בלאט 1 פון 1

מאכען געלט אויף אלע צדדים

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 12:02 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווען די אמעריקאנער באפעלקערונג האט געהערט אז עס איז דא גאלד אין קאליפארניא, האט זיך אנגעהויבען א לויפעניש ווי צום לעצטען שטיקעל קישקע ביי א קידוש. מ׳האט אפגעלאזט קינד און קייט, גענומען שויפעלען אדער גאפלען, און געלאפען צו כאפען אביסל גאלד.

אבער די אידען זענען דאך קלוגער ווי יעדעם. מאנכע גוים גייען יא עפעס טרעפען, מאנכע נישט. דער אביסל מער און דער אביסל ווייניגער. וויאזוי מאכט מען געלט בכל אופן?

די אידען זענען אויך אהין געלאפען. זיי האבען געמאכט קראמען צו פארקויפען עסען און קליידער, שויפעלען און געצעלטען ווי צו שלאפען. א וועג וויאזוי צו שיקען די גאלד צוריק צום ישוב און פאסט קעסטלעך פאר די אלע וואלגערערס.

נישט יעדער וועט טרעפען גאלד, אבער יעדער וועט קויפען עסען.

היינט טוט זיך א לויפעניש אויף לאטטערי בילעטען. דער קלוגע איד דארף נישט קויפען אדער געווינען צו מאכען געלט. דו ווייסט וויפיל 7\11 מאכט אין די טעג? וויפיל קאווע און נאש, וויפיל צייטונגען און ציגארעטלעך זיי פארקויפען, ווען מענטשען קומען אריין פאר׳ן טיקעט און קויפען צו נאך חאזעריי?

זייט׳ס נישט קיין נערנים. לויף נישט ווי יעדער לויפט. פארקויף לויפען שיך פאר די לויפערס, און אזוי ביסטו שוין אנגעקומען.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 3:04 pm
דורך טאמבל סאס
א גוטער בוך איבער די lawlessness וואס ס'האט זיך אפגעשפילט אין איינע פון די געגנטער ביי די גאלד געיעג.

https://www.goodreads.com/book/show/178 ... of_Montana

Re: מאכען געלט אויף אלע צדדים

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 6:33 pm
דורך טרויבן88
@ליטוואק איז די גאלד נישט געווען אין אלאסקע?

(אחוץ פון דעם זעט מען די ליטווישע וועג פון טראכטן למען השם)

Re: מאכען געלט אויף אלע צדדים

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:00 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס נישט וואס דו רעדסט וועגען די ליטווישע וועג פון טראכטען, אבער די גאלד איז געווען אין ביידער. עס איז דא גענוג פאר יעדעם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:55 pm
דורך berlbalaguleh
און דער קלוגער איד ר' לוי שטראוס איז געפארן קיין קאליפארניע און נעוואדא. און גענייט הויזן פאר די גאלד און זילבער מיינערס...!