בלאט 1 פון 8

מעג מען טוישן און אנטון וועלכע הוט מיר שמעקט?

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 4:45 pm
דורך אויס מענטש
מעג מען טוישן און אנטון וועלכע הוט מיר שמעקט?
ביי חסידישע אידן זענען פארהאן 4 ערליי מיני היטן 1) דער ברייטער פלאכער ביבער היט, 2) דער הויכער ביבער היט, 3) דער שטאפענער הוט, 4) און דער קריעת ים סוף הוט {גערופן ביי מאנכע ווינער היט}
די היטן זענען מער ווייניגער איינגעטיילט לויט די חסידות ווי מען באלאנגט, אדער אפשטאם פון ווי מען קומט,

וואלט איך געוואלט אויסשמועסן, אז לכאו' האט דאס בכלל נישט קיין פשט, ווייל מיין טאטע גייט אזא מין היט מוז איך אויך טראגן די היט, צו עס געפעלט מיר יא אדער נישט? וויפיל מאל זעהט מען א נייעם בחור'ל אנגעטון א הוט וואס זעהט אויס אויס ווי א שירעם אדער א הויכער טאפ אויף זיין קליינעם פנים, איך פארשטיי נישט מה נשתנה ? היט, פון רעקל, שיך, וואס יעדער קויפט לויט זיין געשמאק און גוסטע,
און נאכמער מען זאל קענען גיין וועלכע היט מען וויל, ווען מען וויל. פארוואס איז דאס געווארן א גזירה און חוק, און ווער עס טוישט א הוט הייסט ער א גאנצער משוגענער אדער אויבער חכם, און אין בעסטן פאל אביסל פאני,

איך וויל אביסל מסביר זיין ווי אזוי עס ארבעט דער סיסטעם פון היטן.

למשל דער פלאכער ביבער היט: הייסט א פרום היטל, און פילע וואס טראגן דאס בעול ובכפי' זיכן צו זיין היט-לאז ווי מער, און אסאך מאל שטייט עס אויף זיי ווי א "פריזבי" אויפ קאפ ענדערש ווי א הוט, איז אויב אזוי מה חטאתי ומה פשעי אז מיין טאטע וויל אזוי גיין, וואס דארף איך וואס איך בין נישט ראוי איך זעה נישט אויס גוט עס איז מיר נותן טעם לפגם אויף זיך דרייען מיט דעם גרויסען שאטער,
צו איינער וואס קומט פון אר"י, מוזן יעצט אלע זיינע קינדער, גיין מיט ביבער היטן אין אמעריקא, אפי' זיי האבן שוין נישט, און ווילן שוין נישט האבן קיין שום שייכות מיט איזרעאליס?

און דער שטאפענער היט: איז דער אונגארישער באטשי היט, {איך בעט איבער אלע יוצאי אונגארן כבודם במקומם מונח}, דער היט סטעמפעלט אפ גראד וואספארא חסיד דו ביסט פון ווי דו קומסט, עס איז אזוי ווי איך זאל טראגען א שילד אויף מיר איך בין א סאטמארער, פון וומ"ס אדער בארא פארק, און טאמער איינער למשל איז אויסגעוואקסן פון א בעל בתישער משפחה א כלי קודש, צו א דיין, צו א טוען רבני, צו סתם א שיינער איד, טאר ער נישט טוישן היט?!
ער מוז אויס זעהן ווי קאני לעמל? אז ער זעהט אויס מכובד'יגער מיט א הויכער הוט, אדער פלאכער הוט, בכל הכבוד זאל ער מעגן טוישן, און נישט הייסן א כבוד זוכער א אויפגעקלערטער וכו' וכו',

און אפי' ביי די ליטווישע איז דא איין מין היט נישט קיין חילוק ווי ער באלאנגט צו פון ווי ער שטאמט, דאס מאכט סאך מער סענס. אבער איז אויך נישט אינגאנצן לויט ווי אזוי יענער זעהט אויס, גיט א קוק למשל, אויף א קליינעם נייעם ליטוויש בר מצוה בחור, ער גייט מיט א היט וואס באדעקט ראשו ורובו, און זעהט אויס ווי א פולקאמער ראש ישיבה.

תכלית הדברים מיין אין איך, אז עס דארף זיין נארמאל, אז יעדער זאל גיין וועלכע היט אים שמעקט נישט קיין חילוק וואס זיין משפחה גייט, אדער וואס זיינע זיידעס האבן באקומען נא טשויס פון דעם אלטען קרויס היט סטאר,
א איד גייט מיט א הוט אלץ רעספעקט אזוי ווי אלע חשובע גויים פלעגן אמאל גיין, אויב אזוי וואס א חילוק וועלכע סארט היט ער גייט,

אדרבה לאמיר הערן דעם דעת הקהל און נאכדעם וועלן מיר זיך נעמען צו די שייטלעך וואס גייט אויך מיט עפעס אזא בחינה נאר דארטן איז דער חורבן אביסל גרעסער, ווייל דארטן דרייט זיך שידוכים און נאך פיל זאכן נאר אויף דעם ודו"ק
עוד חזון למועד

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 4:51 pm
דורך זר זהב
כ'פארשטיי נישט, ווער קען דיר דען צוריקהאלטן פון אנטוהן סיי וועלכען היט דו ווילסט? קיינער האלט די נישט צוריק, אויב עפעס איז עס דיין ווייניג קוראזש.

