רייזעס מיטן בעל שם טוב אין די לאנגע ווינטער מוצאי שבת:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

[justify]דער זון ווענדעט זיך שוין מיט האסטיגע טריט צום מערב ריכטונג פונעם הימל, און דער פייער-רויטער זון אונטערגאנג-הימל צייגט דייטליך אז דער הייליגער שבת קומט שוין אט אט צו איר ענדע. די אידן פון מעזשעבוזש איילן זיך מיט שנעלע טריט אין שוהל אריין, חלילה נישט צו פארפאסן די שפעטע שבת מיטאג מנחה.
רבי ישראל בעל שם טוב שטייט שוין אויף זיין באשטומטער ארט אין בית המדרש, ווען אן ערענסטע מינע איז אויסגעגאסן אויף זיין הייליגער געזוכט, מ'זעט באשיינפערליך ווי דער הייליגער צדיק שוועבט אצינד אין די העכערע ספערן, און זיין גייסטרייכער נשמה איז פולשטענדיג אנגעבינדן אין די פארבארגענע וועלטן, וועלטן פון וועלכע מיר פארמאגן גארנישט קיין באגריף.
אט קומט שוין צו גיין דער גרייז-גרויער זקן רבי וואלף קיצעס, ער איז טיף פארזינקן אין א טיפער חסידישע דיסקוסיע מיט זיין לאנג-יעריגער בוזעם-פריינד רבי דוד לייקעס. רבי יעקב יוסף דער זאגער פון פולנאה פארנעמט שוין זיין באשטומטער זיך ארט אויף מזרח, און רבי צבי סופר גארטלט זיך שוין אן מיט זיין ברייטען ווייסן גארטל, און רבי נחמן פון הארדענקא ציעט אריין א טיפער שמעק טאביק אזש ס'קיצעלט אים שוין די נאז, רבי בערל דער מגיד פון מעזריטש פארענדיגט אקוראשט זיי טעגליכער תהילים קוואטע, מיטאמאל שרייט דער הייליגער בעל שם טוב אויס וידבר...און דער באשטומטער ש''ץ רבי יעקב קאפל פון ליקאוו טרעט ספאנטאן צו צום עמוד, און מ'שטעלט זיך דאווענען מנחה מיט גרויס מענדעטאַציע.
מ'פאר ענדיגט שוין מנחה, דער בעל שם טוב זעלבסט האט אקוראשט פארענדיגט דעם לעצטן קדיש יתום, און דער עולם וואשט זיך צו שלוש סעודות. א שטאקיגע געהיימפולער פינסטערנישט באהערשט דאס קליין בית מדרש'ל, אזש קיין שטראל פון מאטריאליסטישע ליכטיקייט שפראצט נישט אריין. דער עולם זיצט שטיל און געשפאנט אויף די באשטומטע ערטער, און קיינער וואגט זיך נישט ארויס קיין ווארט פון מויל, דאס הייליקייט פונעם מאמענט שפירט זיך גאר שטארק אין די לופט. דער עולם ברימט זיך שטיל אונטער די הייליגע מענדעטאַציע לידער פון שלוש סעודות, און דער רבי דער בעל שם איז ווי זיין שטייגער אין גאנצן באהאפטן צו די העכערע ספערעס... אט הייבט דער בעל שם טוב אן צו זאגן הימעלישע תורה אויף זיין איינגארטיגן שטייגער, און דער עולם לייגט פארזיכטיג צו די אויערן חלילה נישט צו פארפאסן אפילו קיין איין איינציג ווארט פון זייער הייליגן רבי'ן.
מ'בענטש ברכות המזון און מ'דאווענט אפ מעריב, און דער הייליגער בעל שם טוב מאכט הבדלה מיט הויכע יחודים ווי זיין שטייגער, דאן זינגט רבי יעקב קאפל פאר דעם המבדיל מיט גרויס געפיל, און דער עולם צוגייט זיך מיט געהויבענע געמיטער. אבער נישט אויף צו לאנג...א קנאפע שטונדע נאך הבדלה איז דער עולם שוין צוריק פארזאמלט אין בית המדרש צו מלווה מלכה.
איי איי איי א מלוה מלכה אינאיינעם מיטן הייליגן רבי'ן דער בעל שם טוב... ווער קען דען דאס שילדערן, די דערהויבנקייטן פון די דאזיגע הייליגע גייסטרייכע מאמענטן... אוי... נאסטאלאגיע...
