בלאט 1 פון 2
שרייב איין מעלה און גייט אריין אין מעגע ביליאן גורל
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 8:51 pm
דורך ליפא
איך האב געקויפט איין טיקעט מיט צוטיילן מיט'ן עולם דא.
אריינצוגיין און ווערן א שותף מוז מען דא שרייבן איין שבח, איין מעלה וואס פרעזידענט טראמפ יר''ה האט וואס איז נוגע אונזער לאנד אמעריקע. דאס טייטש א פאזיטיווע שטריך פון אונזער פרעזידענט פון וואס אמעריקע בענעפעטירט.
סתם תגובות גייט נישט ווערן א שותפות.
סארקאסטישע תגובות איז גארנישט ווערד, ס'מוז זיין ערנסט. מיין נאז וועט שוין דערשמעקן וועלכע ס'איז ליצנות און וועלכע ס'איז סינסיר בלע''ז.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 9:11 pm
דורך וואלווי
ווען נישט טראמפ וואלט הילערי געווען פרעזידענט
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 9:22 pm
דורך גדליה
א. טראמפ איז א מוראדיג אפטמיסטישער מענטש, ער גלייבט אז סוועט עים גיין גוט אפילו ווען די מצב ווייזט חושך מצרים
ב. טראמפ איז א מארקעטינג מייסטער, ער קען דיך פארקויפן א טראמפ בריק אין מיליאנען וועלען נאך פארען דערויף.
ג. טראמפ האט ארויסגעלאזט רובאשקין, און געוויזען אז ער לאזט נישט מענטשען שימלען אין טירמע פאר גארנישט און פאר נישט
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 10:42 pm
דורך איסר האטלקי
אין די צייט וואס מיר האט גענומען עטליכע וואכן אויפצוקומען מיט מיין ניק, קומט ער טעגליך אויף מיט 6-7 פרישע ניק נעימס אויף יעדעם וואס שטייט אים אין וועג.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:03 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
ערפאלגרייך געבראכן "אביסעל " די אייז אז מקען מצליח זיין און געווינען אפילו מען איז נישט פאליטיקלי קארעקט.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:09 pm
דורך קורקלענד
מיט זיין שטייער רעפארם האט ער איינגעשפארט איבער טויזנט דאלער א יאר פאר יעדע דורכשניטלעכע ארבייט'ס קלאס אינגערמאן.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:10 pm
דורך דער דאס
פרעזידענט טראמפ האט באוויזן עפעס וואס אסאך אנדערע פאר אים האבן נישט געקענט, און ער האט אריבערגעפירט די אמעריקאנער אמבאסאדע קיין ירושלים, און אנערקענט ירושלים אלס די הויפט שטאט פון ישראל.
כ'ווייס נישט צו ס'איז א מעלה אדער נישט.. @
ליפא??
אויב ווילסטו דאס נישט רעכענען.. לאמיר פרובירן נאכאמאל, טראמפ האט באוויזן צו שניידן שטייערן פאר אסאך אסאך אמעריקאנע בירגער, טאקע נישט פאר מיך און דיך, אבער פאר אסאך גאר רייכע מענטשן, בײ זײ איז עס א מעלה..
אויך נישט?? לאמיר זען.. אה אה טראמפ האט באוויזן צוזאמען צו נעמען די דעמאקראטישע פארטיי ווי קיינמאל ביפאר..
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:13 pm
דורך ליפא
אלע תגובות וואס באקומען א לייק פון מיר זענען שותפים
Re: שרייב איין מעלה און גייט אריין אין מעגע ביליאן גורל
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:17 pm
דורך טרויבן88
אנגעריסן די פאלעסטינער און גארנישט איז נישט געשען, פארמאכט אונרא און גארנישט איז נישט געשען, ארויסגעווארפן די פאלעסטינער פארשטייער און גארנישט איז נישט געשען, פייט ווי א לייב, לאזט זיך נישט פון גארנישט, וועט אייביג האבן אן ענטפער מיט אן אטאקע אויפן פלאץ, פירט מלחמה מיט די גאנצע וועלט און מען ווייסט זיך נישט וויאזוי זיך אן עצה צי געבן מיט עם... זאל איך גיין ווייטער?....
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:18 pm
דורך [NAMELESS]
קאמיוטעד רובאשקין מאחינו בני ישראל.
