דער פאלשער געוויין פון די ליבלעראלע מידיא.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

וואשינגטאן - די גאנצע ליבלעראלע מידיא איז אויף. פרעזידענט טראפ האט אנגערופן דעם לינקן נייעס באריכטער דזשים אַקאָסטאַ אלס א פיינט פונעם פאלק. און גלייכצייטיג באשולדיגט זיין קאלעגע דעם טינקל-הויטיגער פרוי אַלקינדאָר מיטן פרעגן ראסיסטישע פראגעס. דער לינקער מידיא-נעץ סי.ען.ען. ברויזט ווי די שטורעמישע כוואליעס פונעם אטלאנטישן ים. זיי האבן היינט פארעפענטליך א דעקלעראציע וואס ליינט זיך ווי פאלגענד:
"דעם פרעזידענטס אנגייענדע אטאקעס אויף די פרעסע גייט שוין צו ווייט. עס איז נישט בלויז געפארפול נאר באזארגטפול אויך נישט-אמעריקאניש. אין די זעלבע צייט וואס פרעזידענט טראמפ האט קלאר געשטעלט אז ער רעספעקטירט נישט די פרייע פרעסע, האט ער געשוואוירענע פליכט עס צו באשיצן. א פרייע פרעסע איז קריטיש פאר א דעמאקראטיע, און מיר שטייען אונטער דזשים אַקאָסטאַ און אנדערע פרעסע-לייט אומעטום."
דער אמעריקאנע קאנסטאטוציע פארשפרעכט פולקאמע פרייהייט פאר פרעסע, זאגאר די פרעסע לייט הויפטזעכליך די ליבלעראלע פרעסע, באנוצן זיך שטענדיג מיט דעם דאזיגען פרייהייט צו אטאקירן, און צו באשמירן, יעדער פאליטיקער אדער רעגירונגס איינגעשטעלטער וועלכער גייט נישט אין שפאן מיט זייער ליבלעראלע אנטשויאונגען. פרעזידענט טראפ איז פילייכט א העכסט-פארנומענער מאן וואס יעדע מינוט איז אים טייער אויסגערעכנט, ער נעמט אראפ פון זיין טייערע צייט צו ענטפערן פראגעס פאר די פרעסע, קומען צו גיין די אויפמערזאמקייט-זוכענדע פרעסע לייט, וואס צייכנען זיך אין אלגעמיין אויס מיט זייער זעלבסט-אבסעסיע און אומאראלישקייט, און שטעלן פארן פרעזידענט בייסיגע און אומנויטיגע פראגעס. בלויז מיטן ציל אים ארויסצונעמען פון גלייכגעוויכט, און זיי פארוואנדלן דערמיט דאס פרעסטוזשפולער פרעסע צימער פונעם ווייסן הויז, פון א פלאטפארמע פונעם פרעזידענט צום פאלק צו א נארישער ספעקטאל פלאטפארמע.
די אומראלישע פרעסע לייט פראבירן ווי קליינע קינדער איבערצושטייגן איינער דעם צווייטען, ווער ס'קען שטעלן פארן פרעזידענט וואס מער בייסיגע פראגעס, אלעס אונטערן סלאגאן "דאס אמעריקאנער פאלק האט די רעכט צו וויסן" און ווען דער ווילדער טראמפ וואס איז ברייט באוויסט מיט זיין אויסערארענדליכער ארגאנץ ענטפערט זיי מנה אחת אפיים, נעמען זיי זיך וויינען מיט קראקעדייל טרערן אז די אנגייענדע אטאקעס אויף די פרעסע גייט שוין צו ווייט...
די ליבלעראלע מידיע היפאקריטן זאלן זיך שוין דערלערנען אז מען טיילט דארף מען קענען כאפן, און אויפהערן מיט די מאַניפּולאציעס און מוח-שווענקעריי אז פרעזידענט טראפ איז אויסן איינצוצוימען די פרייהייט פון די פרעסע...

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
די מידיע זענען די גרעסטע בלוט צאפערס אין די היסטאריע פון די מענטשהייט, און נאך אינטער א פרומע שלייער, סטיייטש די הייליגע פרייהייט פון די פרעסע, אונז ברויכמיר פונקליך וויסען מיט וועמען טראמפ איז געשלאפען די לעצטע פופציג יאר, און אז ער וויל נישט אויסזאגען האט ער אונז אטאקירט.
