לך לך מארצך

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

לך לך מארצך

שליחה דורך מיימון »

איך בין אין א דילעמא.

א שטארקע דילעמא. ווילט איר וויסן פארוואס? אט הערט. זייט איך בין געבוירן בין איך אויפגעוואקסן דא אין דעם שטאט וואו איך וואוין. דא בין איך ערצויגן געווארן, דא האב איך זיך געדרייט, איך קען יעדן געסל און שטיינדל, זעלטן בין איך געווען אפילו אין אנדערע אידישע שטעט, נאר באזוכנדיג אמאל אמאל. דא איז מיין פלאץ, דא זענען מיינע נאנטע און באקאנטע פלאצירט, דאס איז דאס.

איך און מיין משפחה זענען שטילע מענטשן און נישט קיין רודערערס. ווען עס זענען ארויסגעקומען די נייע תקנות די לעצטערע יארן האבן א טייל עס גלייך אנגענומען, אבער רוב האבן געברויזט און זיך געקאכט, וואספארא חוצפה איז דאס, ארויפצוצווינגען זאכן אויף מענטשן, וויאזוי קען מען דאס צולאזן. אבער מיט די צייט האבן רוב פון די חברים זיך געבראכן, טייל פון איבערצייגונג אבער מער פון פחד און נישט זיך וועלן איינרייסן מיט די פירער.

די וואס שטייען אונטער דעם לאזן נישט נאך און פירן כסדר א מערכה אויפצוקלערן דעם עולם ווי הארב עס איז ווער עס פאלגט דאס נישט אויס און ווי שעדליך עס איז צו קומען אין בארירונג מיט מענטשן וואס שטעלן זיך נישט צו. "וויאזוי קענען מיר צולאזן אונזערע קינדער זאלן זיך דרייען אינאיינעם מיט זייערע קינדער?" פרעגט איין רעדנער מיט פאטאס, "וואספארא אחריות נעמט אויף זיך א טאטע ווען ער ווייסט אז זיינע קינדער זעען צו ווי מען לאכט זיך אויס אין פנים אריין פון די תורה הקדושה?" וויינט ער. זיי פארפירן און מאכן ענג דאס פלאץ פאר די וואס האלטן זיך נישט ביים לאזן פירן.

א הויפט טענה וואס זיי נוצן כסדר איז "ווער הייסט דיך דא וואוינען? גיי זוך דיר א צווייטן פלאץ", זיי טענה'ן אז דאס פלאץ איז אויפגעשטעלט געווארן און איז מערסטנס באוואוינט מיט מענטשן וואס ווילן האלטן א געוויסע מהלך, און עס שטערט זיי ווען מען פארלעצט זייערע סדרים אין דעם שטאט. "אפילו מענטשליך" טענה'ן זיי, איז יעדער פלאץ ערלויבט צו ארויפלייגן גדרים אויף ווער עס וויל דארט וואוינען, און "אז עס געפעלט דיר נישט גיי זוך דיר א צווייטן פלאץ".

למעשה אבער בין איך א מענטש וואס קען זיך נישט ברענגען צו טון אנדערש ווי איך גלייב. איך קען נישט אננעמען עפעס וואס אנדערע צווינגען ארויף אויף מיר ווען עס איז אנדערש ווי מיינע איבערצייגונגען. פון די אנדערע זייט אבער, וואו זאל איך גיין? גיי, זאגן זיי, אוואו? איך בין פרעמד איבעראל, גיי לערן זיך אויס א נייע שפראך, א נייע קולטור, עס איז שרעקעדיג און פרעמד, און מען קוקט אויף דיר מיט גרויס ווידערווילן, גיי זוך א פלאץ, יענץ געשעפט.

