בלאט 1 פון 1

פארוואס איז דער בלאט האלב פרייז אין קענעדע?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 4:33 pm
דורך [NAMELESS]
אז מ'קוקט אויף די פרייזן פון דער בלאט זעהט מען אז אין נ''י קאסט עס 3 דאללער, און אין קענעדע 2 קאנעדישע דאללער, וואס קומט אויס בערך 1.50 אמעריקאנע געלט. וואס איז פשט אז דער בלאט פארקויפט זיך פאר האלב פרייז פון די פרייז אין נ''י ווי ס'ווערט געדריקט?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 4:36 pm
דורך [NAMELESS]
אויך אויב איינער קען מסביר זיין וויפיל דער בלאט קאסט אין ארגענטינע. ס'שטייט "4.00", אבער נישט וואסערע מין געלט. 4 פּעסאו איז בערך 11 אמעריקאנע סענט.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 4:40 pm
דורך קאך_לעפל
וואס איז דאס דער בלאט? עפעס ווי דער וועקער?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 7:52 pm
דורך איסר האטלקי
קאך_לעפל האט געשריבן:וואס איז דאס דער בלאט? עפעס ווי דער וועקער?

עטליכע שרייבערס וואס זייערע ארטיקלן זענען נישט אנגענומען געווארן אין די וועקער האבן געעפנט אליין.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 7:57 pm
דורך berlbalaguleh
חת"ם סופר: איבער דיין פתיחת האשכול, מייניך אז דו ביסט נישט גערעכט. ווייל דער קענעדישער דאללאר איז ..."פרי פלאוטינג". און ביים יעצטיגן מאמענט איז ער ווערט מער ווי דער אמעריקאנער דאללער...!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 8:00 pm
דורך berlbalaguleh
חתם סופר האט געשריבן:אויך אויב איינער קען מסביר זיין וויפיל דער בלאט קאסט אין ארגענטינע. ס'שטייט "4.00", אבער נישט וואסערע מין געלט. 4 פּעסאו איז בערך 11 אמעריקאנע סענט.

חת"ם סופר: די פעסא/ס איז די וואלוטע פון די שכינות'דיגע מדינה אורוגוויי. וואס איז טאקע נישט ווערט מער ווי א שטיקל אשר יצר פאפיר. אבער די ארגענטינער פעסא (אדער פעסעטא) איז גאנץ א גוטע ווערטפולע מטבע...!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 8:42 pm
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:חת"ם סופר: איבער דיין פתיחת האשכול, מייניך אז דו ביסט נישט גערעכט. ווייל דער קענעדישער דאללאר איז ..."פרי פלאוטינג". און ביים יעצטיגן מאמענט איז ער ווערט מער ווי דער אמעריקאנער דאללער...!

כ'ווייס נישט פון ווי די נעמסט דיין אינפארמעישן. גוגל זאגט אז א קאנעדישע דאללער איז ווערד 77 סענט. אין די לעצטע 5 יאר איז עס קיינמאל נישט געווען מער ווי א אמעריקאנע דאללער.

קוד: וועל אויס אלע

1 Canadian Dollar equals
0.77 United States Dollar

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 8:43 pm
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:אויך אויב איינער קען מסביר זיין וויפיל דער בלאט קאסט אין ארגענטינע. ס'שטייט "4.00", אבער נישט וואסערע מין געלט. 4 פּעסאו איז בערך 11 אמעריקאנע סענט.

חת"ם סופר: די פעסא/ס איז די וואלוטע פון די שכינות'דיגע מדינה אורוגוויי. וואס איז טאקע נישט ווערט מער ווי א שטיקל אשר יצר פאפיר. אבער די ארגענטינער פעסא (אדער פעסעטא) איז גאנץ א גוטע ווערטפולע מטבע...!

נאכאמאל, כ'ווייס נישט פון ווי די די נעמסט דיין אינפארמעישן. לויט גוגל אין א ארגענטינע פעסאו ווערד ווייניגער פון דריי סענט אין אמעריקא.

קוד: וועל אויס אלע

1 Argentine Peso equals
0.027 United States Dollar

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 11:09 pm
דורך berlbalaguleh
חת"ם סופר: איך האב טאקע נישט אפדעיעטד מיין אינפארמעישן מיט די לעצטע נייעס. אויב אזוי איז טאקע שווער א קשיא...!

פארוואס איז דער בלאט האלב פרייז אין קענעדע?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2018 2:53 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
נישט געכאפט ביז היינט, גיימער מאפען קיין קענדע

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2018 2:35 pm
דורך אישתישבי
בעסער קיין ארגענטינע

Re: פארוואס איז דער בלאט האלב פרייז אין קענעדע?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 7:50 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
די בלאט קאסט ביליגער אין קענאדא ווייל זיי באקומען עס א וואך שפעט די לעפט אויווער.

אין דערנאך אויב סאיז נאך דא פארט עס קיין ארגעטינע!