בלאט 1 פון 1

ותהי נציב מלח

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2018 3:37 pm
דורך מיימון
אין די וואכעדיגע סדרה שטייט ותבט אשתו מאחריו ותהי נציב מלח. טרעפן מיר אין די מפרשים צוויי מהלכים, רש"י ברענגט פון מדרש אז לוט'ס ווייב איז נתהפך געווארן צו א שטיק זאלץ, ווידעראום דער אבן עזרא טענה'ט גאר אז דאס גייט ארויף אויף סדום; ותהי, און די שטאט איז געווארן, נציב מלח. כיצד יתקיימו שניהם?

די וועלט זאגט "ווען דאס ווערימל עסט זיך איין אינעם כריין, מיינט זי אז קיין זיסערס איז נישט פארהאן". לוט איז אנטלאפן פון די זינדיגע שטאט סדום, ער קוקט צוריק פון אינדרויסן, ער זעט נישט מער ווי בלויז א שטיק זאלץ, גפרית ומלח, א פארברענטע שטאט, א סדום ועמורה כפשוטו, ער ווייסט נישט וויאזוי ער האט דארט געקענט וואוינען בעפאר, א רשעות'דיגע שטאט וואס איר נאמען גייט פאר איר איבער דער גאנצער וועלט, א לעבעדיגער גיהנום.

די אנשי סדום ווידער, זיי קוקן אויף דעם דערווייטערנדיגער לוט מיט פאראכטונג, זיי זיצן אינעם ווירבלענדיגן שטאט סדום, און זעען בלויז א שטיק זאלץ אינעם מדבר, זיי ציען מיט די פלייצעס און גייען ווייטער, בלויז רחמנות האבנדיג אויף דעם מאדנעם לוט וואס וואנדערט אין מדבר, גיי ווייס וואו ער וועט זיך יא געפינען דאס פלאץ.

מענטשן האבן אזא מין געוואוינהייט צו קוקן אויף יענעם וואס איז אנדערש אזוי מאדנע. ווען ער פארלאזט דאס פלאץ צו זוכן זיין אייגענעם וועג מורמלט מען אונטערן רוקן, קוק וואו ער איז אנגעקומען, וואו זענען זיינע קינדער? זיינע דורות? גארנישט געבליבן פון זיי, מען קלאפט זיך אין די פלייצע און מען גייט ווייטער. זיי ווייסן און פארשטייען אבער נישט אז דער אנטלאפענער האט אויסגעדרייט דעם רוקן צו זיי, ער זעט "זיי" ווי דער נציב מלח, און אזוי פארציילט "ער" די מעשה פאר זיינע קינדער.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2018 3:53 pm
דורך טאמבל סאס
פארוואס ותבט אשתו מאחוריו?

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2018 4:02 pm
דורך טאמבל סאס
ואולי יש לומר שזאת חלק ההרגש. חלק השכל אינו מביט לאחור.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2018 5:09 pm
דורך berlbalaguleh
טאמבל סאס האט געשריבן:פארוואס ותבט אשתו מאחוריו?

טאמבל סאוס: דזשאסט פאר דהע רעקארד. אין פסוק שטייט..."ותבט אישתו מאחריו"...נישט מאחוריו. עפ"י דיקדוק איז א גרויסער חילוק...!

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2018 7:29 pm
דורך מיימון
טאמבל סאס האט געשריבן:פארוואס ותבט אשתו מאחוריו?


א גוטע קשיא. די קשיא פרעג איך אליין אבער איך האב נישט וועם צו פרעגן. דער דאזיגער תורה האב איך מחדש געווען מיט בערך פיר אדער פינף יאר צוריק און דאס איז לכאורה געווען דער לעצטער תורה שנתחדש בבית מדרשי קודם שנסתתמו שערי חכמה בעוה"ר. אין מיין פריעדיגן לעבן האב איך מחדש געווען סתרי תורה אן א שיעור, דערנאך זענען זיי געווארן אלץ מער און מער מאדנע און אומדערהערט, ביז בעוה"ר נשבת הארון. היינט שרייב איך אפיקורסות בעו"ה אוי נא לנו.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 1:27 am
דורך berlbalaguleh
מיימון: אדרבה. איך זוך אן אינטעליגענטן אפיקורס. דערווייל האביך נאר געטראפן פסעוודא אינטעלעקטואלן וועלכע האבן אדורכגעליינט אנדעהאלבן אפיקורסישע ביכלעך. און זיי זענען געבליבן מיט דעם ענגליש וואס זיי האבן געלערנט אין חעידער. שלא כ'שלום דיען. דער עכטער. וועלכער האטציך א ביסל אפגעקערט פונ'ם חרדישן רעליגיעזן לעבנס שטייגער. אבער ער טראגט נישט קיין שום שנאה צו ערליכע אידן. והשנית. ער האטציך צוגעלערנט צו רעדן און שרייבן נארמאל ענגליש. און ער שרייבט טאקע. ס'רוב פרי לענס ארטיקלען...!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 10:58 am
דורך רביה''ק זי''ע

