מלחמה זכרונות - דאס רעפטעלע ברויט
נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 5:46 pm
דאס פאלגענדע איז זכרונות פון א פרוי וואס האט פארשריבען אירע זכרונות פאר זיך. איך האב אמאל געפונען א קאפי פון איין עקסעמפאל, פון צווישען איר אלע זכרונות האט מיר דאס מוראדי׳ג באנומען, ווי זי וויינט זיך אויס איבער א רעפטעל ברויט וואס זי האט צוגעגענב׳ט פון א חברט׳ע צו קענען בלייבען ביים לעבען, און ווי אירע געוויסען פייניגען איר נאך ביז היינט.
זאג מיר מיין חברט׳ע, וואו ביסט דו וואו קען איך דיך געפינען?
דו ליגסט מיר גוט אין זינען
איך מיז מיט דיר מתודה זיין דערציילען
אפשר וועט מיין שמערץ פארהיילען
איך מיז דיך טרעפן איך וויל זאלסט וויסען
איך האב דיר צי-גענומען כמעט דעם לעצטען ביסען
געדענקסט די שטאקעדיגע בעטלעך אין אונזערע קאליבעס?
אן פייער אן הריבעס, (א אויוון וואס ברענט מיט האלץ)
פייגל זענען פין די דעכער געפאלן אין טיעפן שניי
ברידער פארפרוירענע האבן געשריגען אוי-וויי
ראטעוועט פין קעלט און הינגער!
און דו מיין חברט׳ע האסט 2 רעפטלעך ברויט געהאט
ווי אזוי האסט דו דיך געקענט אויפהאלטען
זיי צו באהאלטען???
אין שטילע פלעיגען מיר אלע זאגען: פוי פוי בלי עין הרע
ווי אזוי קען זי בעצווינגען דעם יצר הרע
ווארטן דעם טויט
מיט צוויי רעפטלעך ברויט?
איינמאל ווען דו ביסט איינגעשלאפן אויף דיין בעטעלע
האב איך פון אינטער דיין קאפ ארויס געצויגען דאס זעקעלע
קודם האב איך געמיינט אז איך וועל מיך מיט דער גניבה דערשטיקען
ווי אזוי האב איך געקענט קייען זיך קוויקען?
ווי אזוי ווי אזוי ווי אזוי?
דו נעבעך ביסט אויפגעשטאנען, און נאר איין רעפטעלע ברויט געפינען
דיינע טרערען זענען גערינען
דיך געשטיקט און געוויינט...
זאג מיר, האסטו געוויסט דאס איך בין דאס געווען?
אבער האסט דיך געמאכט סתם נישט זען?
ווי אזוי האסטו מיך נישט דערמארדעט אויף דעם ארט,
אין דעם קאליבע דארט?
פון ווי האסטו אזויפיל איידלקייט בעזעסען
אז האסט מיך נישט לעבעדיגערהייט צעפרעסען
פאר מיינע חטאים???
אך! קום זאג מיר, וואו ביסט דו זאל איך וויסען
דיך האלזען און קיססען
דיר מיין גאנצע לעבען
איבערגעבען
דיין רעפטעלע ברויט האט מיר געגעבען כח
צו זיין דא, נישט אין רויעך
וואגאנען ברויט העט איך דיר געשיקט דו זאלסט מיר מוחל זיין די עבירה
זאג מיר אויב האב איך א ברירה
וועל איך דאס טוהן!!!
שרייב מיר זאג מיר, לאז מיך וויסען
דען מיין הארץ ווערט פאר שמערץ צעריסען
איך בין דיר שילדיג מיין לעבען
קים פאניק נישט מיין נשמה
קים און נעם אין מיר נקמה
קים קים קים!!!