בלאט 1 פון 1
תלמוד תורה ביי פרויען
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2018 12:05 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אונז ווייסען מיר אלע אז פרויען זענען פטור פון תלמוד תורה, אזוי ווי דער גמרא זאגט אונז אין קידושין, און אין שו"ע ווערט אזוי געפסקנ'ט. אונז ווייסען מיר אויך אז די גדולי ישראל בעפאר און נאכ'ן קריג האבען מתיר געווען און זאגאר געשטיצט אז מ'זאל עפענען בית יעקב שולעס אומעטום, און נאכ'ן קריג האט קיינער למעשה זיך נישט געדינגען אז אזוי דארף זיין, און די מיידלעך וועלען לערנען לויט די קוריקולום וואס איז אוועק געשטעלט. יעדער מדינה און קהלה האט זיך אירע הנהגות וויאזוי זיי גייען צו צו דער זאך, און וויפיל און וויאזוי מ'לערנט, אבער דער עיקר היתר איז נישט קיין מפוקפק'דיגע. דאך איז איינגעפירט ביי אלע חרדישע פלעצער אז גמרא לערנט מען נישט מיט מיידלעך, און נאר די א.ג. מאדערנע שולעס לערנען גמרא מיט זיי. דאס איז א פסק פון הרב י"ד סאלאווייטשיק זצ"ל, וואס ער האט עס שטארק געשטיצט. מענטשען קלאפען זיך אין פלייצע אז מיר האלטען אן א סעיף אין שו"ע, ווען 'זיי' זענען נישט, און עס גייט אויפ'ן ואגשאל פון 'אונז' קעגען 'זיי'.
און די נעקסטע טריט אז די וואס גייען יא לויט די פסק פון הרב סאלאווייטשיקטשיק קענען אנהייבען טראכטען אז ער האט יא געטוישט די הלכה לויט די אומשטענדען, און פון דעם קען מען זיך אפלערנען אז די הלכה איז גארנישט אזוי שטייף ווי מ'מיינט.
דערווייל דארף מען דא אריין טראכטען אין די הלכה שבו. איך געדענק אזעלכע סארט ווערטער פון הרב סאלאווייטשיק, דוכט זיך פון
דא, און אויך אין דער מפניני הרב עמ' קס"ז. דאס איז איין מאל קלאר אז פרויען זענען פטור פון תלמוד תורה. דאס איז אויך קלאר אז אין די הלכות אין וואס זיי נויטען, זענען זיי יא מחוייב צו לערנען. אונזער עלטער עלטער באבעס האבען נישט געמוזט לערנען די הלכות פון עלעקטריסיטי אום שבת, ווייל זיי איז עס נישט געווען נוגע למעשה. נאר תלמידי חכמים האבען געמוזט אפלערנען די סוגיות, ווייל דאס איז תלמוד תורה. זאגט הרב סאלאווייטשיק אז אין די היינטיגע אומשטענדען, ווי מיידלעך גייען שטודירען אין סקול, כחק המדינה, איז אוממעגליך אז זיי וועלען בלייבען זאט מיט אן אומאינטעלעקטואלע אידישקייט פון זייערע באבעס. אויב אזוי, איז די טיפקייט פון אידישקייט א חלק פון וואס עס פאדערט זיך אז זיי זאלען היטען מצוות, און דער רמב"ם און שו"ע אסר'ן נישט די אלע זאכען. קוקט'ס אויך
דא פאר נאך א תשובה אויף דער ענין.
דאס איז נישט געטוישט די הלכה, דאס איז פונקט ווי די הלכה זאגט אונז אין דער רמ"א אין הלכות תלמוד תורה, אז פרויען לערנען נאר וואס איז נוגע זייער לעבען.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2018 3:08 pm
דורך שמעון וואלף
איך פארשטיי נישט, ווילסטיך דינגן מיט א בפירוש'ע ויואל משה?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2018 3:30 pm
דורך יין שרף
און ר' חיים פלאהר שרייט חי וקיים אז ער האט אליין גערעדט מיט די ארויסגעבער פון ויואל משה, און ער האט אים געזאגט אז היינטיגע צייטן דארף מען יא לערנען תורה מיט די מיידלעך. (ביי אים אין סקול לערנט מען חומש מיט אלע ראשונים, און אזוי אויך נ"ך וכו'.)
