בלאט 1 פון 1

כח הצמצום כיצד

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 3:35 pm
דורך קל וחומר
שטעלט אייך פאר אז איין שיינעם טאג קומט אריין אין די נייעס עפעס גאר מערקווערדיג, נעמליך, ארכעאלאגען האבן באוויזן צו לייגן א האנט אויף א בריוו געשריבן דורך משה רבינו זעלבסט! אלעס שטימט, די יארן, די כתב פון יענעם דור, אינטערגעשריבן דורך דער פירער פון די קינדער פון ישראל וכו', בקיצור א הונדערט פראצענטיג אויטענטישע בריוו פון רבינו משה בן עמרם.
עס איז נישט קיין ספק אז דאס וואלט געצויגען אינטערעסע ביי מיליאנען מענטשן איבערן גארער וועלט, ק"ו ביי אידישע אפשטאמיגע, ק"ו בן בנו של ק"ו ביי פרומע אידן וואס היטן און לערנען תורת משה.

איין פראבלעם נאר, די ארכעאלאגען וואס האבן אנטדעקט דעם בריוו ווילן נישט ארויסגיבן איר אינהאלט כדי נישט צו רעדוצירן איר ווערד.
אזויפיל יא, פאר אן אפצאל פון הונדערט טויזנט דאלאר קען מען כאפן א בליק דערויף פאר בלויז פינף מינוט.
ס'איז קיין ספק נישט אז אסאך מענטשן וואלטן געצאלט פאר דעם, נישט נאר גבירים, נאר אויך פשוטע מענטשן וואלטן אוועקגעלייגט זייערע שווערע געהארעוועטע געלטער צו קענען א בליק טוהן אויף דעם היסטארישן אומשאצבארע אוצר, וואס איז נישט סתם נאך א היסטארישע דאקומענט, נאר גאר נאך א בליק אינעם דמות פון דעם גרעסטען ביי כלל ישראל פון א גאנץ נייעם פערספעקטיוו!

האט איר אמאל אריינגעקלערט אז די חומש וואס מיר לערנען פון יונגווייז אן איז אט דאס?
נו, פארוואס זעהט מען נישט אינגעלייט לויפן צום ביהמ"ד צו גיין מעביר סדרה זיין? פארוואס איז עס א גאנצע אפקומעניש צו ענדיגן חומש רש"י יעדע וואך?

עס איז באקאנט אז נאכדעם וואס הג"ר מאיר שפירא זצ"ל האט אפירגעברענגט דעם רעיון הדף יומי האט ער געבעטן דעם אמרי אמת צו אנהייבן לערנען דעם דף און אזוי ארום וועלן די חסידים נאכטוהן, וכך הוה, ס'דערציילן חסידים וואס זענען געווען דערביי אז עס איז געווען בלויז א מינימאלע צאל פון גמרות לעומת בערג פון חסידים, און יעדער האט געוואלט לערנען דעם זעלביגן בלאט, האט מען געמאכט לאנגע שורות וואו חסידים זענען געשטאנען פאר שעות לאנג צו קענען לערנען דעם בלעטל וואס די רבי לערנט.

עס איז דא א באקאנט ווארט פון הג"ר ישראל סאלאנטער זצ"ל אז ווען א מענטש זעצט זיך לערנען א בלאט גמרא זאל ער מצייר זיין ווי דאס איז דאס איינציגסטע בלאט גמרא, און ער האט בלויז נאך איין שעה צו לעבן און אז ער איז דער איינציגסטער מענטש אויף דער וועלט.

די תירוץ אויף אונזער קשיא איז פשוט, עס ווענד זיך אין סופליי ענד דעמענד.
א בלאט גמרא איז אינטערסאנט ווען זי איז שווער צו באקומען, א טעם אין עוה"ז איז אויך נאר אויב זי איז נישט צו אפט. תענוג תמידי אינו תענוג.