סדאכט זיך אונז האמיר זיך איינגעהאנדעלט א הויפן זשורנאליסטען וואס טויגען נישט צו די מלאכה, אלץ וואס זיי קענען איז אויפרעגען טראמפ און נאכדעם שרייבען לאנגע ארטיקלען ווי שרעקליך טראמפ איז אז ער רעגט זיך אויף.

"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
זיי זענען געלערענטע ספעציאליסן צו מאניפיולירן די ווערטער און זאגן האלבע ליגענטס צו שטעלן די פרעזידענט אויף די אפענסיוו.
א שטיק צייט צוריק האט אונזער אקאסטע פארגעהאלטן די פרעזידענט היתכן ער רופט די מידיא פעיק ניוז וואס מיט דעים מינימיזירט ער די אמונה (faith) וואס די בירגער האבן אין די מידיא און דאס איז אין קעגנזאץ צו די פירסט אמענדמענט וואס פארזיכערט א פרייע פרעסע....
א שטיק צייט צוריק האט אונזער אקאסטע פארגעהאלטן די פרעזידענט היתכן ער רופט די מידיא פעיק ניוז וואס מיט דעים מינימיזירט ער די אמונה (faith) וואס די בירגער האבן אין די מידיא און דאס איז אין קעגנזאץ צו די פירסט אמענדמענט וואס פארזיכערט א פרייע פרעסע....
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
[justify]ווי עס לויטעט דער שפרעכווארט, ווען עס רעגענט, גיסט.
נאך די נעכטיגער וואלגארישער אויפגעפירכס פון דזשים אַקאָסטאַ, האט ליבלעראלע מידיע עטוואס אנגעהויבן צו פארלירן זייער ציטרוי ביים אלגעמיינעם אמעריקאנער באפעלקערונג. דער אומערפאלגרייכער פריוו פון רבי וואלפיש בליצער זאל מאריך ימים זיין, פון די סי.ען.ען. אראפצושמירן פרעזידענט טראפ אלס א אויסגעשפראכענער קעגנער פון די מידיא, אפגעזען ליבלעראלע אדער קאָנסערוואַטיווע, האט אים בלויז צוריק געקלאפט אין פרצוף אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם. דאס פאלק האט ענדליך אנגעהויבן צו קומען צום באוויסזיין אז די איינזייטיגע ליבלעראלע מידיא איז בלויז אויסן צו באריכטן אומגינסטיגע נייעס איבער פרעזידענט טראמפ, צוליב זייערע נידעריגע עגאיסטישע ליבלעראלע אגענדעס.
נעמליך, דאס איז בלויז געווען דער ערשטער זאפטיגס פאר די ליבלעראלער, און היינט האט נאכגעפאלגט די צווייטע.
די הויכגעשעצטע אידישער ליבלעראלע טשיף יוסטיץ מרת יוטא רחל גינסבורג לרפ''ש (אדער ווי זי איז באוויסט אלס רות באַדער גינסבורג) האט געכאפט א ערענסטער נפילה אין איר יוסטיץ קאמער, אזש זי האט זיך צובראכן דריי פון אירע ריפן ביינער. מרת יוטא רחל איז שוין טאקע אן ערענסטע אלטישקע, זי איז שוין 85 יאר אלט צו לאנגע געזונטע יארן, און זי האט שוין צוויי מאל באקעמפט קענסער, פארט האט זי נאך קיינמאל נישט פארפאסט קיין געריכטליכע סעסיע, זי דרימלט טאקע איין היפש מאל דורכאויס די געריכטליכע סעסיעס ווי ס'איז דער שטייגער פון עלטערע אידענדעס, זאגאר זי איז אלעמאל אנוועזן.
אצינד וועט יוטא רחל ווארשיינליך זיך מוזן אפזאגן פונעם געריכט באנק, וואס דאס איז אויסטערלישע גוטע נייעס פאר די קאָנסערוואַטיווער. ווארום זיי האבן דאך אצינד באקומען א אויסטערלישער מערהייט אינעם סענאט. דאס באדייט אז פרעזידענט טראמפ וועט ווארשיינליך האבן גאר א גרינגער פעלד צו נאמאנירן א נייעם קאָנסערוואַטיווער ריכטער אינעם סופרים קארט. און ער וועט נישט זיין אויסגעשטעלט צו בייסיגע סענאט-פארהערן ווי ס'האט באשיינפערליך פאסירט ווען ער האט נאמאנירט טשיף יוסטיץ דזשאדזש קעווענא.
גלייכצייטיג מעגן זיך די ליבלעראלע פרעסע לייט עטוואס לערנען פון די גוטע זיטן פון מרת יוטא רחל. אפגעזען פונעם פאקט אז זי איז אן אויסגעשפראכענער ליבלעראלער, איז זי פארט געווען אויסטערליש באפריינדעט מיטן לעגענדארן פארשטארבענעם (גע'הרג'טער? ווער ווייסט?) טשיף יוסטיץ אַנטאָנין סקאַליאַ, וועלכער איז געווען פונקט דער קאפויער ווי איר. סקאַליאַ איז געווען א אויסגעשפראכענער קאָנסערוואַטיווער.
יוטא רחל מיט סקאַליאַ האבן באזיצט קעגנזייטיגע מיינונגען אין כמעט יעדע הינזיכט, פארט האט געהערשט צווישן זיי גאר פריינטליכע באציאונגען, זיי זענען אפילו אמאל געפארן וואקאציע אינאיינעם אינען ווייטן אינדיע, ממש ווי א רומאנטישער פארפאלק.
דאס אונטערשיד פון געלערענטע אינטעלעקטן ווי יוטא רחל און סקאַליאַ, און די פארגרעבטע מידיא לייט ווי אַקאָסטאַ מיט זיינע קאלעגעס שטארצט ארויס אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם.
דער גלארייכער זיג פון די ליבלעראלן אינעם קאנגרעס, איז היפש פארטונקעלט געווארן אין ליכט פון די דאזיגע צוויי געשענענישן.[/justify]

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
נאך א מיינונג האט געשריבן:נאך א מיינונג
א 'מיינונג' טוישט נישט קיין פאקט.
On Thursday, Sanders said, "The question is: did the reporter make contact or not? The video is clear, he did. We stand by our statement."
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
[justify]נאכן אריינקלערן א לענגערע וויילע איבער די געפעכט צווישן דעם אנגעבליכער קאָנסערוואַטיווער טראמפ און דער ליבראלער דזשים אַקאָסטאַ, און די גאנצע ליבלעראלע מידיא וואס שטייט אונטער אים, האב איך אזוי אינאכט גענומען אז כבר נחלקו בו הני אשלי רברבי, גאוני עולם, די צוויי לייבן, טשיף יוסטיץ מרת יוטא רחל גינסבורג לרפ''ש, און איר פארשטארבענער הארץ-פריינד טשיף יוסטיץ אַנטאָנין סקאַליאַ זאל זיין א כפרה.
אין די ערשטע אדמענטמענט פון די קאנצטעטוציע שטייט געשריבן ווי פאלגענד:
"קאנגערעס זאל נישט באשטימען קיין שום געזעץ צו רעספעקטירן א פארקערפערשאפט פון רעליגיע, אדער פארבאט פון די פרייע פראקטעצירונג דערפון. אדער פארבאריקאדן די פרייהייט פון רעדן, אדער די פרעס, און די רעכט פון די מענטשן זיך פרידערליך צו פארזאמלן, און צו פּעטיציען די רעגירונג צו פארעכטן זייערע אומרעכטן."
טייכן טינט זינען שוין פארגאסן דורך אומצאליגע פענעס פון די גרעסטע דענקער איבער די וועלט, גענוי אפצושטייטשן וואס די דערפינדונג טאטעס פון די פאראייניגטע שטאטן האבן ווירקליך געמיינט ביים שרייבן די דאזיגע וואודערבארער ווערטער. זאגאר לויטן געזעץ זענען בלויז פארהאן ניין מענטשען אין די גאנצע וועלט, וועלכע האבן די לעגאלע מאכט צו פארטייטשען דעם ווירקליכען באדייט פון די דאזיגע ווערטער, דאס זענען די ניין העכסטע ריכטער אין לאנד, וועלכע ווערן נאמאנירט אלס ריכטער דורכן הויכגעשעצטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטען, מיטן צושטימונג פון צוויי-דריטל פונעם סענאט.
