסאפפ.

הרב שמואל ניימאן האט א שבת גוי צו פאוסטן זיינע שיעורים.. אבער די שאלות אויף אימעיל ענפערט ער אליינס. (שאלה מוז זיין אין אידיש אדער קען מען שיקן א וואוסנאוט אויף אימעיל..)

נשלח: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 12:10 am
דורך יין שרף
בכלל וואלט געווען א געוואלדיגע זאך צו האבן היימישע מורי הוראה און פוסקים אויף אימעיל און וואטסאפפ. אז מען קען צאמשטעלן א ליסטע פון דעם וואלט עס געווען א גרויסע תועלת פאר גאר אסאך אידן.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 1:32 am
דורך ראוונע
רבי יוסף יצחק יעקובזאהן

נשלח: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 1:55 am
דורך לבי ובשרי
אמנן יצחק

Re: גדולי ישראל מיט סמארטפאנס

נשלח: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 1:59 am
דורך יהושע חיים
טאהש'ע דיין פון ב.פ. הגאון ר בנימין לאנדא האט א בלעיקבערי (עכ"פ איך האב עהם געזען עס ארויסנעמען פון טאש אפאר יאר צוריק

נשלח: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 10:36 am
דורך שצם_חנכל
כ״ק אדמו״ר מראצפערט ב״פ שליט״א

נשלח: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 12:08 pm
דורך berlbalaguleh
יהושע חיים האט געשריבן:טאהש'ע דיין פון ב.פ. הגאון ר בנימין לאנדא האט א בלעיקבערי (עכ"פ איך האב עהם געזען עס ארויסנעמען פון טאש אפאר יאר צוריק

א בלעקבעררי איז שוין היינט פארצייטיש. ס'איז שוין כמעט אזוי (גוט) ווי א פליפ-פאון...!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 12:31 pm
דורך מארמאראשער
איינער האט רבי שמואל ניימאןס אימעיל עדרעס ? איז שוין דא א אשכול פון אים ?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:05 pm
דורך ניקולייעב
סאדיגערע רבי זז''ג ( עכ''פ ביי זיין פאטער'ס לויה האט ער נאך געהאט)

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 6:24 pm
דורך [NAMELESS]
א מין טיפשות, כ'ווייס נישט ווער עס האט געעפנט דעם אשכול אבער... עס איז דא א מין מושג פון דער אמת בלייבט אמת און וואו איך האלט מיש זיך נישט אריין, סיי דו און סיי איך ווייסן גאר גוט וואס דער סמארטפאון איז און עס איז א שאד צו שפילן בלינדע קאטשקע און זיך פרייען מיט יעדער איינער וואס טראגט שיפע טאשן וועלכער האט אין זיין באזיץ א סמארטפאון.
א סמארטפאון קען זיין העלפט ארויס מיט קאמיוניקאציע און מיט ביזנעס, אבער א רב אין א שול וואס לעבט אויף וועיזשעס פון די בעלעבאטים אין זיין ביהמ"ד האט נישט וואס צו האבן קיין סמארטפאון און אויב יא האט ער נישט צו זיין קיין רב, (שיין גיי מיר אויסזען ווען דער דיין גייט דיר שיקן א יוטוב לינק וויאזוי מען כשר'ט טעפ ערב פסח...) די רבי'שע מענטאליטעט איז לדאבונינו א מענטאליטעט פון לעקעריי פוילקייט און גאוה, (חלילה נישט צו פוגע זיין אין קיינעם, איך רעד בדרך כלל) דאס נעמט זיך פון דעם וואס זיי לעבן בעיקר פון אלס קליין קינד אן פון יענעמס געלט און טובות און זיי ווערן צוגעוואוינט אז עס קומט זיך זיי אלעס און אז א עושר איז אלעס.
דעריבער, ווען א רב האט א סמארטפאון איז עס נישט ווייל ער האלט אז מען מעג, ער וויל נאר אז איר בעלעבאטים זאלט הנאה האבן פון אים און אים נוצן אלס הכשר אויף אייערע כלים.
אלע ווייסן אז דזשעיקאבסאן איז א לעקער און וויל אטענטשן פון די סאטמארע באמעס וואס דעווענען ביי שיינער, אלע ווייסן אז מאטא פראנק האט אויך ליב די שאבאבניקים מער ווי א פרומער אינגערמאן, אלע ווייסן אויך אז שמואל ניימאן נוצט וואטסעפפ אבער נישט אלע ווייסן אז עס אויף זיין לעפטאפ געסינקט צו איינעמס טעבלעט, נישטא קיין סמארטפאון אינקלאדעט אין זיין וואטסעפעריי, און פאר דער וואס קלעימט אז ער האט געזען טאהשע דיין מיט א בלעקבערי וויל איך בעטן אז ער זאל זיך ווישן די גלעזער אדער טוישן לענזעס...
כ'קען אים פערזענליך, ער איז סקולענע רבי'ס שטעקן ביי טעכנאלאגיע און ער האט נישט קיין בלעקבערי...
הכלל, א רב מיט א סמארטפאון איז א לעקער און נישט קיין רב.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 6:28 pm
דורך יין שרף
מאך זיכער האט געשריבן:א מין טיפשות וכו' וכו' וכו'