וואס יא?
מען דארף זיך אליינס מאכן גרעניצן און קאנטראלירן לויטן געברויך.

עצות למעשה קענט איר שרייבן אין א תגובה.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 4:15 pm
דורך וואלווי
קודם א יסודות'יער רעיון:

ס'דא אן ערענסטע נפק"מ צווישען גשמיות און רוחניות בנוגע סאפליי ענד דימענד, אזוי ווי די רופסט עס.

ביי גשמיות איז דאס הונדערט פראצענט גערעכט. קיינער דארף נישט אייז קריעם 3 מאל א טאג אלס א סעודה, און קיינער איז נישט אינטערסירט וואוינען אין א האטעל אויף וועקעישאן 365 טעג א יאהר, ס'ווערט מאוס ונמאס.

משא"כ, ביי א דבר רוחני איז דאס נישט גילטיג. א גוטע רוחניות'דיגע געפול איז קיינמאל נישט צופול. דאס זעלבע איז אפי' נישט א תורה'דיגע רוחני, למשל ידיעות וכו' וויל מען אייביג וואס מער, און די אינטערעסע וואקסט. חוץ ביי ידיעות וואס זענען ענטערטעינמענט וואס דאס איז א גושמיות'דיגע צייט פארברענגעניש ווערט מען נמאס מיט דער צייט.

נאך דעם נפק"מ קען מען צו קומען צו עצות למעשה:

אז איינער וויל בויען זיין חשק פאר תורה וועט נישט ארבעטען פרינסיפעלס פון סאפליי און דעמענד. די געדאנקען וואס די האסט געברענגט פון פארשטעלן אז דאס איז די איינציגסטע דף גמרא איז סך הכל א התבוננות און עס לעסט נישט אייביג. והא ראי', די התלהבות פון גור'ער חסידים וואס האט אנגעהאלטן אזוי לאנג ווי די התעוררות פון דער בעל דרשן וואס מ'ברענגט לכבוד פתיחת הזמן אין כולל.

וואס ארבעט יא? צו טועם זיין די הנאה אליינס מיט א "מיינדפולנעס" און דעוועלאפן א טעם אין תורה. און וואס מער טעם און קשר מ'וועט האבן מיט לערנען, וועט די אפעטיט וואקסען, אפגעזען פון סאפליי און דימענד. די סיבה איז פשוט ווייל א רוחניות'דיגע הנאה האט נישט א גבול, ס'איז פשוט נישט באגרעניצט, אזוי אויך איז דער רוחניות'דיגער נהנה אויכעט נישט באגרעניצט, אנדערש ווי די גוף מיט גשמיות'דיגע הנאות.

אז א מענטש ארבעט אריין קונה צו זיין א טעם און לערנען, ספעציעל זאכען ווי ס'פארלאנגט זיך מחשבה, אזוי ווי גמ' בעיון, טיעפקייט אין הלכה, אפי' דברי מוסר און חסידות וואס וועקט אויף די קאפ, דארף ער מיט די צייט שוין נישט קיין התבוננות, חכמות און עצות, ווייל ס'ציט עם פון זיך אליינס.
אזא מענטש קען לערנען מתוך צער, מידערהייט, הונגערערהייט, צשטופטערהייט.

דאס דארף מען נישט גלייבען, מ'קען אריינגיין אין ביהמ"ד בזה"ז און זיך אליינס איבערצייגען .