די מערהייט פון די דאזיגע ניין זקנים און זקינות טייטשען אפ די ווערטער פון די הייליגע קאנצטעטוציע לויט זייער פארשטאנד, און דאס ווערט באלד פארוואנדלט אלס געזעץ פונעם לאנד, פתשגן הדת אשר נתן בשושן אשר אין להשיב, און קיינער קען דאס נישט רירן פון ארט, נישט די לעגיסלאטורן פונעם נידעריגער הויז, און נישט די לעגיסלאטורן פונעם העכערן הויז, און אפילו נישט דער פרעזידענט זעלבסט. געזעץ איז געזעץ.
איז אצינד אזוי:
פארוואס האבן די דערפינדונג טאטעס וועלכע האבן רעדאקטירט די קאנסטעטוציע, א שטייגער ווי דזשעמס מעדעסאן און טאמעס דזשעפערסאן געשריבן דער וויכטיגער רעכט פון 'פרייהייט פון פרעסע', וועלכע איז לויט די אנטשויאונגען פון רבי וואלפיש בליצער מיט זיינע ליבלעראלע קאלעגעס דער סאמע וויכטיגסטע פונדאמענט צו א פרייע דעמעקראטיע, בלויז אין איינוועגס? ווי ס'לייענט זיך: "אדער פארבאריקאדן די פרייהייט פון רעדן, אדער די פרעס" פארוואס שטייט נישט די פרייהייט פון פרעסע דייטליך ארויסגעשריבן גענוי ווי די אנדערע דריי פונדאמענטאלע פרייהייטן?
טשיף יוסטיץ אַנטאָנין סקאַליאַ וועלכע איז געווען א אויסגעשפראכענער ארגענאליסט, וואס האט געהאלטן מ'דארף זיך וואס מער צוהאלטן צו די ארגינאלע ווערטער פון די קאנסטאטוציע, און וואס ווייניגער אריין טייטשען דעראינען, איז געווען ביי די מיינונג אז די דערפינדונג טאטעס האבן טאקע נישט גערעדט פון קיין פרייהייט פון די מידיא, נאר ווען זיי האבן אונז געשאנקן די פרייהייט פון רעדן, האבן זיי גלייכצייטיג אויך צוגעלייגט די רעכט פון פרייהייט צו שרייבן וואס מ'וויל. אבער פון פרייהייט פאר די מידיא אז זיי זאלן ווען אימער האבן די פרייהייט צו פרעגן וואס זיי ווילן און פון וועם זיי ווילן, און די רעגירונג זאלן זיין פארפליכטעט צו ענטפערן און צו זיך פארענטפערן, האבן די דערפינדונג טאטעס זיך קיינמאל נישט דערטראכט.
דאקעגן טשיף יוסטיץ יוטא רחל לרפ''ש איז ביי די מיינונג, אז די קאנסטעטוציע איז א לעבעדיגער דאקימענט, און איר אינהאלט דארף ווערן אויסגעטייטש לויט די צייט-גייסט. דערפאר איז זי ביי איר מיינונג אז וויבאלד א פרייע מידיא איז היינט צו טאגס גאר קריטיש פאר דעמעקראטיע, און ס'האלט די רעגירונג עטוואס אין די ראמען, דערפאר מוז מען אריין טייטשען אין די ווערטער פון די קאנסטעטוציע "אדער די פרעס" אז דאס מיינט מען די מידיא. זי אַרגומענטירט אז די דערפינדונג טאטעס האבן אראפגעשטעלט דער סטרוקטור פון די רעגירונג, געבויעט אויף די ענגלישע רעגירונג פון וועלכע זיי האבן זיך דאן געהאט אפגעטיילט. זאגאר א צענזור ביורא וואס איז דאן געווען גאר שטארק אין ענגלאנד האבן זיי אויף קיין שום פאל נישט איינגעשטעלט אין אמעריקע. דאס צייגט דייטליך אז ווען זיי האבן געשריבן דער 'פרייהייט פון פרעסע' האבן זיי פילייכט געמיינט די מידיא. זאגאר סקאַליאַ האט שטארק אוועק געמאכט דער דאזיגער פאקטאר, ער האט אַרגומענטירט אז דער דער סטרוקטור פון די ריפובליק רעגירונג פון די פאראייניגטע שטאטן האט גארנישט צו טאן מיט די ענגלישער מאנארכיע.
אלענספאלס, ווי געמיין די היינטיגע ליבלעראלע מידיא פירט זיך אויף, לאזט זיך גלייבן אז אפילו יוטא רחל וועט עטוואס איינשטימען אז נישט דאס האבן אונזער דערפינדונג טאטעס געמיינט ווען זיי האבן געשריבן אין די קאנסטעטוציע. פרייהייט פון פרעסע.[/justify]

אלעס פיין, איך קען פארשטיין לימין אן לשמאל, וואס איך קען אבער נישט פארשטיין, פארוואס זענען נאר אקאסטא וכת דיליה פראטעקטעד אונטער די קאנסטיטוציע, ווען זיי שרייען אז אסאנדזש וכת דיליה דארף מען שיסן מיט א דראון אן קיין טרייעל! פארוואס איז דא א ריזיגע דאפעלטע סטאנדארט!? איז די קאנסטיטוציע נאר געשריבן פאר די עסטאבלישמענט מידיא? ווער גייט יא אריין דערין און ווער נישט?
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
פאר די וואס זענען אינטערעסירט, האב איך היינט געטראפן א לענגערע ארטיקל אויף אסאנדזש, וואס ברענגט גוט און שטארק ארויס מיין זארג.
אויך פארשטיי איך נישט פארוואס מען באציט זיך צו די מידיא אלס ליבעראל, זיי זענען בכלל נישט ליבעראל, זיי שפילן ליבעראל, אבער באמת זענען זיי סתם דורך געפילטע שמוציגע עליטע חברה וואס זענען שותפים אין די אומרעכטן פונעם רעגירונג'ס עסטעבלישמענט.
אויך איז אינטערעסאנט וויאזוי ס'וועלט דרייט זיך איבער וועגן א נארישע א''ג אראבישע דזשורנאליסט קאשוגי, ווען פון די אנדערע זייט קוקט די גאנצע וועלט צו וויאזוי מ'פאניגט אויס אסאנדזש לעבעדיגערהייט און זיי געבן נישט קיין ריק.....

- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: דער פאלשער געוויין פון די ליבלעראלע מידיא.
איך געדענק יארן צוריק האב איך געהערט אן אנאליז פון יצחק קלאר ווי ער גיסט פעך און שוועבל אויף די לינקע פארוואס זיי נעמען זיך אן פאר אסאנדזש, און פארוואס אבאמא טוט גארנישט אים אפצושטעלן.
שפעטער ווען ער האט געליקט די DNC און פאדעסטא אימעילס, איז ער שוין געווארן א אונזעריגער, און אלעס האט זיך געטוישט, און אין 2016 איז ער שוין געווען וועלקאם אויף צוויי פלעצער, די גרין פארטי און פאקס ניוז.
שפעטער ווען ער האט געליקט די DNC און פאדעסטא אימעילס, איז ער שוין געווארן א אונזעריגער, און אלעס האט זיך געטוישט, און אין 2016 איז ער שוין געווען וועלקאם אויף צוויי פלעצער, די גרין פארטי און פאקס ניוז.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
די סימוטאכע האלט זיך נישט ביים אפשטעלן. די ליבלעראלע גייען ניסלך...
נישט מער און נישט וויייניגער די סי. ען. ען. קלאגט דעם ווייסן הויז אין געריכט פארן אנולירן די פרעסע שיין פון דעם קוקו ליבלעראל און טשעפנאק און שוואלב דזשים אַקאָסטאַ.
מעגליך גאר אז דאס וועט אצינד אנקומען צום סופרים געריכט, וואו די ריכטער וועלן דעבאטירן דאס ווירקליכע באדייט פון פרייהייט פון די פרעסע. ווער ווייסט דען?

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
און אויב דער אייבישטער וועט העלפן אז די חשוב'ע סופריעם קאורט ריכטערין רות באאדער גינזבורג וועט ריטייערן (בלשון המעטה). און פרעזידענט טראמפ ירום הודו וועט נאמינירן נאך א קאנסערוואטיוון ריכטער אויף איהר פלאץ. פארשטייצעך. נאכ'ן אפרייניגן עס פון די אלע אפיקורסישע און תועבה'דיגע שמוץ וואס זי האט אקטיוו געשטיצט. וועט אי"ה אמעריקע (יא. אפילו די גוי'אישע. די בני נח זענען אויכעט נזהר אין די שבע מצוות) צוריקבאקומען איהר מאראלישע ווירד. און זי וועט בעז"ה האבן א זכות הקיום. און נישט זיין א דור המבול. וואס איז ח"ו פארמשפ'ט צו פארניכטונג...!.