בלאט 1 פון 2

ווי אזוי קען מען זיך דערהאלטן?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 7:58 pm
דורך גדליה
צדיקים שרייבען שוין טויזענטע יארען פון די שרעקליכע חבלי משיח, אנדערע צדיקים זאגען אז די מלחמה וועט זיין ברוחניות. מזעהט בחוש אז ס'איז טאקע אזוי.
ווי מען גייט און וויא מען שטייט זעהט מען עהרליכע אידען דראפען זיך אויף די גראדע ווענט. דא פאלט איינע אוועק און ווערט א משומדת ר"ל, דארט געפינט זיך א זוהן פון א גרויסע רבי א הייליגע צדיק, נעבעך אוועקגעפאלען צו די קליפות.
איך שפיר ווי איך דראפעווע מיך און איך האלט ביים פאלען. איך וויל מזאל מיר זיך דא צאמנעמען און מטכס עצה זיין ווי דערהאלט מען זיך ביי אידישקייט אין די ביטערע נסיונות?
איך וויל אנהייבן מיט א קליינע סגולה, מזאל זאגען יעדען טאג די גאנצע פרשה פון הוצאת שם רע, ביז ופרשו השמלה וכו', צופרי און ביינאכט.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 8:11 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
אן אנדערע אויסגעפריווטע מהלך איז אויפגעבען דאס געדראפעוועטאכטס, נעמען צוויי פלאש באמבעס, און זיך אויפרייסען און פלאמען ביי א סטענדער און פארענט פון ראדני אדער הופפער.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 8:48 pm
דורך מיימון
אן אנדערע, אביסל ענליכע שאלה: וויאזוי קען מען זיך דערהאלטן אין די לאנגע פינסטערע ווינטער נעכט. ריפרעשט קאווע שטיבל, גארנישט צוגעקומען (פון 3 שעה צוריק..) טוויטער, שוין אויסגעדראשן. געקוקט דא דארט, אלעס וועפט. אינדרויסן איז קאלט און טונקל. אינעווייניג איז אויסגעלאשן, נאר א דינטשיגער געשריי רייסט זיך ארויס פון די טיפענישן אריין אין חלל אריין..

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 9:16 pm
דורך קאצקע ציקער
מיימון האט געשריבן:אן אנדערע, אביסל ענליכע שאלה: וויאזוי קען מען זיך דערהאלטן אין די לאנגע פינסטערע ווינטער נעכט. ריפרעשט קאווע שטיבל, גארנישט צוגעקומען (פון 3 שעה צוריק..) טוויטער, שוין אויסגעדראשן. געקוקט דא דארט, אלעס וועפט. אינדרויסן איז קאלט און טונקל. אינעווייניג איז אויסגעלאשן, נאר א דינטשיגער געשריי רייסט זיך ארויס פון די טיפענישן אריין אין חלל אריין..


אפשר וועקט מען טאקע אויף קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 9:38 pm
דורך כוכב
אמר רבינו: יש לי עצה פשוטה וזה נהר המטהר מכל הכתמים שישמש אם הלייק קנעפל לכל עת מצוא ואש שלי תוקד עד ביאת משיח.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 9:46 pm
דורך יין שרף
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:אן אנדערע אויסגעפריווטע מהלך איז אויפגעבען דאס געדראפעוועטאכטס, נעמען צוויי פלאש באמבעס, און זיך אויפרייסען און פלאמען ביי א סטענדער און פארענט פון ראדני אדער הופפער.

לזה כיון יואב הכ"מ ז"ל אין זיין ארטיקל 'לקדש שם שמים' צום וועקער (כמדומה לחודש ניסן תשע"ח).

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 9:54 pm
דורך גדליה
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:אן אנדערע אויסגעפריווטע מהלך איז אויפגעבען דאס געדראפעוועטאכטס, נעמען צוויי פלאש באמבעס, און זיך אויפרייסען און פלאמען ביי א סטענדער און פארענט פון ראדני אדער הופפער.

דאס איז פלאן ב'

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 10:19 pm
דורך גדליה
יעצט האב איך געהערט נאך א סגולה ווי אזוי זיך צו דערהאלטען אין די ביטערע גלות: זיך אריבערציען קיין קאנאדא

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 10:26 pm
דורך יין שרף
גדליה האט געשריבן:איך וויל אנהייבן מיט א קליינע סגולה, מזאל זאגען יעדען טאג די גאנצע פרשה פון הוצאת שם רע, ביז ופרשו השמלה וכו', צופרי און ביינאכט.

א שווערע סגולה דאס. It's so confusing די אלע נערה'ס מיט א ה' און אן א ה', די קרי מיט די כתיב..