די תלמידים וואשן זיך צו פרישע בילקעס, וועלכע ווערן אראפגעווישט מיט עטליכע עקן געזאלצענע הערינג, די גראנדיעזע פלעשער מעיד ווערן בליץ שנעל אויסגעליידיגט, מ'ווינטש זיך לחיים מיט פרייליכע הערצער, די הייליגע מיסטיריעזע געשיכטעס וואס דער בעל שם טוב פארציילט ברענגט אריין אין די צוהערער א טיפע נאסטאלאגיע און בענקשאפט צום ליכטיגן אמאל, מ'זינגט און מ'טאנצט מיט גרויס דערהויבנקייט ביז אין די שפעטע נאכט שטונדן. ערשט ווען מ'הערט שוין דעם פרי-מארגן האן קרייען קו-קו-רי-קו... צוגייען זיך די אנוועזנדע מיט גאר געהויבענע געמיטער.
אבער נישט די בעל שם טוב מיט זיינע גאר נאנטע תלמידים... ביי זיי הייבט זיך ערשט די נאכט אן.
דוד...ווענדט זיך דער בעל שם טוב צו זיין נאנטער תלמיד רבי דוד לייקעס, גיי זאפארט רופן אלעקסיי. דער אלעקסיי איז געווען דער לעגאנדארער בעל העגלה פונעם הייליגן בעל שם טוב, ער האט געהאט זיין באשטומטע אויפגאבע צו פירן דעם הייליגן בעל שם טוב אויף זיינע אונטערערדישע געהיימפולע רייזעס איבער די קיטובער בערג...רייזעס וועלכע זענען געווען איינגעהילט אין מיסטיריע. אט קומט דער האלב אנגעטרינקענער אלעקסיי צו גיין מיט זיינע גראבע רוסישע שטיוול, דאא ראבין, זאגט ער מיט א אונטערטעניקטע שטומע. אלעקסיי, שפאן זאפארט איין דעם וואגן מיר לאזן זיך שוין ארויס אויף א אויסנאמליכער לאנגע רייזע, זאגט אים דער הייליגער בעל שם טוב. אלעקסיי איז געווען גוט מושטירט נישט צו פרעגן די ענדגילטיגע דעסטענאציע פון די רייזע. ער שפאנט גלייך איין דעם וואגן, און דער בעל שם טוב מיט זיינע באגלייטער פארנעמען זייערע ערטער אויפן וואגן. און ווען דער עולם איז שוין פולקאם גרייט, גיבט אלעקסיי א געזונטער שמיץ פארן פערד, און היידא...דער פערד הייבט באלד אן צו לויפן אין א ווילדער גאלאפ איבער בערג און טאלן. אלעקסיי זעהט באלד ווי זיין לאנג-יאריגער עקספערטיז אלס א בעל העגלה איז דא אינגאנצן נישט וויכטיג, ווארום ס'האט אויסגעזען ווי די פערד זעלבסט ווייסן גענוי זייער דירעקציע. אלענפאלס, ער הילט זיך באלד איין אין זיין פויערישער מאנטל, ער מאכט זיך צו רעכט די וואנצן מיטן קוטשמע זיינעם, און זינקט באלד איין אין טיפען פויערישער שלאף מיט די באגלייטונג פון הויכע כראפערייען, אזש די הערשן און די שאקאלן מאכן באלד פריי דעם וועג פאר שרעק.
הנה מה טוב ומה נעים ברודער.....שבת אחים גם יחיד ברודער.... הערט זיך א הארציגער געזאנג פונעם וואגן...
די רייזענדער פארברענגן גוטמיטיג אינאיינעם, ס'איז א שטאק טינקעלע קאלטער ווינטער נאכט, און פראסטיגער רעגן שמייסט אין פנים, ס'פילט זיך ווי דער וואגן שוועבט ווירקליך אין די לופטן. דער בעל שם טוב זעלבסט זיצט אויף זיין ארט אין גאנצן אריינגעטאן אין זיינע הויכע געדאנקן, ווען כמארעס פון רויעך גייען נאכאנאנד פון זיין לאנגען לילקע ציבעך...די רייזענדער וואגן זיך נישט צו שטערן זייער הייליגען רבי פון זיינע טיפע געדאנקן... נאך א לאנגע אויסגעמאטערע רייזע איז מען ענדליך אנגעקומען קיין.......
יעדע וואך ערגץ אנדערש וואו.....