Re: תלמוד תורה ביי פרויען
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 10, 2018 6:40 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
שמעון וואלף האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, ווילסטיך דינגן מיט א בפירוש'ע ויואל משה?
איך פארשטיי נישט, דער ויואל משה וויל (קען\מעג) זיך דינגען מיט א בפירוש׳ע רי"ד סאלאווייציג?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 2:41 pm
דורך יעקב מענטש
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אונז ווייסען מיר אלע אז פרויען זענען פטור פון תלמוד תורה, אזוי ווי דער גמרא זאגט אונז אין קידושין, און אין שו"ע ווערט אזוי געפסקנ'ט. אונז ווייסען מיר אויך אז די גדולי ישראל בעפאר און נאכ'ן קריג האבען מתיר געווען און זאגאר געשטיצט אז מ'זאל עפענען בית יעקב שולעס אומעטום, און נאכ'ן קריג האט קיינער למעשה זיך נישט געדינגען אז אזוי דארף זיין, און די מיידלעך וועלען לערנען לויט די קוריקולום וואס איז אוועק געשטעלט. יעדער מדינה און קהלה האט זיך אירע הנהגות וויאזוי זיי גייען צו צו דער זאך, און וויפיל און וויאזוי מ'לערנט, אבער דער עיקר היתר איז נישט קיין מפוקפק'דיגע. דאך איז איינגעפירט ביי אלע חרדישע פלעצער אז גמרא לערנט מען נישט מיט מיידלעך, און נאר די א.ג. מאדערנע שולעס לערנען גמרא מיט זיי. דאס איז א פסק פון הרב י"ד סאלאווייטשיק זצ"ל, וואס ער האט עס שטארק געשטיצט. מענטשען קלאפען זיך אין פלייצע אז מיר האלטען אן א סעיף אין שו"ע, ווען 'זיי' זענען נישט, און עס גייט אויפ'ן ואגשאל פון 'אונז' קעגען 'זיי'.
און די נעקסטע טריט אז די וואס גייען יא לויט די פסק פון הרב סאלאווייטשיקטשיק קענען אנהייבען טראכטען אז ער האט יא געטוישט די הלכה לויט די אומשטענדען, און פון דעם קען מען זיך אפלערנען אז די הלכה איז גארנישט אזוי שטייף ווי מ'מיינט.
דערווייל דארף מען דא אריין טראכטען אין די הלכה שבו. איך געדענק אזעלכע סארט ווערטער פון הרב סאלאווייטשיק, דוכט זיך פון
דא, און אויך אין דער מפניני הרב עמ' קס"ז. דאס איז איין מאל קלאר אז פרויען זענען פטור פון תלמוד תורה. דאס איז אויך קלאר אז אין די הלכות אין וואס זיי נויטען, זענען זיי יא מחוייב צו לערנען. אונזער עלטער עלטער באבעס האבען נישט געמוזט לערנען די הלכות פון עלעקטריסיטי אום שבת, ווייל זיי איז עס נישט געווען נוגע למעשה. נאר תלמידי חכמים האבען געמוזט אפלערנען די סוגיות, ווייל דאס איז תלמוד תורה. זאגט הרב סאלאווייטשיק אז אין די היינטיגע אומשטענדען, ווי מיידלעך גייען שטודירען אין סקול, כחק המדינה, איז אוממעגליך אז זיי וועלען בלייבען זאט מיט אן אומאינטעלעקטואלע אידישקייט פון זייערע באבעס. אויב אזוי, איז די טיפקייט פון אידישקייט א חלק פון וואס עס פאדערט זיך אז זיי זאלען היטען מצוות, און דער רמב"ם און שו"ע אסר'ן נישט די אלע זאכען. קוקט'ס אויך
דא פאר נאך א תשובה אויף דער ענין.
דאס איז נישט געטוישט די הלכה, דאס איז פונקט ווי די הלכה זאגט אונז אין דער רמ"א אין הלכות תלמוד תורה, אז פרויען לערנען נאר וואס איז נוגע זייער לעבען.