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 12:47 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: נאך א מזל אז לוט האט נאר געהאט איין ווייב. שטעל דיך פאר ווען ער דארף שלעפן א גאנצן קאראוואן מיט ווייבער און קינדער. זיי וואלטן זיך קיינמאל נישט געקענט מאכן גרייט צו פארלאזן סדום אין די פריע פארטאגס שעות. (מ'האט שוין געהאט צוריקגערוקט דעם זייגער.)...!

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2018 1:31 pm
דורך יין שרף
berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: נאך א מזל אז לוט האט נאר געהאט איין ווייב. שטעל דיך פאר ווען ער דארף שלעפן א גאנצן קאראוואן מיט ווייבער און קינדער. זיי וואלטן זיך קיינמאל נישט געקענט מאכן גרייט צו פארלאזן סדום אין די פריע פארטאגס שעות. (מ'האט שוין געהאט צוריקגערוקט דעם זייגער.)...!

ער וואלט געקענט סטראשענען ווער עס יאגט זיך נישט צו, דרייט ער ארום בעל כרחה..

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2018 3:19 pm
דורך berlbalaguleh
יין שרף: ער האט נאכנישט געוואוסט אז ס'ארבעט...!

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2020 9:32 pm
דורך מי אני
מיימון האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:פארוואס ותבט אשתו מאחוריו?


א גוטע קשיא. די קשיא פרעג איך אליין אבער איך האב נישט וועם צו פרעגן. דער דאזיגער תורה האב איך מחדש געווען מיט בערך פיר אדער פינף יאר צוריק און דאס איז לכאורה געווען דער לעצטער תורה שנתחדש בבית מדרשי קודם שנסתתמו שערי חכמה בעוה"ר. אין מיין פריעדיגן לעבן האב איך מחדש געווען סתרי תורה אן א שיעור, דערנאך זענען זיי געווארן אלץ מער און מער מאדנע און אומדערהערט, ביז בעוה"ר נשבת הארון. היינט שרייב איך אפיקורסות בעו"ה אוי נא לנו.

אויב מעג איך גיין מיט אן "אמאליגן סארט סתרי תורה"'דיגן מהלך ;) וואלט איך פארענטפערט אז דאס איז אפשר מרמז צו דעם אז (סוטה מז.) חן מקום על יושביו חן אשה על בעלה. והיינו, אז די ענין פון נציב מלח ביי סדום איז מרמז צו דעם אז יעדער באטראכט זיין מקום (אין אלגעמיין) אלס דאס בעסטע וכדברי [tag]מיימון[/tag] [חן מקום על יושביו], וואס דאס טרעפט מען אויך (לפי הגמרא) ביי "אשתו" של אדם "מאחרי" וואס ער האט מיט איר חתונה געהאט.

Re: ותהי נציב מלח

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2020 3:25 pm
דורך מי אני
מ׳קען נאך צו דעם אפשר צולייגן נאך א דימענציע. ווי ערווענט דא קען מען באטראכטן אן אייאַניק בּאַנד ווי איין אטאם האט גע׳גזל׳ט פונ׳ם אנדערן אן עלעקטראן. אבער דאך וויל דער נגזל זיך אינגאנצן מדבק זיין צום מקום/אטאם וואס האט עס ״בא׳גנב׳עט״. דאס איז ענליך צום טעזע פון [tag]מיימון[/tag] דא, אז אפילו ס׳קען אים זיין כריין איז ער גאר צופרידען דארט צו זיין באהאפטען.

יעצט, יעדע סארט זאלץ איז אן אייאַניק בּאַנד מאלעקיול. איז דעריבער קען מען זאגן אז וועגן דעם ווערט דאס טאקע אלס מרומז אין דעם אז זי׳ז געווארן א נציב ״מלח״, וככל דברי [tag]מיימון[/tag] הנ״ל.