מעכטיגע קאמפיין פאר "מכנובקא-בעלזא" - 6 מיליאן שקל 33 שעה
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2018 8:22 am
אין "מכנובקא-בעלזא" גרייט מען זיך יעצט צום מעכטיגן בליץ-קאמפיין וואס וועט פארקומען אי"ה אנגעהויבן קומענדיגן מיטוואך תולדות 3 אזייגער מיטאג, ביז דאנערשטאג 12 אזייגער ביינאכט אויפן ארץ-ישראל'דיגן זייגער (פון מיטוואך 8 אזייגער צופרי ביז דאנערשטאג 5 אזייגער פארנאכטס - ניו-יארק'ן זייגער), מיטן ציל ארויפצוטרייבן ביז 6 מיליאן ש"ח (מיט א באונעס פון נאך 2 מיליאן בעז"ה), אויף צו פארענדיגן דעם בוי פראיעקט פונעם גרויסן בית המדרש "מכנובקא-בעלזא" וואס ווערט געבויעט ב"ה לשם ולתפארת אין הארץ פון בני ברק, און וועט אי"ה דינען פאר א מעכטיגן צענטער פונקט פאר תורה און חסידות תפילות און כל דבר שבקדושה פארן גאנצן שטאט.
די אונטערשטע שטאקן פונעם מעכטיגן געביידע שטייען שוין ב"ה, וואס זיי ענטהאלטן די וואכענדיגע שטיבלעך, די מקוה, די היכל התורה, און אונטן אויך דעם "גרויסן-שטוב", וואס איז די נאמען פונעם גרויסן זאל ווי עס קומען פאר די טישן. דער "גרויסע-שטוב" איז שוין אין באנוץ זינט פארלאפענעם ראש השנה תשע"ח, ווי די תפלות און טישן פון די ימים נוראים און ימים טובים זענען פארגעקומען. אינעם גרויסן שטוב זענען שוין פארגעקומען עטליכע גרעסערע מעמדים, ווי שמחות בחצר הקודש, און ווי אויך צענטראלע דרשות פון רבנים ומשפיעים, צווישן זיי ווען פאריגע יאר האט הרב לאנדא שליט"א גאב"ד בני ברק געהאלטן דארט זיין שבת-שובה דרשה.
יעצט בויעט זיך שוין ב"ה די ווענט פונעם גרויסן היכל הבית המדרש, וואס ווערט בעז"ה געבויעט אויפן זעלבן צורה און אויסשטעל פונעם בארימטן בית הכנסת אין שטאט בעלזא וואס דער ערשטער בעלזער רב זי"ע האט געבויעט כידוע ומפורסם און איז פארברענט געווארן דורך די נאצי'ס ימ"ש ביים גרויזאמן קריג.
חסיד'ישע יודען פון אלע שיכטן און קרייזן אינטרעסירן זיך כסדר גאר שטארק אינעם פארשריט פונעם בנין, יעדער ווייזט ארויס גרויס אינטערעסע און שטיצע אז דער בנין זאל פארענדיגט ווערן אויפן שענסטן פארנעם לשם ולתפארת, ווארטענדיג עס צו זעהן פארטיגערהייט "מיטן בעלזער קרוין" גענוי ווי עס האט אויסגעזעהן די שול אין בעלזא אינדערהיים, בעיקר זעהט זיך טאקע אן די גרויס ווארעמקייט דערצו ביים איצטיגן קאמפיין ווי אלע סארטן אידן שליסן זיך אן גאר ווארעם דערצו, פילענדיג פאר א ספעציעלע זכיי' צו קענען נעמען א חלק אינעם בוי פון אזא הייליגן מקום לשמם ולזכרם פון די צדיקים וקדושים לבית בעלזא זי"ע.
אין אלע שטיבלעך איבערן וועלט וואס געהערן זיך אן צו קהילת "מכנובקא-בעלזא" ב"ב, דערקענט זיך די גרויסע הכנות צום גרויסארטיגן קאמפיין, וואס וועט האפענטליך ברענגען רעזולטאטן העכער אלע ערווארטונגען בעז"ה.