Couldn't agree more

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 6:46 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מיין רבי זז"ג האט א סמארטפאון און ער לעבט פון די אייגענע געלט (בדחקות, כפי רצונו). ער גייט נאך געלט פאר זיין כולל, אבער זיין לעבען איז פון זיין (קליינע) אינוועסטמענטס פון יארען צוריק.

גראדע הייבט ער נישט אן צו וויסען וויאזוי מ׳נוצט א סמארטפאון, און ביי אים איז עס נאר א פאון, אבער זיין ווייב קען אים ווייזען זאכען אויף דער אינטרנט, און ער שעמט זיך נישט נאכצוזאגען דערפון.

ועוד, עס איז דא. פיל סבות צו האבען א סמארטפאון און ארום גייען דזשאדזשען מענטשען איז זינלאז. דער דארף מיטהאלטען משפחה אין חו"ל, דער דארף נאכפארשען זאכען און ער וויל נישט קיין קאמפיוטער וואס די קינדער קענען צורירען, דער האט אנדערע נוצען דערפון. עס איז נישט אייניג, און קיינער ווייסט נישט וטאס טוט זיך ביי יענעם.

מאך זיכער מאך זיכער איידער איר רעדט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 6:58 pm
דורך calculator
אלימלך לאווי בן הרה"ק מטאהש האט א סמארטפאון לצורך פרנסה, מען קען נישט פירן קיין ביזנעס אנדערש

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 7:49 pm
דורך פערינא
מער ווי איין פון סאטמארער (רבי אהרן'ס) דיינים האב איך פרעזענליך געזען מיט סמארטפאונס

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 8:21 pm
דורך אגרות צפון
מיין ראש ישיבה זז"ג האט אויך א סמארטפאון

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 8:44 pm
דורך דאכצעכמער
מיר דערציילט א בחור אז ער איז זיך גאגאנגן אינטערוויוען ביי א באקאנטע ראש ישיבה און צו זיין מזל האט טראמפ יר"ה אויספראבירט צו די סיסטעם ארבעט אז אין פאל מ'אינפיטשט אים זאל ער קענען מודיע זיין די גוטע נייעס פארן גאנצן לאנד און דער בחור סמארטפאן האט זיך צעפיפן... דער ראש ישיבה האט נאכנישט עספיעט צו פרעגן: נו! וואס איז דאס? ווען זיין באהאלטענע שיפע טאש האט זיך אויך צעפיפו זיי האבן אפגעמאכט שמור לי ואשמור לך...