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 10:27 pm
דורך יין שרף
די אמת איז, נישט גע'דאגה'ט. עס וועט זיך עפענען א "פרשת מוציא שם רע כולל" וואס וועט סגולה'נען די פרשה פאר א מינימאלע אפצאהל.. זיי וועלן זיכער זיך דערהאלטן אין די ביטערע גלות..

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 11:11 pm
דורך וואלווי
גדליה האט געשריבן:יעצט האב איך געהערט נאך א סגולה ווי אזוי זיך צו דערהאלטען אין די ביטערע גלות: זיך אריבערציען קיין קאנאדא


און פון דארט קיין גוואטאמאלא?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 10:10 am
דורך רויטע וואנצעס
מימות קיום העולם זענען אלעמאל געווען דראפערס וואס האבן זיך געדראפעוועט. די פראבלעם היינטיגע צייטן איז אז יעדער שמויגער שלא שמש כל צרכו האט זיך דערקלערט א דראפער, און ס'איז נישטא גענוג גראדע ווענט פאר אלע די דראפערס.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 10:31 am
דורך טאמבל סאס
ווי אויך איז דער פראבלעם אז עמיצער האט זיך דערקלערט אלץ באלעבאס אויף די ווענט, ער זאגט ווער ס'מעג זיך דראפען.

דאס איז וואס אמאל זיכער ווער זענען מיר איינצוטיילן ווער ס'מעג זיך דראפען. נאר אזויפיל, אויב מ'זאל זיי געבן וואס צוטוהן וועלן זיי נישט זוכן זיך צו דראפען פון אזויפיל 'ליידיג-גייען'...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 11:20 am
דורך וואלווי
רויטע וואנצעס האט געשריבן:מימות קיום העולם זענען אלעמאל געווען דראפערס וואס האבן זיך געדראפעוועט. די פראבלעם היינטיגע צייטן איז אז יעדער שמויגער שלא שמש כל צרכו האט זיך דערקלערט א דראפער, און ס'איז נישטא גענוג גראדע ווענט פאר אלע די דראפערס.


Take it easy

איך קען איינער וואס בויט נייע ווענט.

און אלס פאר אומזוסט...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 2:32 pm
דורך קאך_לעפל
אין וועלכע הינזיכט קענט איר זיך נישט דערהאלטן?

טאטע זאכן? נעמט א קאלטער שויער!

דאס דחקות דרוקט? גייט ארבייטן!

אמונה? גלייב ווי א נאר!

דאס ווייב פייניקט? דערלאנגט איר א צוועלעווער!

נחת פון די קינדער? טראכט נישט דערפון! ווייל ס'איז ווירקליך נישטא קיין עצה.

צער גלות השכינה? (אה...ווארשיינליך האט איר דאס געמיינט....) רייסט איין!

Re: ווי אזוי קען מען זיך דערהאלטן?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 6:12 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז דא א געציילטע פאר גוטע גוים אין די וועלט. רוב טויגען צו כפרות, האבען נישט קיין טעם און נישט קיין ריח. מ׳זאל זיי בעסער געבען פאר א צווייטען. אבער די גוים זענען פיין, איידעל, סאפיסטיקירט (אויב מ׳וויילט ריכטיג) און געשמירט. זיי גייען הוטען מיט אנשטעטיגע קליידער, און זיי קוקען נישט אראפ אויף דיר. די גוים באלאנגען אין סוכה און אויף די שבת טיש, און זיי קענען לייזען אסאך דראפעוועריי דאגות.

איינער פון זיי הייסט Johnny Walker און דער צווייטע איז Jack Daniels. בדוק ומנוסה אז זיי קענן אייך העלפען אין אייער געיעג צום שפיץ פון די גראדע וואנט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 7:17 pm
דורך שבת אחים
רעאליסטיש גערעדט לעבן מיר היינט אין די מערסטע סאפיסטיקירטע, ציוויליזירטע, פארגעשריטנע וועלט וואס מ׳האט נאכנישט געזעהן זינט בריאת העולם ממש. די היינטיגע וועלט ווי שלעכט ס׳זאל נאר נישט זיין קומט נישט צו אין ווילדסטען חלום צו די אמאליגע ״שרעקליכע-וועלט״- אין אלע הינזיכטן ממש סיי ברוחניות און סיי בגשמיות... אמאל האבן זיך אסאך אסאך מעהר אידן גע׳שמדט און/אדער אפגעלאזט אידישקייט. אז מ׳האט נאר געוואלט אריינגיין אין די העכערע סאסייעטי האט מען זיך געמוזט אפשמדן. די פראצענט פון די היינטיגע וואס פאלן אוועק איז א ״טיפה מן הים״ קעגן די אמאליגע אסימילאציע.

