בלאט 1 פון 3

אויף וואס פאסט מען אויס?

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 6:41 pm
דורך יידל
איך פאסט אויס אויף א גלעזעלע ברוינפען, און דערנאך א מאלצייט וואס באשטייט פון א גרינצייג סאלאט און געבאקענע סעלמאן פיש. אויף וואס פאסט דער עולם אויס? אוי, וואס איז נישט גוט אויסצופאסטן?

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 6:54 pm
דורך ניו יארק
ביי אונז אין ביהמ"ד פלעגט זיין א עלטערער איד וואס פלעגט זאגן: "עס איז נישט גוט צו עסן גראד נאכן פאסטן..."

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 7:16 pm
דורך זר זהב
היינט פאסט מען אויס אויף גרעיפ דזשוס... אדער ביער/קאווע

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 7:23 pm
דורך שמואל הלוי
מעג מען מאכן הבדלה אויף בראנפן? אויב יא וועל איך מאכן הבדלה און אויספאסטן אויף פיינע קאלטע סטראפקובע בראנפן.

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 7:24 pm
דורך זר זהב
נוי יארק האט געשריבן:ביי אונז אין ביהמ"ד פלעגט זיין א עלטערער איד וואס פלעגט זאגן: "עס איז נישט גוט צו עסן גראד נאכן פאסטן..."

יענער איד איז דאכט זיך געשטארבן פון הונגער (אויב דענק איך גוט)

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 7:26 pm
דורך שמואל הלוי
מסתמא פעלט די ווארט "אסאך" פאר "גראד נאכן פאסטן"

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 7:27 pm
דורך זר זהב
שמואל הלוי האט געשריבן:מסתמא פעלט די ווארט "אסאך" פאר "גראד נאכן פאסטן"

פארוואס סתם אפהרגנ'ן א גוטן וויץ?

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 7:29 pm
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:מעג מען מאכן הבדלה אויף בראנפן? אויב יא וועל איך מאכן הבדלה און אויספאסטן אויף פיינע קאלטע סטראפקובע בראנפן.

פארוואס נישט? מה-דאך ביר, כש"כ יי"ש!

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 8:59 pm
דורך ניו יארק
זר זהב האט געשריבן:
נוי יארק האט געשריבן:ביי אונז אין ביהמ"ד פלעגט זיין א עלטערער איד וואס פלעגט זאגן: "עס איז נישט גוט צו עסן גראד נאכן פאסטן..."

יענער איד איז דאכט זיך געשטארבן פון הונגער (אויב דענק איך גוט)

נא, ער לעבט שוין טאקע נישט, אבער ער איז נישט אוועק פון הינגער, נישט ער.
ער פלעגט זאגן די וויץ צווישען איין קיפעלע אינעם צווייטן, מיט א "גלעזלע" אונגארישע סחורה אין די זייט (ער פלעגט רופן א אכט אונס קאפ "גלעזלע" - בלשון חיבה).
נו, עס איז שוין אריבער די צייטן, די אידן מאכן זיך מער נישט, חבל על דאבדין.

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 9:06 pm
דורך gehlungen
זר זהב האט געשריבן:
נוי יארק האט געשריבן:ביי אונז אין ביהמ"ד פלעגט זיין א עלטערער איד וואס פלעגט זאגן: "עס איז נישט גוט צו עסן גראד נאכן פאסטן..."

יענער איד איז דאכט זיך געשטארבן פון הונגער (אויב דענק איך גוט)

:P

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 9:17 pm
דורך יידל
נוי יארק האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:
נוי יארק האט געשריבן:ביי אונז אין ביהמ"ד פלעגט זיין א עלטערער איד וואס פלעגט זאגן: "עס איז נישט גוט צו עסן גראד נאכן פאסטן..."

יענער איד איז דאכט זיך געשטארבן פון הונגער (אויב דענק איך גוט)

נא, ער לעבט שוין טאקע נישט, אבער ער איז נישט אוועק פון הינגער, נישט ער.
ער פלעגט זאגן די וויץ צווישען איין קיפעלע אינעם צווייטן, מיט א "גלעזלע" אונגארישע סחורה אין די זייט (ער פלעגט רופן א אכט אונס קאפ "גלעזלע" - בלשון חיבה).
נו, עס איז שוין אריבער די צייטן, די אידן מאכן זיך מער נישט, חבל על דאבדין.

הע, דיינע אייניקלעך'ס חבירים וועלן רעדן מיט נאסטאלגיע אויף דיר...

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 9:36 pm
דורך זר זהב
איך האב אויסגעפאסט אויף פאפיטעס צוגעטרינקען אביסעלע פיש זאפט. אוי וואס ווייסט דען דער גוי!

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 9:38 pm
דורך משה געציל
פארוואס האסטו נישט פראבירט הערינג מיט קיכלעך?

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 9:39 pm
דורך זר זהב
שוין בארד! כ'געוואלט טרייען עפעס ניי

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 9:49 pm
דורך זר זהב
האמת ניתן להאמר, איך האב אויסגעפאסט אויף stern cheese swirls. ס'זעער זעער גוט, איך האב עס קיימאל בעפאר נישט באמערקט אויפ'ן בעקערי שעלוו אין גראסערי ווייל ס'ליגט אינעם פרידזשדעיר סעקשען. ס'זעהט אויס ווי פלעינע קאקאש ראגעלעך.

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 10:35 pm
דורך טעלעפאן
כ׳האב אויסגעפאסט אויף אן עפל

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 10:43 pm
דורך איך אויך
אן עפל אדער אנעפל?

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 10:43 pm
דורך זר זהב
אנאראנדזש

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 10:43 pm
דורך ניו יארק
זר זהב האט געשריבן:איך האב אויסגעפאסט אויף פאפיטעס צוגעטרינקען אביסעלע פיש זאפט. אוי וואס ווייסט דען דער גוי!

איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך מיין אז רוב אידן ווייסן אויך נישט דערפון.... :lol:

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 11:05 pm
דורך ענן כבד
ס'דא וואס זענען נוהג און אזא יאר אויסצופאסטן אויף פאטעטא קיגל מיט קנאבל.
.
במקום מלוה מלכה..
.
אנדערע זענען יוצא מיט פיצא און אייז קרעים.

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 11:18 pm
דורך ניו יארק
געלט מעשה איז אויך וויכטיג?

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 10:35 am
דורך נפתלי
שמואל הלוי האט געשריבן:מעג מען מאכן הבדלה אויף בראנפן? אויב יא וועל איך מאכן הבדלה און אויספאסטן אויף פיינע קאלטע סטראפקובע בראנפן.

כ'האף דו האסט שוין געמאכט הבדלה און כ'בעט א תפילה אז די שאלה זאל מער נישט זיין נוגע למעשה,
די תירוץ איז אז מ'מעג, ס'דארף אבער זיין בערך דריי אונסעס און מ'דארף טרינקען רוב כוס.
וכן אני נוהג.

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 10:54 am
דורך שמואל הלוי
כך נהגתי בעצמי