Re: כח הצמצום כיצד

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 4:30 pm
דורך קל וחומר
דו ביסט גערעכט לגבי לערנען א נייע זאך אדער אפילו אן אלטע זאך מיט א נייע מהלך.
איך רעד פון לערנען א זאך וואס מ'קען שוין, אדרבה, דעם רוחניותדיגן הנאה איז נישט גילטיג ביי אלע רוחניותדיגע ספרים, והא ראיה, גאר ווייניג זענען אינטערסירט און חומש רש"י וואס מ'קען שוין פון יוגנט.
משניות וואס מ'קען שוין איז אויך נישט צו אינטערסאנט פאר רוב.
א גמרא וואס מ'האט שוין גוט אדורכגעטוען וועט אויך וועפן די חשק פון דאס איבערלערנען עט סאם פוינט. (איך האב לדוגמא אפאר מסכתות וואס כ'האב גוט אדורכגעאקערט אלס בחור עד דמנח בקופסאי און ס'איבלט מיר צו עפענען יענע גמרות עד היום.)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 5:16 pm
דורך וואלווי
הא גופא איז די תירוץ.

צו ניצען א פויערישע אויסדרוק, חומש רש"י מיט משניות זענען ליידער בארינג, עכ"פ די וועג ווי אזוי מ'לערנט עס.

משניות כידוע איז אסאך data אן סברות מיט קשויות און תירוצים כדרך הגמרא, ממילא שטעלט זיך עס ליידער אויס ווי א דאמירן בעלמא. די זעלבע ביי חומש רש"י אויב מ'לערנט עס נישט גרינטלעך פעלט די עמלות בתורה חלק. נאך מער אפי' ביי דאווענען און תהלים זאגען, ווען איינער איז זיך נוהג צו דאווענען מיט כוונה און אויפ'ן קול, האט ער א טאג טעגליכער געשמאק.
די געדאנק איז א מענטש דארף דעוועלאפן א קשר מיט זיין לימוד התורה, ס'האט נישט צוטוהן מיט דער לימוד אזויפיל ווי ס'האט צוטוהן מיט דער וועג ווי אזוי לערנט, מ'דארף זי קאנעקטען צי דער לימוד, ס'איז אן ענין פון מיינדפולנעס.

מיין פאונט איז אז ביי רוחניות, זייטיגע פעקטארס העלפן אפשר נאר צייטווייליג, און להיפך זיי שאטן אויך נאר צייטווייליג. אנדערש ווי ביי גשמיות, ביי רוחניות איז די עיקר קונה זיין א געשמאק, און פון דארט און ווייטער וויל אלס וואס מער.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 5:57 pm
דורך מיימון
גוט געזאגט וואלווי. מענטשן האבן נישט קיין כח צו זאגן ווערטער אין די וועלט אריין אן קיין שום סיבה בעולם נאר בלויז עפעס א אינטערעסאנטע מצוה פון לימוד התורה אן פארשטיין וואס לייגט זיך ניטאמאל אויפן שכל לפי טעם המצוה למען תשכילו וכו' לדעת את המעשה אשר יעשון. דער גאנצער ענין פון מעביר סדרה זיין איז באמת א פליאה גדולה ועצומה וויאזוי חז"ל האבן א כח אראפצובינדן א איד א שעה צוויי יעדע וואך פאר א זאך וואס האט נישט קיין שום תועלת, עס איז אומקלאר אפילו וואו מען לייגט דאס אריין, איז דאס א ענין פון תפילה? איז דא א מענדעטארי מינימום התחייבות פון לימוד התורה יעדע וואך? דאס ווערט נישט דערמאנט דארט וואו עס שטייט אפילו קורא ק"ש שחרית וערבית, עס שטייט נישט מכח וואספארא שורש חז"ל האבן ארויפגעלייגט דעם חיוב, בפרט בעת וואס חז"ל האבן אסאך זאכן געשניטן משום טירחא דציבורא. למעשה זעט אויס ווי עס האט עפעס געהאט צוטון מיט דעם פארצייטישן סיסטעם פון קריאת התורה ותרגומה. מעגליך אז דאס איז נאר אנצויאגן ווער עס האט פארפאסט די קריאה אין שול אדער הכנה צו קריאת התורה כמ"ש כמה פוסקים ועדיין צ"ע.