ס'וואלט ווען געווען א פאסיגער איינפיר, אז אין די קומענדיגע לאנגע ווינטער מוצאי שבתים...מיט צו נעמען די קינדער אויף אזא בעל שם טוב רייזע, יעדע וואך צו א באזונדערע דעסטענאציע...
סתם א גוטער געדאנק....[/justify]

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
גוט וואך! גוט וואך!
דא רעדט כאלעקסיי, באלשעמטאפ'ס באלעגאלע.
אונז זעמיר יעצט צוויי מייל העכערען ערד קוגעל.
אין פופצן מינוט לאנדען מיר אין זאבליטוב.
כאפט אייך אן און לעשט אויס די לולקע ציבעכס.
הייסע בארשט וועט ווערן סערווירט דורך ר' דוד לייקעס און ר' קאפיל חסיד

"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
Re: רייזעס מיטן בעל שם טוב אין די לאנגע ווינטער מוצאי שבת:
דער רבי האט זיך אפגעשטעלט ביי מאשקע'ן אין קרעטשמע און ווארט אויף דער פריץ דער משומד זאל קומען.
און דער זעלבע צייט שטייט דער גלח און לאזט נישט עס צו מיט זיינע כוחות הטומאה. אזדערווייל זעהט מען פלוצלינג אינדרויסן א שווארצע קאץ וואס איז פון יענע וד''ל.
נו פירט אויס
Sent from my SM-G950U using Tapatalk

- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
א מקשה לילד איז אין די אנדערע צימער
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: רייזעס מיטן בעל שם טוב אין די לאנגע ווינטער מוצאי שבת:
איך וויל נאר מעורר זיין, אז דאווענען שפעט מנחה שבת נאכמיטאג איז א נייעם ערשיינונג. איידער די עלעקטער עפאכע, האט מען זיך געמוזט שטעלען דאווענען פרי, פאר די שקיעה. פשוט צו קענען ליינען פון די ס"ת. מ׳האט נישט געהאט אזעלכע גרויסע ליכט, און דעריבער איז שלש סעודות צייט געווען טינקעל. נאר איין מאל א יאר, לכבוד יוכ"פ, האט מען געמאכט גרויסע ליכט וואס וועלען ברענען ביז נעילה צייט, א גאנצע מעת לעת.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
גדליה האט געשריבן:א מקשה לילד איז אין די אנדערע צימער
גדליה: נו, זיי ממשיך...און דער בעשטה"ק האט געהייסן פאר 2 פון זיינע חשוב'ס'טע תלמידים ר' וואלף קיצעס און ר' הערש סופר אז זיי זאללן ארויספיהרן א קאוטש/סאפא וואס איז דארט געשטאנען. אדורך א שמאללן פענסטער. די תלמידים האבן זיך תיכף גענומען צו די ארבעט. זיי האבן זיך שטארק געפלאגט. און ווען זיי האבן געענדיגט ארויסצוטראגן די סאפא, איז מען געקומען צו לויפן מיט די גוטע בשורה א די מקשה לילד האט געבוירן א בן זכר...!
Based on a true story...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
וואלווי האט געשריבן:והנה, די געווירצן האבן אויסגעוועפט, אין די חבריא האבן זיך געטראפן א יעדער איינער למעשה ביי זיך אינדערהיים גאר, זונטאג מיטאג...
וואלווי: ייש"כ. דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער אז איך האב מיך געטראפן פליען אינגאנצן צו די אנדערע עק פון מיין ליווינג רום. אנע ארייננעמען די רויעך פון די לילקע ציבאך...איך האב מיך תיכף אויפגעוועקט. און געשפירט אז איך האב מיך גוט צוקלאפט...!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
[justify]א שטיקל איבערבליק איבער די וואונדערליכער לעבנס-שאפן פון דעם מיסטריעזען אלעקסיי, דער לעגאנדארער בעל העגלה פונעם הייליגן בעל שם טוב:
אלעקסיי איז געבוירן ווארשיינליך אין די אנהייב פונעם 17 יאר הונדרעט, אנגעבליך צו זיין פאטער איוואן דער גרויזאמער און זיין צו מוטער נאַדעזשדאַ די מכשפה, אין א קליין שטעטעל נישט ווייט פונעם שטורעמישער דניעסטער, עטוואס מער נענטער צום וואלגא, אינעם מיקולאייב-באצירק. דער יונגער אלעקסיי איז אין זיין יוגענט געווען גאר אן ענערגעטישער יונג, דער שטאטישער שמייליגער האט געהאט אן אויסטערלישער שווערער פעלד מיט אים איטליכער זונטאג אינעם דארפישער קירכע. ווארום אלעקסיי האט נישט געהאט קיין געדולד צו די שמייליגע פרעפלערייען פונעם גלח, און אנשטאט איינצוזיצן אויף זיין ארט אינעם קירכע, און זיך נאכאנאנד צלמענען יעדעס מאל דער גלח דערמאנט מיט ערפורכט דעם נאמען פונעם געקרייצטן, איז ער ענדערש נאכגעלאפן די שווארצע הונט אין הויף און געשלעפט די שוואנצן פון די שוויינען, אזא סארט באגאבונד איז דער יונגער אלעקסיי געווען.