וואספארא רעכט האבן זיי מיר צו פארשיקן פון א פלאץ וואו איך בין געבוירן און אויפגעוואקסן מיין גאנץ לעבן בלויז ווייל איך בין אנדערש פון זיי? צו האב איך שוין נישט קיין שום רעכטן ווייל איך טייטש אויס די תורה אנדערש? אפשר זאל איך זיך יא צושטעלן און פארטיג? אפשר נאר לפנים עד יעבור זעם ביז די עקסטרעמע חברה וועלן אונטערגיין? איך ווייס נישט וואס צו טאן. דאס איז מיין דילעמא.

אה, כ'האב שיער פארגעסן אייך צו פארציילן איבער מיר, איך הייס מאיר אבולעפיה, איך וואוין אין שפאניע, דאס יאר איז רנ"ב.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: לך לך מארצך

שליחה דורך קל וחומר »

גאונות!

אינספירירט דורך רבינו אדנירם ז"ל. (משום חשש פלאגיעריזם...)
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

שוין געהאט אזא גוטע עצה פאר דיר, א שאד די לעצטע שורה....
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך אברך משי »

שלום עליך ר' מאיר אבולעפיה מספרד

כ'שפיר אייער ווייטאג און קלעם אזש דאס הארץ קען צוגיין פון אזא שווערע גורל'דיגע החלטה וואס איר דארפט איצטעט באשליסען. אבער אלס משפחה מיטגליד פון דון מאנועל י. אגולאר און אלס א מורא-האבער פון פארברענט ווערן אויפ'ן אוטא-דא-פע וואלט איך געראטן צו הייבן פיס און אנטלויפען מיט'ן נעקסטען שיף וואס וועט אויסשפרייטן אירע זעגלען און שווימען צו א אנדערע-און-מער-פארזיכערטע יבשה. צו מיין בעדויערן איז קעניג פערדינאנד און זיין פרוי איזאבעלא זעהר אויפגעברויזט לעצטענס אויף דאס יודישע געמיינדע ממש ווי דער טייוול אדער א אנדערע בייזע גייסט איז אריין אין זיי, און זיי האבן געגעבן דעם אויבערהאנט פאר גלח טארקעוועמאדא-שחיק-טמיא אונז צו פייניקען אין די טונקעלע אינקוועזיציע קעלערן מיט די שווערע צוואנגס-מיטלען און פייניגונגס-מאשינען. טא וואס איז נאך דער ספק, אין מיינע אויגן איז גרינגער אנצוהויבן א ניי לעבן ווי פארענדיגן דאס אלטע מיט א מיתה משונה.

ווייטער זיך בעהאלטן עד יעבור זעם, אויף דעם דארפן מיר נאכקוקן און מעיין זיין וואס עס האט געשריבען אונזער גרויסער לערער און וועגווייזער החכם השלם מו' משה בן מיימון זכרונו לברכה אין זיין ספר דאס-שטארקע-האנט וואס איך האב נישט יעצט דא מיט מיר, אבער עס איז גאר א ווינדערבארע ווערק פון פסקי הלכות, און כ'בין זיכער אז ער האט אויך פארצייכענט די כללים ווען א יוד איז פארפליכטעט זיך מוסר נפש צו זיין פאר גאט און פארהייליגן זיין געליבט נאמען. ס'איז שטארק מעגליך אז יעצט ווערט גערעכנט ווי א שעת השמד וואס מען איז פארפליכטעט זיך מוסר נפש צו זיין אפי' אויף א שיכן-בענדל וואס ווערט אנגערופן דורך אונזערע זעליגע פירער "ערקתא דמסאני".

כ'ווייס ר' מאיר אז דער נסיון איז זייער גרויס אבער מיר זענען באשאפן געווארן נאר פאר די איינע ציל צו טאן דעם ווילן פון אונזער באשעפער און מיר מוזן זיך שטארקן אין דיזן שווערע זמנים און טון וואס איז ריכטיג לויט'ן תורה-געבאט און נישט ווערן נאכגעשלעפט נאך אונזערע הרגשים און באקוועמליכקייטן. אונזערע העראישע מעשים וועלן נאך פארצייכענט ווערן אין פינעף הונדרעט יאר ארום אין די יודישע פאלקס מעשה ביכלעך און וועט געלעזט ווערן מיט דארשט ביי די יודישע יוגענט. אלזא לאממיר זיך שטארקען און ביישטיין דער נסיון וואס גאט האט פאר אונז אנגעגרייט. חזק וחזק ונתחזק.
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

ליינענדיג דעם אשכול, שווימט מיר אזוי ארויף אין די געדענקענישן די ביטערע טראגעדיע וועלכע האט באטראפן די איינוואוינער פון גוש קטיף אין יאר תשס''ה לפ''ק.