למעשה אבער לערנען דארף מען כסדר נייע זאכן. אז דו קענסט שוין חומש מיט רש"י, לערן רמב"ן עס עפנט א נייע וועלט. לערן נאכדעם מיט אברבנאל. עס איז דא אסאך אסאך וואס צו מחדש זיין אין חומש פאר יארן. גמרא נעם א נייעם ראשון אדער אחרון צו באגלייטן די גמרא, קוק עס אן מיט א נייעם פערספעקטיוו. אפשר דאסמאל מיטן בית יוסף און רמב"ם וויאזוי מען נעמט אן להלכה. וכדומה וכדומה. ליידער קוקט אויס ווי אסאך וואס זענען דורכגעגאנגען די ישיבה יארן האבן נישט קיין אנונג וויאזוי צו לערנען א נייע זאך און בלייבן שטעקן דארט ווי זיי זענען געווען אין חדר, מיט דעם זעלבן נאך טעם אויף לימוד התורה ווי דעמאלטס. טעמו וראו כי טוב.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 7:37 pm
דורך קאצקע ציקער
שכוח מיימון מיר וועלן עס פראבירן

קל וחומר וואס פשט פונעם קעפל?

Re: כח הצמצום כיצד

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 7:45 pm
דורך קל וחומר
מיינדפולנעס גייט אהן פונקט אזוי ביי דברים גשמיים, די סיבה פארוואס דו מיינסט אז דאס גייט נאר ביי דברים רוחניים איז וויבאלד אזוי איז עס אין דיפאולט אין אונזער רעליגיע.
בעש"ט חידוש איז טאקע דאס אז ענינים גשמיים האבן אויך מיינדפולנעס פון רעליגיע אויס.

להבדיל איז דא א געוויסע אלטע שבט אין אפריקע וואס לויט זייער רעליגיע איז א גרויס עניין צו מוז"ל זיין אינעם טייך, דאס ברענגט גרויסע השפעות לויט ווי זייערע רעליגיע זאגט. און עס איז ביי זיי א דבר קדוש וואס איז ביי אונז אן עבירה.

עכ"פ, צוריק צום עניין, מיין געדאנק איז מער געווען אין די קאנטראסט פון הונדערט יאר צוריק ביז היינט סיי אין רוחניות און סיי בגשמיות האט מען דעמאלט געהאט מער נאטירליכע מיינדפולנעס ווי דו רופסט עס, און היינט איז שוין נישט דא דעם שמחה צום בלאט גמרא, צום נועם אלימלך, צום סידורו של שבת וכו' פארוואס? מיין השערה איז וויבאלד ס'איז דא אזא שפע פון ספרים פאר יעדעם האט דאס שוין נישט אזא ווערד. די זעלבע לגבי חכמות חיצוניות, איך דענק ווען איך פלעג ליינען יפה בעתו פאר צוואנציג יא צוריק, איז עס געווען סאך מער אינטערסאנט און געשמאק ווי אנדערע סאך חשוב'ערע ידיעות וואס איך ליין היינט צוטאגס אויפן געוועב אדער אין א בוך.
וכן לכל עניני עוה"ז מצד ריבוי השפע נתמעט תענוג והרגשת הנפש שבדבר.

קען איינער רילעיטן צו דעם אדער קול קורא במדבר?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 7:51 pm
דורך אישתישבי
מיימון
שמו"ת איז מען זאל לערנען, די פראבלעם וויאזוי עס איז אסימילירט געווארן צו זאגען תרגום וואס לייגט גאר ווייניג צו צום פשט. עס וואלט געווען מער אריגינעל ווען מען דארף ווען זאגען שנים מקרא ואחד אידיש. וכך אני נוהג. עס האט אן אנדערע טעם.

Re: כח הצמצום כיצד

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 8:13 pm
דורך קל וחומר
קאצקע ציקער האט געשריבן:שכוח מיימון מיר וועלן עס פראבירן

קל וחומר וואס פשט פונעם קעפל?
ליין סוף פון מיין פתיחה.