אלעקסיי איז גענוי ווי אלע אנדערע קינדער אינעם דארף געווען א פולשטענדיגער אלפאבעט, אזש ער האט אפילו דעם נאמען זיינעם נישט געקענט רעכט אונטערשרייבן. אזוי פול האט דער יונגער אלעקסיי יא געוויסט צו זאגן, אז די אידן האבן געקרייצט יעזעס, און זיי נוצן קריסטליך בלוט פאר די מצות. פון דעם איז מער ווייניגער באשטאנען זיין גאנצער אינטעלעקציע, זיין שטרויענער קאפ האט ווארשיינליך נישט פארנומען מער פון דאס. אלעקסיי האט מיט אויסטערלישע געטריישאפט זיך צוגעהאלטן צו זיין טויזענט יאריגער פאמיליע טראדיציע פון שיכורן אויפן א מאסנשטאבליכער פארנעם, גענוי ווי זיינע זיידעס האבן זיך געפירט אלע גענעראציעס, אזש מ'האט אים קיינמאל נישט געזען גיין אין קיין גלייכע ליניע. און אויב איז די וועטשערע איז חלילה נישט געווען גענצליך לויט זיין פויערישער געשמאק, האט זיין מוטער דער מכשפה ע''ה, אריינגעכאפט פון אים א טוץ פון גראבע רוסישע שעלטערייען, און די באגלייטונג פון גוטע געזונטע שלעק פונעם האלצענעם לאקשן ברעט, אזש זי האט זיך פול מאל געטראפן ליגן א פארוואודערטע אין א קאלודשע בלוט. בלויז ווייל די חזיר ווארשטליך זענען נישט געווען גענוג אויסגעפרעגלט, אדער דער בארשט איז נישט געווען גענוג באשמאלצן. דער מוטער זיינער האט געהאט מיט דעם פארזעעניש אלעקסיי יענעם חיים טובים...
נאכן פארגעוואלדיגונגן א האלבער שטאט, האט אלעקסיי ענדליך געטראפן די ליבע פון זיין לעבן, זי האט געהייסן לעטישע צו האט פארמאגט גראדע ברוינע לאקן, און אזעלכע פעך שווארצע פייערדיגע אויגן, וועלכע האבן אין די טונקלקייט פון די נאכט געשיינט ווי די אויגן פון די נאכט פויגל. זי איז געווען א ניכטע פונעם גיבערנאטור פונעם שטאט. און אלעקסיי האט געברויכט צו שפייזן זיין געזונדל דערפאר האט ער זיך פארדינגען אלס א בעל העגלה ביים הייליגען בעל שם טוב. ווי ס'איז מקובל ביי חסידים, האט דער הייליגער נאבעלער באנעמונג פונעם בעל שם טוב מיט זיינע תלמידים שטארק באייפלוסט אלעקסיי, אזש ער האט זיך מיט די צייט דערארבן גאנץ א גוטען נאמען, און זיך אנגעפאנגן אויפצופירן גאנץ לייטיש...זי''ע דער נישכיזער איז געווען א גוטער איד. א גוטע וואך.[/justify]
אלעקסיי איז געבוירן ווארשיינליך אין די אנהייב פונעם 17 יאר הונדרעט, אנגעבליך צו זיין פאטער איוואן דער גרויזאמער און זיין צו מוטער נאַדעזשדאַ די מכשפה, אין א קליין שטעטעל נישט ווייט פונעם שטורעמישער דניעסטער, עטוואס מער נענטער צום וואלגא, אינעם מיקולאייב-באצירק. דער יונגער אלעקסיי איז אין זיין יוגענט געווען גאר אן ענערגעטישער יונג, דער שטאטישער שמייליגער האט געהאט אן אויסטערלישער שווערער פעלד מיט אים איטליכער זונטאג אינעם דארפישער קירכע. ווארום אלעקסיי האט נישט געהאט קיין געדולד צו די שמייליגע פרעפלערייען פונעם גלח, און אנשטאט איינצוזיצן אויף זיין ארט אינעם קירכע, און זיך נאכאנאנד צלמענען יעדעס מאל דער גלח דערמאנט מיט ערפורכט דעם נאמען פונעם געקרייצטן, איז ער ענדערש נאכגעלאפן די שווארצע הונט אין הויף און געשלעפט די שוואנצן פון די שוויינען, אזא סארט באגאבונד איז דער יונגער אלעקסיי געווען.