אידשקייט האט נאך קיינמאל נישט בעפאר אזוי געבליעט און געוואקסן ווי היינט. ווי האט מען אמאל געהאט אזויפיל אידן יראים ושלימים ווי היינט? אזויפיל אידן תלמידי חכמים? די אמאליגע צדקה וחסד ארגאניזאציעס איז בכלל נישט קיין פארגלייך צו די היינטיגע גמ״ח ביי אידן- וואס איז נאך קיינמאל נישט געוועהן אויף אזא גרויסע-פארנעם. הונדערטער טויזנטער בחורים און אינגעלייט לומדים וואס זיצן אין כולל און ישיבה וואס תורתם אומנתם? דאס איז קיינמאל נישט געוועהן פארדעם.

היינט (אין די פארגעשריטנע לענדער) איז די בעסטע צייט צולעבן אויף די וועלט. און מיר האפן אז מארגן גייט זיין נאך בעסער און איבערמארגן נאך בעסער ביז משיח׳ס טאג...

בעסער האט דאך נישט קיין שיעור.

גענוג מיט די געדראפאוועכטץ, פאראנויע, סגולות, קליפות, שדים, רוחות, מזיקים, בליי-גיסן, האניג-לעקן, קנאבל אין די אויערן, עין-הרע אפשפרעכאץ, לשה״ר-כולל, פערציג מאל שיר השירים, גלות-זיפצערייען, טרעוועל-ליכט יעדען שני וחמישי, ספרדישע באבא׳ס, מקובלים, ר׳ ישעילע-אויף ספיד-דייל, די ריבניצער אויף ליין 2, פינף פינגערדיגע חמסא פונעם בן איש חי׳, א קמיע פונעם באבא סאלי, א לולב האלטער פונעם רבין זי״ע, א רזיאל המלאך אינטרן קישן, א גימטריא אנעם כולל...

אלעס איז בסדר גמור-פארטס ווייטער :lol:

Re: ווי אזוי קען מען זיך דערהאלטן?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 9:11 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איר קענט אונז געבען א בליק אויף אידישקייט אין שנת תקפ"ב? עס איז דעמאלס געווען מער ׳יראים ושלמים׳ (ליין - מענטשען אין דער אנ"ש טלפון בוך) ווי היינט אדער ווייניגער? וויפיל מענטשען האבען געצויגען א חיונה פון ארגאניזאציעס און וויפיל פון ארנטליכע ארבעט? וויפיל אידען האבען געשמד׳ט אין יענער יארען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: ווי אזוי קען מען זיך דערהאלטן?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 9:26 pm
דורך קל וחומר
אונזער ניסיון כיום איז אט די גלות פון אונזער פעלאו ברידער, די וואס דארפן קאנטראלירן יענעמ'ס קאפל סייז אדער ווי אזוי יענעמ'ס ווייב גייט געקליידעט וכדו'. בו בזמן וואס זיין אידישקייט באשטייט פון אויסגעטריקענטע פייגן, פארטיי געשלעגן, מי בראש קאנפליקטן, ווער קען אויסזעהן פרומער, ווער קען בעסער קאנטראלירן דעם עמך איד, ווער קען ווייניגער אינזין האבן רבש"ע און מער טראכטן פון זיך.

און מיט דעם אלעם בלייבן דאס רוב פון אונז ערליך און געטריי צום רבון עלם.

דאס איז שוין איינמאל געדראפעט אויף גראדע ווענט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 8:59 pm
דורך דאכצעכמער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איר קענט אונז געבען א בליק אויף אידישקייט אין שנת תקפ"ב? עס איז דעמאלס געווען מער ׳יראים ושלמים׳ (ליין - מענטשען אין דער אנ"ש טלפון בוך) ווי היינט אדער ווייניגער? וויפיל מענטשען האבען געצויגען א חיונה פון ארגאניזאציעס און וויפיל פון ארנטליכע ארבעט? וויפיל אידען האבען געשמד׳ט אין יענער יארען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


Listen to rabbi miller don't remember now what lecture it was about but he said: I remember the k'doishim of kuvna waiting for the train to arive on shabbas to take them to the work

Re: ווי אזוי קען מען זיך דערהאלטן?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 9:00 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
Rabbi Miller said that about 5582?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 9:08 pm
דורך דאכצעכמער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:Rabbi Miller said that about 5582?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


He said it in a answer to Holocaust soits more relevant for תרפב

Re: ווי אזוי קען מען זיך דערהאלטן?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 5:26 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך זעי איך דארף זיך מסביר זיין.

שבת האט געזאגט אז אונז זע׳מיר די שענסטע דור. דאס פאסט נאר פאר דער וואס זיין היסטארישען בליק הייבט זיך אן נאך די ערשטע וועלט׳ס קריג. יא, אין תרפ"ב אין ליטא\רוסלאנד האט נישט געטויגט. אין ליטוויש פולין און גרויס פולין איז געווען פיל בעסער. און הונדרעט יאר פאר דעם איז אויך געווען פיל בעסער, לגבי וויפיל געשמד׳טע זענען געווען וכדו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk