בלאט 1 פון 3
אויפדעקונג נייטרא רב צו בעלזע רב:איך האב אונטערגעשריבן בכפיה
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:10 pm
דורך דאכצעכמער
אויפדעקונג!
עס איז יעצט ערשינען א בריוו וואס הגה"צ ר' יצחק מאשקאוויטש זצ"ל האט געשריבן פאר בעלזע רב אז ער האט אונטערגעשריבן קעגען אים ב"צוק העיתים" ווייל מען האט אים געסטראשעט אז מען וועט אים באווארפן מיט שטיינער אויב ער שרייבט נישט אונטער
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:22 pm
דורך גדליה
זייער אינטרעסאנט! יישכ
ר' אבטולמוס, היינט קען מען דעס נישט פארשטייען אבער אין יענע יארען האט זיך עס געקענט גרעניצען מיט פיקוח נפש
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:24 pm
דורך דולה ומשקה
רבי יצחק מאשקאוויטש'ס חתימה, תשמ"א... נישט דא ווער עס זאל לאכן.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:27 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
הרב דולה@ האסט מיט דעם ב''ה בארואיגט דיין געוויסן בין - זייער פיין
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:28 pm
דורך גדליה
דולה ומשקה האט געשריבן:רבי יצחק מאשקאוויטש'ס חתימה, תשמ"א... נישט דא ווער עס זאל לאכן.
וואס איז דא צו לאכען
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:34 pm
דורך דאכצעכמער
אבטולמוס אפשר איז עס עפעס סחורה פאר'ן וועקער די פרשת בעלז און די כפיה וואס די רבנים זענען דורך צו חתמ'ענען למען ידעו דור אחרון וואס מסירת נפש א רב האט געדארפט האבן כדי צו זיין אין וויליאמסבורג און בלייבן ערליך...
Re: אויפדעקונג נייטרא רב צו בעלזע רב:איך האב אונטערגעשריבן ב
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2018 5:26 pm
דורך מארמאראשער
א בילד פון רבי יצחק האט איינער ?
Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2018 6:05 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
האט דער עולם געליינט דער בריוו?
ער שטעלט צו די קאמיוניסטען צו סאטמאר! און ער ברענגט זיין מקור פון דער בעלזער רב זעלבסט! און ער פארטיידיגט זיך אז ער האט נישט געחתמ'ט, נאר נישט מוחה געווען ווען זיי האבען גענוצט זיין חתימה.
און בד"וו, איך בין נישט זיכער אז די פליק איז נישט געווען די סבה וואס בעלזא האט זיך געלערנט אז זיי מוזען זיך עטוואס איינהאלטען און נישט גייען צו ווייט. צושטעלען די מציאות פון היינט, ווען בעלזא האט געכאפט א נורא'דיגע פליק פאר יארען לאנג, צו וואס וואלט געווען ווען זיי קענען טון ככל העולה על רוחם אן יין שום מחאה, איז נישט צו דער זאך.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2018 7:53 pm
דורך הוגה
די נקודה פארן המון עם איז נישט צו הרב מאשקאוויטש איז געווען א צדיק, רשע אדער בינוני. די נקודה איז נאך א שטיקל באווייז איבער די סאטמארע טעראר. קיין חידוש איז עס נישט אבער נאך א דאקומענט צוצולייגן צום קאלעקציע.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2018 8:03 pm
דורך berlbalaguleh
אבטולמוס האט געשריבן:פארוואס האט ער געווארט ביז תשע"א צו שרייבן דעם בריוו אויב עס איז געווען בכפיה? און זייט ווען איז שטיינער ביים פענסטער א תירוץ צו באשמוצן אן אומשולדיגן מענטש?
אבטולמוס: און וואו איז דער לא תגורו...?!
ועוד. דאס טוט אפשוואכן און אוועקנעמען דעם תוקף פון אלע זיינע אנדערע חתימות. ווייל אפשר האט ער שוין געמאכט א מסירת מודעה מיט עדים אז זיין יעצטיגע חתימה איז נישט געווען מרצונו. נאר בכפייה...!
וכבודו במקומו מונח. וינוח בשלום על משכבו ונאמר אמן. בגן עדן תהא מנוחתו...תנצב"ה...!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2018 9:24 pm
דורך דאכצעכמער
איך האב געכאפט הייסע לאקשן
איך קוק יעצט איבער די בריוו זע איך אז ער שרייבט קלאר אז ער האט נישט אונטערגעשריבן נאר ער האט געזאגט פארן מזכיר אין סאכדעס אז ער קען נישט ארויסגיין פארדאמען אז מען האט געניצט זיין חתימה בגניבה ווייל אויף דעם איז ער נישט מחיוב צו גיין אויף קידוש השם
עס ברענגט נאר ארויס די טעראר וואס מען ניצט דא כופה צו זיין די רבנים
והיינו טעמא דבעלזא והיינו טעמא דעירוב און אזוי ווייטער
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2018 9:37 pm
דורך קפה נמס
אינטערעסאנט אז קיינער ברענגט נישט צו אז ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס עס קומט ארויס אזא בריוו אינמיטן מען זיצט שבעה..