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 4:53 pm
דורך זר זהב
ס'דא אסאך וואס טוהן זין אויס דעם פלאכן ביבער הוט ווי נאר זיי טרעטן איבער ב.פ. (איי אי, זיי האבן חתונה אדער מופן אהין) נאכדעים זענען דע אסאך סאטמארע משפחות וואו דער טאטע גייט פלאטשין היט און די קינדער גייען מיט א שטאפענעם היט.

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 4:57 pm
דורך זר זהב
פארוואס אבער גייען נישט די די קלויזענבערגע חסידים מיט'ן זעלבן היט וואס זייערע רעבע גייט? (א מרפסין איגרא קשיא...)

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 4:59 pm
דורך יידל
די וועלט זאגט א ווערטל, נאך א מזל יאסל אשכנזי איז געגאנגען אין א הויעכן ביבער הוט, ווען נישט וואלט מען אין וויליאמסבורג נאר געמעגט טראגן א פלאכן ביבער הוט.

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 5:00 pm
דורך שמואל הלוי
זר זהב האט געשריבן:פארוואס אבער גייען נישט די די קלויזענבערגע חסידים מיט'ן זעלבן היט וואס זייערע רעבע גייט? (א מרפסין איגרא קשיא...)

און אויף פאפא האסטו נישט קיין קשיא?

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 5:03 pm
דורך זר זהב
אגב איך מיין אז דו האסט אויסגעלאזט נאך אפאר סטיל היטן. קודם איז דא דער בענד אפ די וואס האט די 2 קנייטשן אויבן אויף די זייט. ס'דא אן אנדער היט וואס איז בענט אפ אבער האט נאר איין קנייטש אינדערמיט נישט ביי די זייטן.

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 5:06 pm
דורך זר זהב
שמואל הלוי האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:פארוואס אבער גייען נישט די די קלויזענבערגע חסידים מיט'ן זעלבן היט וואס זייערע רעבע גייט? (א מרפסין איגרא קשיא...)

און אויף פאפא האסטו נישט קיין קשיא?

גערעכט, ס'מיר געליגן אין קאפ נאך איין חסידות און איך האב זיך נישט געקענט דערמאנען. וויזניץ און סקווירא גייען יא הויך. א דאנק. (זעהט אויס אז דער שנאה מקלקלת האט זיך דארט {אין קלויזענבורג/פאפא} אנגעהויבן הערשט ביי די חסידים...)

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 5:11 pm
דורך אויס מענטש
זר זהב האט געשריבן:אגב איך מיין אז דו האסט אויסגעלאזט נאך אפאר סטיל היטן. קודם איז דא דער בענד אפ די וואס האט די 2 קנייטשן אויבן אויף די זייט. ס'דא אן אנדער היט וואס איז בענט אפ אבער האט נאר איין קנייטש אינדערמיט נישט ביי די זייטן.

איך האב גערעדט נאר פון חסידישע היטן די צווי היטן זענען אדער מער ליבאוויטש ליטוויש, אדער איז עס אזוי ווי דער קריעת ים סוף הוט
און איך פארשטיי אז איך מעג גיין מיט וועלכע היט איך וויל, איך פרעג נאר פארוואס הייסט דאס בכלל אינטרעסאנט און פאני, אין פארוואס דארף איך בכלל קוראזש דאס צו טוהן?
איך פארשטיי זייער גוט פאפא קלויזענבארג פארן טוישן נאר דאס האט זיי אויסגעפעלט זיך צאם צוליידן פון די סאטמארע חיות, און נאכדעם נאך ווערן נאכגעשריגן און אנגעקוקט ווי איינע פון די חיות

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 5:14 pm
דורך זר זהב
האסט נאר גערעדט פון חסידישע? איך זעה ווי די שרייבסט פון די בענד דאונס וואס מאכט דעם בר מצצוה בחור אויסזעהן ווי א ראש ישיבה

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 5:26 pm
דורך אויס מענטש
מען וואלט געקענט גיין מיט היטן אויסגעשטעלט לפי צורך הענין
יעדער לויט זיין געשמאק למשל: ביים גיין צו א פראטעסט, וועלן אלע קומען מיט פלאכע ביבער היטן, אסיפות חינוך רבי'שע שמחות מיט הויכע ביבער היטן, משפחה שמחות מיט שטאפענע היטן, ביזנעס מיטינג מיטן ווינער היט וכו' וכו'

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 5:32 pm
דורך זר זהב
חחחחחח... דאס איז אן איידיע! אבער שטאפענע היטן ביי שמחות איז צו וואכענדעג

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 5:43 pm
דורך אויס מענטש
זר זהב האט געשריבן:חחחחחח... דאס איז אן איידיע! אבער שטאפענע היטן ביי שמחות איז צו וואכענדעג

סאו גיי מיט א הויכע אדער מיט וואס די גלייכסט נאו פרעשור

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 5:44 pm
דורך זר זהב
איך בין ב"ה העפפי מיט וואס איך גיי. נאו אישוס העיר

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 6:20 pm
דורך איך אויך
זר זהב האט געשריבן:איך בין ב"ה העפפי מיט וואס איך גיי. נאו אישוס העיר

מיינסט צו זאגן היער, חוץ אויב האסטו נישט קיין אישוס אין די שטאט (העיר) אבער אין קאנטרי יא..

