בלאט 1 פון 6
בית מדרש עיון למחשבה
נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 10:08 pm
דורך לעיקוואד
עפענט זיך א נייער זאך, דאס איז א בית מדרש ווי מען וועט לערנען די נושאים פון העמק דבר בעיון פונקט אזויווי מען לערנט יעדער סוגיא אין נגלה בעיון אין ישיבות.
דאס איז געאייגענט פאר אינגעלייט וואס קענען לערנען א בלאט גמרא, און האבען שוין אביסעל געלערנט די עניינים און האלטן ביים דאס לערנען בעיון בחבורה.
פאלגנד זענען די פרטים:



נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 10:15 pm
דורך גדליה
איך האף אז די כולל וועט פאבליצירען עפעס א קובץ אדער גליון, פון פרי עמלם פון די כולל יונגעלייט, אז דו וואס קענען זיך נישט באטייליגען בגוף זאלען אויך נהנה זיין
נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 10:16 pm
דורך מיימון
איך בין אין פאר מאנסי. אבער אן קיין התחייבות נאר אלס א שיעור כללי יעדער ליל שישי אדער ווען. איך גיי מיך נישט צוריק זעצן אין כולל
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 12:17 am
דורך לבי ובשרי
האפענטליך וועט זיין טעימה קלה אין לויף פון די "דריי שעה".
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 1:15 am
דורך יין שרף
איך זעה דו האסט מער אינזין בשרי ווי לבי..
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 2:57 am
דורך ליפא
וסעדו ''לבכם''
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 11:22 am
דורך יין שרף
ליפא האט געשריבן:וסעדו ''לבכם''
זהו רק בפת, עיין רש"י שם
Re: בית מדרש עיון למחשבה
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 3:16 pm
דורך קל וחומר
גלגול הרמח"ל.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 4:18 pm
דורך איש חזון
אינטערסאנט,
ער איז אויך א סלובודקענער
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 11:35 pm
דורך לעיקוואד
איש חזון האט געשריבן:אינטערסאנט,
ער איז אויך א סלובודקענער
איך ווייס נישט וואס נאך דער קאנעקשין איז, אבער דער סלאבאדקע מהלך פון לערנען 'סוגיות' איז א גרויסע אינספיראציע אויף וויאזוי איך שטעל אויס דער לימוד דא.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 9:07 pm
דורך מיימון
נו, דער עולם איז ביים שיעור? שיקט'ס א באריכט פאר די וואס זענען דא געבליבן.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 11:04 am
דורך לעיקוואד
שיעור אין מאנסי הייבט זיך אן בס"ד נעקסטע וואך.
דער מאנסיער עולם זאל זיך שוין איינשרייבען..
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 11:08 am
דורך אספקלריה
וואס איז מיט א לאקאל און עירנו לעיקוואד ?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2018 9:53 am
דורך לעיקוואד
דא קען מען זעהן דער שיעור פתיחה[youtube]https://youtu.be/RGXxe8mRo9w[/youtube]
נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 12:47 pm
דורך פרייוויליג
[tag]לעיקוואד[/tag] דאס געזען ונהנתי מאד.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 2:41 pm
דורך יעקב מענטש
regarding 1:09
קוק אריין אין הקדמה פון מסילת ישרים צו מדרש רבה (איך קען עס נישט טרעפן אויף די מינוט אויף היברו בוקס) וואס ער איז מסביר וואס אגדה איז
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 10:49 am
דורך לעיקוואד
נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2019 9:19 am
דורך לעיקוואד
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:32 pm
דורך לעיקוואד
גדליה האט געשריבן:איך האף אז די כולל וועט פאבליצירען עפעס א קובץ אדער גליון, פון פרי עמלם פון די כולל יונגעלייט, אז דו וואס קענען זיך נישט באטייליגען בגוף זאלען אויך נהנה זיין
בע"ה קומט ארויס יעדער וואך אן אימעיל, ווער עס וויל עס קען זיך איינשרייבען דא
eepurl.com/gHKbNjדרך אגב איז דא יעצט א וועכנטליכע שיעור אין ספר הזוהר אויף די פרשה אין
יוטוב אדער אויף
פאדקאסטדא איז די היינטיגע שיעור אויף פרשת לך לך
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 11:34 am
דורך כוכב
ר' יצחק'ס שיעורים זענען כמים קרים על נפש עייפה, מיט א זעלטענע בהירות און געשמאק אויף עניני פרשת השבוע וועלכע דעקט סיי דער חלק המחשבה און סיי, בעקיפין, דער חלק העבודה וואס א מענטש קען אריינברענגען אין זיין פאקטישן לעבן.
די אייגנארטיגקייט פון ר' יצחק'ס שיעורים איז אז ס'איז מקשר מח ולב, סיי ס'איז טיפזיניג מיט חידושים וואס דער שכל איז נהנה און פראוואקירט דעם געדאנקענגאנג פון א מענטשן, אבער גלייכצייטיג איז עס אויך ספירטועל און מלהיב דעם לב פאר א לעבן פון העכערס און עבודה.
אויב קומט אייך פון די נאז די גאנצע רייע פון היינטיגע מגידי זמנינו וואס זענען בעיסיקלי טשאדעלע באדעלע, קענט איר פרובירן הערן ר' יצחק'ס וועכנטליכע שיעורים פאר אן אלטערנאטיוו.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 3:17 pm
דורך הוגה
גא"מ מצטרף להנ"ל. אויך די וועכנטליכע שיעורים וואס ער גיבט במסגרת זיין בית המדרש עיון למחשבה זענען אויסערגעווענטליך אינטערעסאנט און געוואלדיג.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 10:05 pm
דורך לעיקוואד
א יישר כח @כוכב און @הוגה פאר די ווארעמע מכתבי המלצה
די וואך האבן מיר אין דער ווידאו ארומגערעדט וועגן דער חידוש פון אברהם אבינו אז ער האט געזעהן גאט און נישט נאר געהערט זיינע רייד ווי אדם און נח, וואס דאס מיינט על פי פשט און על פי קבלה.
זוהר וירא - הניצנים נראו בארץאין די מאמר ארומגעשיקט אין אימעיל האבן מיר מסביר געווען א מחלוקת צווישען דער חובות הלבבות און רמב"ם, און רבי יצחק דמן עכו, אויב די פלפולים און שקלא וטריא אין די גמרא זענען אן ענין לשם עצמם אדער זענען זיי נאר א היכי תימצי צו וויסען די הלכה און אז מען ווייסט די הלכה דארף מען שוין נישט די שקלא וטריא.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 10:02 pm
דורך לעיקוואד
זוהר חיי שרה - ויהיו חיי שרהאין דער שמועס ווערט ארומגערעדט דער ענין פון 'ויהיו חיי שרה', וואס שרה אמנו איז די איינציסטע פרוי אין די תורה וואס עס שטייט אויף איר אזא לשון, און וואס דאס מיינט.
אין דער אימעיל האבן מיר ווייטער מסביר געווען דער מחלוקת חובות הלבבות מיט אנדערע אויב איז עס דא א תועלת עוסק צו זיין אין ווייטע היכי תימצי'ס אין גמרא און הלכה, און פארוואס טרעפן מיר אמאל גאר מאדנע פראגעס אין די גמרא. מיר האבען צוגעברענגט פארשידענע מראי מקומות וועגן דעם און געוויזען א יסודות'דיגע מחלוקת אין דער ענין.