אפעקטירט טאקע נישט דאס לאנד דיירעקטלי, אבער אפעקטירט די פינעוו בארא'ס: בארא פארק, פלעטבוש, וויליאמסבורג, קראון הייטס, פייוו טאונס. פלאס דזשערסי סיטי בלומינגבורג אויב מען קען זיי רעכענען אלץ נאך אפאר בארא'ס אין אמעריקע.. האלטסטו שוין באלד ביי רוב טאונס אין לאנד
Re: שרייב איין מעלה און גייט אריין אין מעגע ביליאן גורל
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:21 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
פרעזידענט טראמפ יר"ה האלט איין זיינע צוזאגען, נישט ווי זיינע פארגייער וואס האבן האבן צוגעזאגט און נישט געטוהן ווי למשל דער אמעריקענער עמבעסי אדער טעקס און נאך
Re: שרייב איין מעלה און גייט אריין אין מעגע ביליאן גורל
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 12:00 am
דורך החוקר
טראמפ איז פון די איינציגע וואס האבן די ביצים זיך אנצוהייבן מיט די יוסטיץ דעפארטמענט.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 12:18 am
דורך מיימון
יגעתי ולא מצאתי בעו"ה וועל איך מוזן מוותר זיין.
(עכט נישט ס'איז נאר פשוט קיל צו זיין א טראמפ קעגנער..)
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 1:35 am
דורך ארי נוהם
טראמפ האט איינגעפירט א נייע מושג הנקרא "פעיק-ניוז". יעדער האט געוואוסט פונעם עלעפאנט אין צימער, אבער טראמפ האט עמטליך ערקלערט קריג קעגן דעם פענאמען, און היינט צוטאגס ווען א צייטונג דערציילט "פאקטן" ווייסט מען אז עס קען זיין פאלש און פארפירעריש.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 1:52 am
דורך ליפא
ארי נוהם האט געשריבן:טראמפ האט איינגעפירט א נייע מושג הנקרא "פעיק-ניוז". יעדער האט געוואוסט פונעם עלעפאנט אין צימער, אבער טראמפ האט עמטליך ערקלערט קריג קעגן דעם פענאמען, און היינט צוטאגס ווען א צייטונג דערציילט "פאקטן" ווייסט מען אז עס קען זיין פאלש און פארפירעריש.
גוט. אבער צו זיין קארעקט קומט דער מושג 'פעיק ניוז' פון די מידיע זעלבסט קעגן די א.ג. מיסאינפארמאציע אויף סאציאלע מידיע ביי די וואלן. פרעזידענט טראמפ האט גענומען דעם פראזע און עס סוקסעספול צוריקגעשליידערט אין די לינקע פארטייאיש איינזייטיגע מידיע'ס פרצוף אריין!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 2:06 am
דורך גדליה
איין מעלה איז, אום אני חומה...
Re: שרייב איין מעלה און גייט אריין אין מעגע ביליאן גורל
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 2:14 am
דורך קל וחומר
א דאנק טראמפ קען איך יעצט אריינגיין אינעם מעגא לאטאו בחינם.
Re: שרייב איין מעלה און גייט אריין אין מעגע ביליאן גורל
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 2:33 am
דורך אונטער חכם
ארויפגעשטעלט צוויי קאנסערוואטיוון אויפן סופרים קאורט.
Re: שרייב איין מעלה און גייט אריין אין מעגע ביליאן גורל
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 2:39 am
דורך הויזן טראגער
טראמפ האט נישט מורא צו פייטן קעגן די לינקע בלאפערס ווען ער האלט אנדערש.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 2:41 am
דורך ביבער
ער איז גוט צו מדינת ישראל.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 11:28 am
דורך קורקלענד
ביבער האט געשריבן:ער איז גוט צו מדינת ישראל.
ער האט אבער געפרעגט וואס ער האט גוט געטוהן פאר אמעריקע, נישט ישראל....... חוץ אויב ישראל איז א שטעטל פון אמעריקע.......
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 12:18 pm
דורך ביבער
קורקלענד האט געשריבן:ביבער האט געשריבן:ער איז גוט צו מדינת ישראל.
ער האט אבער געפרעגט וואס ער האט גוט געטוהן פאר אמעריקע, נישט ישראל....... חוץ אויב ישראל איז א שטעטל פון אמעריקע.......
דאס וועט שוין דער בי"ד מחליט זיין...
פון די אנדערע זייט מטבע א מעלה וואס איז יא נוגע אמעריקע, ער איז שטרענג קעגן איסלאמישע עקסטרעמיזם.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 12:25 pm
דורך קאמענטירער
ער האט א טישעל לעדיל מיט קענדיס..