פון א הומאנעריאיסטישע שטאנדפונט:

די טרויעריגע-בארימטע מדינת ישראל אינסטאנצן, האבן מיטן גרעסטן מאס ברוטלעטעט עוואקואירט שווערע טויזענטער פאמיליעס, טאטעס, מאמעס, פיצליך קינדער, אפילו די טויטע זענען ארויסגעגראבן געווארן פון זייער לאנג-יאריגע קברים, פון א ארט וועלכע זיי האבן אויפגעבויעט מיט בלוט און שווייס, און איבערגעגעבן זייער הייזער און גערטער, בתי מדרשים, און איינריכטונגען וואס זיי האבן אויפגעבויעט דורכאויס די יארן מיט בלוט און שווייס, צו זייער גרעסטע פארהאסטע פיינט, די פארשאלטענע פאלסטינער.

ווער קען דען אפשאצן די ביטערע ווייטאג און צער פון די צובראכענע טייערע פארטריבענע אידישע קינדער. אבן מקיר תזעיק. זאל דער הייליגער באשעפער אויסהיילן זייער צובראכענע הערצער

דאס איז געווען א פארברעך וועלכע דאס אידיש פאלק, און די אלגעמיינע מענטשהייט וועט קיינמאל נישט פארגעבן.

עם ישראל חי, גוש קטיף חי.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

א גוטן. הרב מיימון/ר' מאיר אבולעפיה. איך האב לכתחילה געמיינט אז דו וואוינסט ערגעץ וואו אין א כרך/קראך אין ארענדזש קאונטי. האביך דיר געוואלט געבן אן עצה אז דו זאלסט זיך אויסלערנען צו רעדן ספאניש און פארן צו א סאוטה אמעריקאנער מדינה ווי ארגענטינע אדער אורוגוויי. דארטן וועט דיך קיינער נישט באדערן. אבער לויט ווי דו פארציילסט קענסטו שוין רעדן ספאניש. און דו ווילסט גאר אנטלויפן פון דארט. האביך ליידער נישט קיין עצה פאר דיר. אויסער אז דו זאלסט אנטלויפן קיין טערקיי. און נאכדעים עמיגרירן קיין ארגענטינע. דארט איז הרב עקשטיין שליט"א דער זון פון דעם אריגינעללן רב זצ"ל. ער וועט דיך און דיין משפחה זיכער מקרב זיין. ווען דו וועסט גראדואירן פון זיין ישיבה הק' וועסטו שוין קענען פארן קיין סאטמאר אין ניו יארק...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: לך לך מארצך

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עס זעט אויס אז מ׳דארף דא מסביר זיין.

דער אריגינעלע שרייבער מיינט צו זאגען אז די תקנה מאכערס און וועלטס פארזארגערס אין די היימישע געגענטער פירען זיך אויף און פאאענטפערען זיך אזוי ווי די קריסטן אין יוראפ. די תירוץ וואס מ׳נוצט ביים רודפ׳ן סמארטפאן באנוצערס איז פונקט אזוי גילטיג ביי פערדינאנד. און דארט שעלטסטו אים מיט שחיק טמיא לאזונגען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך אברך משי »