אלעקסיי איז גענוי ווי אלע אנדערע קינדער אינעם דארף געווען א פולשטענדיגער אלפאבעט, אזש ער האט אפילו דעם נאמען זיינעם נישט געקענט רעכט אונטערשרייבן. אזוי פול האט דער יונגער אלעקסיי יא געוויסט צו זאגן, אז די אידן האבן געקרייצט יעזעס, און זיי נוצן קריסטליך בלוט פאר די מצות. פון דעם איז מער ווייניגער באשטאנען זיין גאנצער אינטעלעקציע, זיין שטרויענער קאפ האט ווארשיינליך נישט פארנומען מער פון דאס. אלעקסיי האט מיט אויסטערלישע געטריישאפט זיך צוגעהאלטן צו זיין טויזענט יאריגער פאמיליע טראדיציע פון שיכורן אויפן א מאסנשטאבליכער פארנעם, גענוי ווי זיינע זיידעס האבן זיך געפירט אלע גענעראציעס, אזש מ'האט אים קיינמאל נישט געזען גיין אין קיין גלייכע ליניע. און אויב איז די וועטשערע איז חלילה נישט געווען גענצליך לויט זיין פויערישער געשמאק, האט זיין מוטער דער מכשפה ע''ה, אריינגעכאפט פון אים א טוץ פון גראבע רוסישע שעלטערייען, און די באגלייטונג פון גוטע געזונטע שלעק פונעם האלצענעם לאקשן ברעט, אזש זי האט זיך פול מאל געטראפן ליגן א פארוואודערטע אין א קאלודשע בלוט. בלויז ווייל די חזיר ווארשטליך זענען נישט געווען גענוג אויסגעפרעגלט, אדער דער בארשט איז נישט געווען גענוג באשמאלצן. דער מוטער זיינער האט געהאט מיט דעם פארזעעניש אלעקסיי יענעם חיים טובים...
נאכן פארגעוואלדיגונגן א האלבער שטאט, האט אלעקסיי ענדליך געטראפן די ליבע פון זיין לעבן, זי האט געהייסן לעטישע צו האט פארמאגט גראדע ברוינע לאקן, און אזעלכע פעך שווארצע פייערדיגע אויגן, וועלכע האבן אין די טונקלקייט פון די נאכט געשיינט ווי די אויגן פון די נאכט פויגל. זי איז געווען א ניכטע פונעם גיבערנאטור פונעם שטאט. און אלעקסיי האט געברויכט צו שפייזן זיין געזונדל דערפאר האט ער זיך פארדינגען אלס א בעל העגלה ביים הייליגען בעל שם טוב. ווי ס'איז מקובל ביי חסידים, האט דער הייליגער נאבעלער באנעמונג פונעם בעל שם טוב מיט זיינע תלמידים שטארק באייפלוסט אלעקסיי, אזש ער האט זיך מיט די צייט דערארבן גאנץ א גוטען נאמען, און זיך אנגעפאנגן אויפצופירן גאנץ לייטיש...זי''ע דער נישכיזער איז געווען א גוטער איד. א גוטע וואך.[/justify]
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קאך לעפל: ייש"כ. ווען די לולקע ציבאך (און די סחורה וואס דו האסט דארטן אריינגעלייגט) וועט זיין אינגאנצן פאררייכערט, קענסטו זיך א ביסל אפרוען. און נאכאמאל אנפיללן די לולקע און פריש פאררייכערן. ספעציעל לכבוד מוצאי שבת. ווייל דיינע זיכרונות זענען עפעס וואנדערליך ווען דו פאררייכערסט דיין לולקע ציבאך...(נישט, ח"ו די פיפקע טאבאק.)...!