בלאט 1 פון 1

עמעזאן Monopoly

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 9:48 am
דורך גראף
איך האלט שוין לאנג אז עס איז צייט צו צוברעכן דער ריז אויף קלענערע קאמפאניס. קיינער טאקע פרעגט מיר נישט אבער איך האב געוואוסט אז עס מוז זיין נאך מענטשן וואס האלטן אזוי ווי מיר. ענדליך הערט מען שוין שטימעס וואס טראגן מער געוויכט פון דער גראף'ס שטימע און אפשר טאקע ווארט פרעזידענט טראמפ זאל מאריך ימים זיין אויף מער מענטשן וואס זאלן שטעלן א ווידערשטאנד קעגן דעם פיראט זשעף בעזאס.

https://nypost.com/2018/10/09/break-up- ... o-america/

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 10:13 am
דורך קורקלענד
לדעתי איז דאס דער עיקר סיבה פארוואס די וואשינגטאן פאסט האסט אזוי טראמפ. איטס אלל אבאוט ביזנעס. ס'איז דא א ערנסטע מלחמה צווישן טראמפ און בעזאס.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 10:31 am
דורך בנימין
איך בין נישט אזוי באקאנט אין די סוגיא, אבער אויבנאויף זעט מיר אויס אז עמעזאן שטייט בעיקר אין וועג פאר די גרויסע קאמפאניס, נישט אזוי ווייט פאר קליינע ביזנעסער. פאקטיש איז עמעזאן נישט ממש נאר א ריוח פאר בעזאס, פילע פריוואטע מענטשן געניסן דערפון דורכ'ן פארקויפן זייערע פראדוקטן דארט. אין אנדערע ווערטער איז עמעזאן באמת א גרויסע הילף פאר גאר אסאך מענטשן, און קליינע ביזנעסער, וואס וואס מאכן דארט פרנסה. נאר די גרויסע ריזיגע טשעין סטארס פארלירן דערפון.
און אויף די גרויסע קאמפאניס איז דאך געווען א גרויסע וויי געשריי לכתחלה אז זיי נעמען צו די פרנסה פון די קלענערע לאקאלע סטארס, מ'האט זיי דאך געגעבן די "קליינע ביזנעס זונטאג" טאג זיי צו ווארפן א ביינדל און בארואיגן, איז געקומען עמעזאן און געמאכט א צד השוה אז ס'זאל זיין זה נהנה וזה נהנה, די פריוואטע מענטשן און די קליינע סטארס זאלן אויך קענען פארקויפן דורך זיי, און ביידע וועלן פארדינען.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 11:08 am
דורך קורקלענד
גיי פרעג די קליינע ביזנעסעס וואס פארקויפן אויף אמאזאן, ווייסט הערן א גאנץ אנדערע געשיכטע. זיי האבן זיך אריינגעשטעלט אלץ די גרעסטע מארקעט און פלאטפארמע אין אמעריקע פאר פראדוקטן, און איינמאל זיי האבן זיך איינגעשטעלט אלץ א מאנאפאל האבן זיי ארויסגעלייגט די אלע קליינע ביזנעסער אויפן גאס.......

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 11:09 am
דורך רביה''ק זי''ע
בנימין האט געשריבן:פילע פריוואטע מענטשן געניסן דערפון דורכ'ן פארקויפן זייערע פראדוקטן דארט. אין אנדערע ווערטער איז עמעזאן באמת א גרויסע הילף פאר גאר אסאך מענטשן, און קליינע ביזנעסער, וואס וואס מאכן דארט פרנסה. נאר די גרויסע ריזיגע טשעין סטארס פארלירן דערפון.


https://www.google.com/search?q=amazon+ ... e&ie=UTF-8

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 11:11 am
דורך רביה''ק זי''ע
[