איז דא נאך איינעם וואס מען קען ערווארטן אזא בריוו ?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2018 9:39 pm
דורך איסר האטלקי
אבטולמוס האט געשריבן:דאס איז א היסטארישער דאקומענט און יעדער קען ארויסנעמען וועלכע נקודות ער/זי וויל. ביסט גערעכט מיט דיין נקודה וועגן סאטמאר, אבער דאס נעמט נישט אוועק די לעגיטימיטעט פון דן זיין אויף הרב מאשקאוויטש און זיין מהלך.
צ"ל זי/ער, וכן נוהגין במדינתינו.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2018 9:48 pm
דורך קפה נמס
אבטולמוס האט געשריבן:פארוואס האט ער געווארט ביז תשע"א צו שרייבן דעם בריוו אויב עס איז געווען בכפיה? און זייט ווען איז שטיינער ביים פענסטער א תירוץ צו באשמוצן אן אומשולדיגן מענטש?
עס קומט קרעדיט פאר אזעלכע תלמידי חכמים און זקני הרבנים ווי נייטרא'ער דיין און הרב מאודווארי וואס האבן נישט מורא געהאט צו זאגן אויף די עלטער "טעיתי" (און עס דאקומענטירן) מיט עפעס וואס גייט זיי נישט ברענגען קיין כבוד אין וויליאמסבורג..
עס האט זיכער געפאדערט אסאך שטארקקייט און ערנסטקייט צו טוהן דעם שריט. צו קומען און אראפרייסן פונקט זיי איז לדעתי אומפאסיג.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2018 10:57 pm
דורך אייז קריעם
אבטולמוס האט געשריבן:פארוואס האט ער געווארט ביז תשע"א צו שרייבן דעם בריוו אויב עס איז געווען בכפיה?
און זייט ווען איז שטיינער ביים פענסטער א תירוץ צו באשמוצן אן אומשולדיגן מענטש?
על ראשון, אפשר איז ער געווארן עלטער און זיך געמאכט א חשבון הנפש.
על אחרון, דער בעלזער רב איז נישט געוועזן אינגאנצן אומשילדיג, די שאלה איז נאר צו עס איז זיך אים געקומען אזא ברוך הבא. נאך א זאך, הרב מאשקאוויטש' חתימה איז געווען איינס פון צענדליגע, ממילא האט עס נישט געהאט קיין זעץ קראפט. משא"כ ווען ער חתמה'ט נישט, וואלט ער געהאט א פריצייטיגע איין וועגיגע טיקעט צום בית דין של מעלה.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 12:44 am
דורך ונתנהתוקף
דאכצעכמער האט געשריבן:אבטולמוס אפשר איז עס עפעס סחורה פאר'ן וועקער די פרשת בעלז און די כפיה וואס די רבנים זענען דורך צו חתמ'ענען למען ידעו דור אחרון וואס מסירת נפש א רב האט געדארפט האבן כדי צו זיין אין וויליאמסבורג און בלייבן ערליך...
אבער עס ברויך אויך געדעקט ווערען די צד שכנגד, כלומר, די חוצפה פין בעלזער רב זאל מאריך וכו', און דאס איז שוין א שטיקעל סכנה היינט.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 12:54 am
דורך שמעון וואלף
פון ווי קומט דאס און ווער זאגט אז די גאנצע בריוו איז בכלל אמת?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 12:55 am
דורך שמעון וואלף
קפה נמס האט געשריבן:אינטערעסאנט אז קיינער ברענגט נישט צו אז ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס עס קומט ארויס אזא בריוו אינמיטן מען זיצט שבעה..
איז דא נאך איינעם וואס מען קען ערווארטן אזא בריוו ?
ווער פון די חותמים לעבן נאך?
קאלובע רבי
ר' יחזקל ראטה האט אינטערגעשריבן?
ר' ליבוש לייזר?
Re: אויפדעקונג נייטרא רב צו בעלזע רב:איך האב אונטערגעשריבן ב
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 5:23 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווען איך האב געהערט בשעתו פון די בריוו פון דער אודווארי רב, האב איך איינעם געזאגט "באלד וועט מען זען א בריוו פון דער ברך משה אז ער האט אויך גארנישט געמיינט און עס איז געווען טעראר וכו׳", ודפח"ח.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 7:14 am
דורך רביה''ק זי''ע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: "באלד וועט מען זען א בריוו פון דער ברך משה אז ער האט אויך גארנישט געמיינט און עס איז געווען טעראר וכו׳", ודפח"ח.
ס'דארף אויך צו זיין א בריוו פון דער בעלזער, אז ער האט אויך גארנישט געמיינט צו רעדן קעגן סאטמארע רב...
#ליהודיםהיתהאורה
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 8:07 am
דורך איסר האטלקי
שמעון וואלף האט געשריבן:קפה נמס האט געשריבן:אינטערעסאנט אז קיינער ברענגט נישט צו אז ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס עס קומט ארויס אזא בריוו אינמיטן מען זיצט שבעה..