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 6:22 pm
דורך זר זהב
אזוי טיעף צו קריכן צו מאכן א וויץ אום תשעה באב?...

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 6:34 pm
דורך פראפעסאר שפירא
זר זהב האט געשריבן:פארוואס אבער גייען נישט די די קלויזענבערגע חסידים מיט'ן זעלבן היט וואס זייערע רעבע גייט? (א מרפסין איגרא קשיא...)

כ'מיין אז אינדערהיים אין אונגארען איז די פלאכער ביבער היט געווען א רבנישער היט, כ'מיין ס'איז א נייע זאך פין דא אין אמעריקע אז דער אלגעמיינער עולם אין סאטמאר אין און סאטמאר געשטימטע פלעצער האבען זיך עס אנגעטהון, משא"כ אין פאפא אין קלוזענבורג איז עס געבליבען א רבנישער היט,

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 7:00 pm
דורך גדעון
אויס מענטש האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:אגב איך מיין אז דו האסט אויסגעלאזט נאך אפאר סטיל היטן. קודם איז דא דער בענד אפ די וואס האט די 2 קנייטשן אויבן אויף די זייט. ס'דא אן אנדער היט וואס איז בענט אפ אבער האט נאר איין קנייטש אינדערמיט נישט ביי די זייטן.

איך האב גערעדט נאר פון חסידישע היטן די צווי היטן זענען אדער מער ליבאוויטש ליטוויש, אדער איז עס אזוי ווי דער קריעת ים סוף הוט
און איך פארשטיי אז איך מעג גיין מיט וועלכע היט איך וויל, איך פרעג נאר פארוואס הייסט דאס בכלל אינטרעסאנט און פאני, אין פארוואס דארף איך בכלל קוראזש דאס צו טוהן?
איך פארשטיי זייער גוט פאפא קלויזענבארג פארן טוישן נאר דאס האט זיי אויסגעפעלט זיך צאם צוליידן פון די סאטמארע חיות, און נאכדעם נאך ווערן נאכגעשריגן און אנגעקוקט ווי איינע פון די חיות

פארוואס שרייט נישט קיינער "אריין אין צימעס?"

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 7:07 pm
דורך יידל
גדעון האט געשריבן:

מ'קען באריכטן די הודעה. דאס דארף נאך נישט אריינפירן די גאנצע אשכול אין צימעס.

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 7:13 pm
דורך גדעון

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 7:23 pm
דורך יידל
גדעון האט געשריבן:יזכר לך עתה אתמול אשר דברת

מיין אויסרוף איז נישט געווען אויף עצם רופן בעלזע רבי טראטשאק נאר אויף זר זהב'ס דאס באצייכענונג אלז "בלויז פאקטן". נאר אין צימעס קען ריכטיג פאליטישע רייד באצייכענט ווערן אלס "בלויז פאקטן".

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 8:09 pm
דורך בן תמליון
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:פארוואס אבער גייען נישט די די קלויזענבערגע חסידים מיט'ן זעלבן היט וואס זייערע רעבע גייט? (א מרפסין איגרא קשיא...)

כ'מיין אז אינדערהיים אין אונגארען איז די פלאכער ביבער היט געווען א רבנישער היט, כ'מיין ס'איז א נייע זאך פין דא אין אמעריקע אז דער אלגעמיינער עולם אין סאטמאר אין און סאטמאר געשטימטע פלעצער האבען זיך עס אנגעטהון, משא"כ אין פאפא אין קלוזענבורג איז עס געבליבען א רבנישער היט,

פראפעסאר די ריכטיקע חסידים אין אונגארן, די וואס זענען געגאנגען שטריימלאך שבת, פלעגן גיין מיט פלאכע ביבער היטן. הויכע ביבער היטן איז נישט געווען בנמצא אין אונגארן.

איך האב געהערט און אפילו געזען אויף בילדער די גלחים אין יענע געגנטער פלעגן גיין אזאנע פלאכע היטן, נא האבן עס די אונגארישע חכמים נאכגעמאכט צו זיין פרום. דאס אליין וואלט געווען גענוג סיבה אונטערצוברענגען דעם סארט הוט בכלל איז עס א שלעכטע געדאנק א הוט דארף מאכן אויסזען העכער נישט מער פארפלאטשיקט.

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 8:25 pm
דורך שמואל הלוי
איך האב געהערט אז די הויכע היטן שטאמען פון גאליציע.