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 12:23 pm
דורך ברוך בער
כ'האב רעגיסטרירט א דאמעין און אביסל געפירקלט אבער איך קלער אויב די גרויסע נעמען זיך צוזאם מיט א קריעטיוו סאציאלן קאמפיין צו מסביר זיין אז לאנגן טערמין איז עמעזאן נישט אין בעסטן אינטערעס פון קיינעם ווען לייגן דרוק אויף געזעץ געבער צו האלטן דעם מאפיאנער ביזאס אין די ראמען. כ'האב נישט קיין צייט צו טוהן סתם אויפגעסעט פאר פאן, אפשר וועט וואלמארט אינוועסטן אין מיר: http://rejectamazon.com

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:31 pm
דורך קורקלענד
די אמאליגע אפענע אינטערנעט איז היינט קאנטראלירט און מאנאפאלירט דורך א קארטעל פון אפאר מעגא פירמעס וואס קומען זיך זייער גוט אדורך, און ווי ס'שיינט האבן זיי שטילערהייט פארשפראכן איינער פאר די אנדערע נישט צו טרעטן אויף די אנדערע'ס פיס. גוגל האט זיך ארויסגעלאזט פון פראדוקטן, אמאזאן האט זיך נישט אריינגעלאזט אין סוירטש, און די אנדערע האבן געלאזט פעיסבוק האבן זייער חלק, און זינט דאן האבן זיי פיין גע'טייטנ'ט די שרויפן אויף אינטערנעט פרייהייט. קענסט מאכן א וועבסייט קעגן אמאזאן אבער זייט זיכער ס'וועט נישט גרייכן אין ערגעץ............ ס'נישט די זעלבע אינטערנעט פון צעהן יאהר צוריק.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:44 pm
דורך קורקלענד
איינס

צוויי

דריי

פיהר

פינעף

זעקס. דאס האט מיר פערזענליך שטארק פארדראסן.

זיבן

אכט

ניין

ועוד ועוד.........

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 2:07 pm
דורך אישתישבי
אמאזאן איז גרױס נישט נאר אין פארקויפן. טאמער מען צוטיילט זיי, רעדט מען פין אנטיילען די פארקויפן זאכן אויף די מארקעט צו איין ביזנעס, די ווידעאס איינס, די וועב האסטונג נאך איינס וכו'. די צײטונג נאך איינס. דאס אז זיי לאזן קליינע מענטשן מאכן אפאר דאלאר האט גארנישט מיט דער פאקט אז זיי זענען צו גרויס אין צופיל מארקעטס.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 3:31 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קורקלענד האט געשריבן:קענסט מאכן א וועבסייט קעגן אמאזאן אבער זייט זיכער ס'וועט נישט גרייכן אין ערגעץ

?what about walmart

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 4:17 pm
דורך קורקלענד
די ציבור קען זיך נישט פארלאזן אויף די פארנאכלעסיקייט פון איין פירמע אז ס'זאל סערווירן אלס א איינגערעדטע לעזונג פאר א ערנסטע פראבלעם. ס'איז פיהל וויכטיקער אז מערערע זאל האבן אייניגע אפערטוניטי. קען זיין אז וואל-מארט וועט עווענטועל לייגן אמאזאן אין פלאץ, אבער אדערוויילע טוהן זיי זייער א שוואכע ארבעט.

Re: עמעזאן Monopoly

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 9:47 pm
דורך החוקר
ר' @ברוך בער, מאכט זיכער אז דו קענסט נישט זיין אויף צרות אויב דו קומסט ארויף אויף עמעזאן'ס ראדאר.
https://sellercentral.amazon.com/gp/hel ... /200573210?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 11:25 am
דורך ברוך בער
החוקר האט געשריבן:ר' @ברוך בער, מאכט זיכער אז דו קענסט נישט זיין אויף צרות אויב דו קומסט ארויף אויף עמעזאן'ס ראדאר.
https://sellercentral.amazon.com/gp/hel ... /200573210?


נע ברינג איט אן. וואלט געברענגט פאבליסטי פאר א גארנישט. זעסט כ'האב א פראוני אנשטאט די סמיילי, נישט זייער לאגא, וועל מיר זיך שלאגן אין געריכט אויב פעלט אויס.