און אביסל האב איך געמיינט צו זאגן טאקע אט דאס, במשך אלע דורות ווערן מאנכע געפייניגט דורך די שטערקערע און גרעסערע, כך הוא דרכו של עולם פון מאדריד ביז וויליאמסבורג און פון מאגענצא ביז מאנראו, וכן הלאה
און הבוחר יבחר אויב ער וויל זיך ווארפען אויפ'ן שייטער הויפן. אויב ער וויל נידערן אין קעלער. אויב ער וויל מופן. וכן הלאה עזה"ד
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

שלום עליכם א איד, מאכט אייך באקוועם. כקען אייך סערווירן א קאווע? וואס? איר טרינקט נישט קאווע? אה איר ווייסט נישט וואס ס'איז? ס'אזא געטראנק וואס פרישט אויף, מטרינקט עס אסאך אין די וועלט היינט, קומט מאכט א ברכה. ...אמן!
יעצט לאמיך אייך עפעס מסביר זיין, איך פארשטיי איר לעבט אין א פארצווייפלטע מצב, ווי קען אייך זאגען וואס צו טוהן אין אזא ביטערע מצב?
אבער ס'איז דא איין זאך וואס איך ווייס און איר ווייסט נישט, און דאס איז אז ס'איז נישט כדאי צו לעבען אחד בפה ואחד בלב. אויב זענט איר מחליט איבערצולאזען די מדינה פארלאזט עס, און אויב זענט איר מחליט אז איר קענט נישט ביישטיין די נסיון, דעמאלטס בלייבט דארט און שטעלט זיך צו.
בשום אופן זאלט איר נישט לעבען אחד בפה ואחד בלב, כסדר אין פחד פון די רעגירונג, כ'זאג אייך סלוינט זיך נישט. כ'האב שוין ליידער געהערט אסאך מעשיות פון היימישע אידען וואס האבן זיך אפגעבריהט פון די אינקוויזיציע, פשוטו כמשמעו. אז איר קענט נישט ביישטיין די נסיון, איז נישט. אבער רעדט אייך נישט איין מ'קען לעבען סיי ווי א קריסט און סיי ווי א איד ווייל סארבעט נישט. מאכט אפ ווי איר שטייט און גייט דערמיט.
דער אייבערשטער זאל העלפען איר זאלט מאכן די ריכטיגע באשלוס
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]
גדליה האט געשריבן:ס'איז נישט כדאי צו לעבען אחד בפה ואחד בלב. אויב זענט איר מחליט איבערצולאזען די מדינה פארלאזט עס, און אויב זענט איר מחליט אז איר קענט נישט ביישטיין די נסיון, דעמאלטס בלייבט דארט און שטעלט זיך צו. בשום אופן זאלט איר נישט לעבען אחד בפה ואחד בלב, כסדר אין פחד פון די רעגירונג, כ'זאג אייך סלוינט זיך נישט. כ'האב שוין ליידער געהערט אסאך מעשיות פון היימישע אידען וואס האבן זיך אפגעבריהט פון די אינקוויזיציע, פשוטו כמשמעו. אז איר קענט נישט ביישטיין די נסיון, איז נישט. אבער רעדט אייך נישט איין מ'קען לעבען סיי ווי א קריסט און סיי ווי א איד ווייל סארבעט נישט. מאכט אפ ווי איר שטייט און גייט דערמיט. דער אייבערשטער זאל העלפען איר זאלט מאכן די ריכטיגע באשלוס