איז דא נאך איינעם וואס מען קען ערווארטן אזא בריוו ?
ווער פון די חותמים לעבן נאך?
קאלובע רבי
ר' יחזקל ראטה האט אינטערגעשריבן?
ר' ליבוש לייזר?
ר' יחזקאל ראטה זיכער, קאליב, כונת הלב, סיגעיט, שאפראן, ועוד כמה
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:00 am
דורך נהורא נפישא
איך קוק אביסל אנדרעש אויף די גאנצע זאך. איך נעם נישט ארויס פון דעם אז דער רב מאשקאוויטש האט בעצם געטון אן "עוולה" בכפיה. אן עוולה מיטן חתמנ'ן קעגן א מנהיג ישראל בלא בלא בלא.
לאמיר נישט דיבאטירן אויף א מינוט אויב דאס עצם אינטערשרייבן אנטקעגן דעם בעלזער רבי'ן איז אן עוולה צו נישט, האט אבער רב מאשקאוויטש מודה געווען אז זיין פענע איז נישט געווען אין זיינע הענט וואס דאס ווייזט וויאזוי די סאטמארע מאשין איז געפירט געווארן און אירע מוניפולאטיווע טאקטיקן און איז מסתמא לאו דוקא ערגער ווי דער צד שכנגד.
לשיטתו פון רב מאשקאוויטש אבער האט ער יא געטון אן עוולה און האט נישט דא געוויזן קיין שום שטארקייט ארויסצוקומען לאחר סתימת הגולל.
לעצם הענין איבער חתמנ'ן קעגן א מנהיג ישראל זעה איך נישט פארוואס ער דארף זיין מער באשיצט ווי א יחיד אדרבה ער פירט א קאמפאני וואס האט אירע אינטערעסן, פאלטש אדער שפילעריש איז דאס ווי סיי וועלכעכע פאליטישע באוועגונג, און די טאקטיקן זענען אויך פונקט אזוי סעקולאר. און אין פאליטיק וואלט אזא סארט נייעס אויך געווען א סקאנדאל.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 11:28 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
און איך קוק פון אן אנדערען קוק ווינקעל.
א מענטש האט נישט קיין רעכטען זיך צו באליידיגען אויף סיי וואס. טאמער איך זאג דיר אז איך וועל זיך באליידיגען טאמער דו קומסט נישט צו מיין שמחה, האסטו מיר נישט באעוולה'ט מיט'ן נישט קומען, למשל. נאר ווען עפעס א רעכט צו פאדערען עגזיסטירט פאראויס.
דער 'רעכט' פון א מענטש צו זאגען אז ווער עס זאגט א ווארט קעגען פלוני אלמוני האט אים פערזענליך געטשעפעט, איז א הוילע דמיון. מר. בעלזער חסיד פון בארא פארק האט נישט קיין רעכט צו זאגען אז די באקען פון הרב רוקח פון ירושלים זענען צו אים באהאפטען און א פעטש דערויף איז א פאטש צו אים. די גאנצע מושג פון א 'בעלזער חסיד' איז א שטיק דמיון א בלאף וואס האט נישט מיט אמת. ער איז פונקט אזויפיל בעלזער חסיד ווי ער האט מחליט געווען, און קיינער דארף נישט נעמען קיין אחריות פאר דער דעסיזשען זיינער. אלזא, מ'האט געחתמ'ט קעגען איין איינציגע מענטש אין ירושלים, און ער איז דער וואס מעג האבען טענות. איז שוין טאקע אן ענין פון מאי חזית דדמא דידך סומק טפי וכו', און בשב ואל תעשה האט ער געמעגט לאזען זיין חתימה הענגען, כמבואר בתוס' ריש פרק הבא על יבמתו וע"ע חידושי הגר"ח הלוי הל' יסודי התורה.
נאר אן אנדערע טענה עגזיסטירט נאך. ווי האלטסטו דיין מיינונג אזוי גרינג? ביסט א רב? האסט עפעס געלערנט? ביסט פאראנטווארטליך פאר אנדערע מענטשענ'ס רוחניות? ווילסט זיי בעטען מסירות נפש נישט צו האבען א סמארטפאון, אדער קובע זיין עתים לתורה אדער סיי וואס? ווי איז דיין מוסטער? וויאזוי זאגסטו איין זאך און דו טוסט פארקערט? ווען א יונגערמאן ביי דיר זאגט דיר אז ער קען נישט לערנען, עס איז אים צו שווער, וועסטו אים טרייסטען אז עס וועט זיך אים לוינען, דער אויבישטער וועט אים ווייזען אז עס איז נישט צו שווער. ט'ווי האסטו נישט געזאגט די ווערטער פאר זיך זעלבסט? האסט געמעגט זאגען פאר זיך אז לא לעולם חוסן, און סאטמאר וועט נישט זיגען דער אויבישטער וכו' וכו'.