בלאט 1 פון 1

מעג מען נישט מאכען די בעט תשעב באב???

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 10:14 am
דורך [NAMELESS]
מעג מען טאקע נישט מאכען שיין די בעט אין תשע ה באב, אדער איז עס נאר א פאלטשע פשט וואס די רבי'ס האבען אויס געלערענט די קינדער פאר תשמיש המיטה??

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 11:59 am
דורך טעלעפאן
מען מאכט נישט יעדע זאך וואס איז איבעריגע הנאה. אין דעם איז אויך נכלל נאכרוימען נאך זיך נאר די מינימום.

דאס אלעס איז נוגע ביז חצות

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 12:27 pm
דורך יונגערמאנטשיק
איך האב נישט געמאכט די בעט צוליב פראקטישקייט. איך גיי צוריק אריין דערין ביז אפאר שעה, פארוואס זיך מוטשען צו מאכן?

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 12:37 pm
דורך געפילטע פיש
איך האב נישט געזען קיין שום מקור להלכה, די הלכה האבן לכאורה געמאכט קינדער וואס האבן אזוי געלערענט פשט אין אסור לשמש המטה.

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 1:15 pm
דורך משכיל
לכאורה איז נישטא קיין שום מקור להלכה נישט צו מאכען די בעט,

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 2:35 pm
דורך שמעקעדיג
אריין אין מאחורי

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 7:36 pm
דורך [NAMELESS]
טעלעפאן האט געשריבן:מען מאכט נישט יעדע זאך וואס איז איבעריגע הנאה. אין דעם איז אויך נכלל נאכרוימען נאך זיך נאר די מינימום.

דאס אלעס איז נוגע ביז חצות

מקור???

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 7:38 pm
דורך זר זהב
איך האב געפרעגט מיין דיין, האט ער מיר געזאגט אז אויב מאך איך יעדן טאג דעם בעט מעג איך היינט אויך. איך און מיין ווייב האבן אנגענומען דעם פסק באהבה און נישט געמאכט די בעטן.

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 7:58 pm
דורך zurich
זר זהב האט געשריבן:איך האב געפרעגט מיין דיין, האט ער מיר געזאגט אז אויב מאך איך יעדן טאג דעם בעט מעג איך היינט אויך. איך און מיין ווייב האבן אנגענומען דעם פסק באהבה און נישט געמאכט די בעטן.

וואס הייסט אויב דו מאכסט סייווי נישט דיין בעט וואס איז די שאלה?

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 9:07 pm
דורך זר זהב
וויסטעך, ווען מ'טאר נישט וויל מען דווקא יא מאכן!