איך האלט פונקט פארקערט. איר זאלט וויסן אז אייער פחד, הרב אבולעפיא, איז אמערסטענס לשווא. איר דארפט נישט זיין אזוי פארצווייפלט. מ'קען זייער גרינג זיך איינארדערן אין א לעבן פון זיין א איד פון אינעווייניג און א קריסט פון אינדערויסן. דו דארפסט פארשטיין אז די אינקוועזיציע זענען נישט עפעס ערליכע קריסטן וואס עס ברענט זיי כבוד יעזוס און א קנאת צבאות אז מ'זאל עכט זיין א קריסט באמונה שלימה. ווילאנג פון אינדערויסן זעט אויס ווי כאילו דו ביסט א קריסטליכע חסיד זענען זיי צופרידן. אויפן גאס זאלסטו און דיין משפחה גיין מיט קריסטליכע בגדים און לאנגע לאקן. דיין ווייב זאל נישט עמטליך דרייווען א פערד אויף די גאסן פון קרית פיטער. אבער אין דיין פריוואטע לעבן קענסטו לעבן וויאזוי דיין הארץ באגערט. איך פארשטיי אז optimally וואלטן מיר געוואלט קענען לעבן אין א וועלט ווי יעדער קען טון וואס זיי ווילן און ווי זיי פארשטייען, אבער מיר זענען אין אן עולם השקר. נעמען די וואנדער שטעקן אין די האנט איז א גרויסע ריזיקע און קען צורייסן און צופליקן מענטשן און משפחות עד דיכדוכא של נפש. עס איז נישט קיין אפציע פאר רובא דרובא. פון די אנדערע זייט, קיינער קען דיך נישט צווינגן צו גלייבן אין יוזל און אין זיינע שטותים. וואס יא? מ'קען זיך באקוועם מאכן די מערסטע וואס שייך און פרובירן צו לעבן א גוטע באשיידנע לעבן אונטער די ראדאר. איך קען כמה וכמה וואס האבן אזוי געטון וטוב להם.

בנוסף לזה איז וויכטיג צו געדענקן די וויכטיגקייט (פאר רוב מענטשן) פון קאמיוניטי און משפחה. ווייז מיר נאך א פלאץ וואו דו וועסט באקומען אזויפיל סופארט ווי דא? ווייז מיר נאך א קהלה וואס טוט אזוי פיל העלפן אירע מיטגלידער ווי די אינקוועזיציע, מיט גרינגע פרנסה (טאקע נאך דעם וואס זיי האבן נישט געגעבן קיין עדזשוקעישאן), חתונה פלענער, גמחים און סתם camaraderie. וואס יא? אויב וואוינסטו טאקע אין קרית פיטער אדער אין איר שוועסטער-שטאט וויליאמצאלונא וואלט איך דיר געראטן אז איר זאלט ארויסמופן צו ווייניגער עקסטרעמע געגנטער וואס זענען אבער נאכאלץ א טייל פון די היימישע קריסטליכע געמיינדע.

נ. ב. דאס אלעס איז געזאגט געווארן אויב אייער ב"ב איז מיט אייך אויף איין פעידזש. אויב זי איז אבער fully מיט די אינקוועזיציע איז שוין אן אנדערע מעשה.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: לך לך מארצך

שליחה דורך אונטער חכם »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס זעט אויס אז מ׳דארף דא מסביר זיין.

דער אריגינעלע שרייבער מיינט צו זאגען אז די תקנה מאכערס און וועלטס פארזארגערס אין די היימישע געגענטער פירען זיך אויף און פאאענטפערען זיך אזוי ווי די קריסטן אין יוראפ. די תירוץ וואס מ׳נוצט ביים רודפ׳ן סמארטפאן באנוצערס איז פונקט אזוי גילטיג ביי פערדינאנד. און דארט שעלטסטו אים מיט שחיק טמיא לאזונגען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

טאקע, איך בין נעכטן געווען אין קרית יואל ביי די גרויסע אויטא דא פע, עס קלינגט מיר נאך אין די אויערן די שרעקליכע קולות פונעם יונגערמאן ווערנדיג פארברענט לעבעדיגערהייט, פארן בלויזן חטא פון זיך נישט וועלן צושטעלן ווער רעדט נאך צוצוקוקן, ווי די וואס זענען נישט גרייט אנצונעמען די רשעות'דיגע רעליגיע דארפן זיך שלעפן וואכן און חדשים, אין די היצן און אין די קעלט, קיין מאנסי נאכן איבערלאזן זייער גאנצער האב און גוטס אין קרית יואל.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

דער אשכול עפענער האט ווארשיינליך גערעדט פון גירוש גוש קטיף...
פארשפארט