א דאנק פארן צוצייכענען דעם תשובת זקן אהרן, איך האב אמאל געבלעטערט אין א ספר'ל תורת אמיך ארויסגעגעבן דורך א בן בלי שם, מיט הסכמות פונעם גאנצן חרידישן ספעקטרום (אזוי דענק איך), מיטן ציהל מוחה צו זיין אויף די היינטיגע ברייטע תורה-קאריקולים אין די מיידל שולע'ס, און ער האט טאקע אויסגעשמועסט דארט א מיינונג פון הרב וואלקין ז"ל.
איך וואלט יעדן געראטן דורכצולערנען די תשובה (אביסל לאנג, אבער זייער שיין) און זעהן זיינע מסקנות.
ער שרייבט קלאר אז מנקודת ההלכה האט ער נישט קיין געהעריגע היתר, און ער לאזט זיך אריין אין א געזוך נאך א "לימוד זכות" אויף א מוסד וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך קדושים וטהורים. די איינציגע זאך וואס ער האלט אז ס'איז מותר איז חומש אן קיין מפרשים, אפי' די הלכות וואס איז זיי נוגע האלט ער אויך נישט אז ס'איז מותר דורכצולערנען טור בית יוסף ושו"ע.
און ער שרייבט אז ער האלט אז ס'איז מותר צו לערנען א ברייטערע פראגראם, אויב דאס וועט אפהאלטן די מיידלעך פון זיך דרייען אין פרעמדע פעלדער שאין רוח חכמים נוחה הימנו.
און אוודאי נוצט ער נישט אזוינע היתירים "אז היינט זענען די פרויען מער ענטוויקעלט, און ס'איז א צורך פאר זיי צו לערנען אויף די זעלבע לעוועל ווי BMG" איז דא נאך א היימישע גדול פונעם ליטווישן אדער חסידישען חדר וואס האט געשריבן א תשובה און מתיר געווען מער פון דעם ? (סארי JB איז נישט אנגענומען אלץ היימיש)
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 2:48 pm
דורך יין שרף
תורת אמך איז ארויסגעגעבן דורך א קוריאזער "תלמיד חכם" און ראב"ד פון זיין אייגענער "בית הוראה", ר' (שמואל?) געשטעטנער פון מאנסי.
(די אלע מערכות פון גיטין מעושה, איז זיין מצוה. ער שיקט ארום אויף אימעיל, און זיין פעסק סיסטעים, ווי אויך א האטליין).
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 2:51 pm
דורך יעקב מענטש
יין שרף האט געשריבן:תורת אמך איז ארויסגעגעבן דורך א קוריאזער "תלמיד חכם" און ראב"ד פון זיין אייגענער "בית הוראה", ר' (שמואל?) געשטעטנער פון מאנסי.
(די אלע מערכות פון גיטין מעושה, איז זיין מצוה. ער שיקט ארום אויף אימעיל, און זיין פעסק סיסטעים, ווי אויך א האטליין).
א דאנק.
ער שעמט זיך מיט זיין נאמען? ער האט דארט אסאך הסכמות פון גרויסע רבנים.
אלנפאלס, איך האב נישט געמיינט דעם תורת אמיך, איך האב געמיינט דעם
זקן אהרן
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 3:26 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ווען מ'קוקט אריין אין גמרא מסכת סוטה דף כ. זעט מען אן אינטערעסאנטע זאך. פון איין זאך שטייט בן עזאי און טענה'ט חייב אדם ללמד את בתו תורה ווייל אז נישט וועט זי האבן קשיות וואס קענען פירן צו כפירה רח"ל, פון די אנדערע זייט שטייט ר' אליעזר און שרייט כל המלמד את בתו תורה מלמדה תפלות, טענו חטין והודו לזכר קדשו! נאר פשט איז אז ר' אליעזר איז געווען א חסידישע איד וואס ווייסט נישט פון גארנישט, ער ווייסט נאר איין זאך א פרוי וואס לערנט קען חלילה ווערן צו קלוג וואס דאס טויג נישט. בן עזאי פון די אנדערע זייט איז געווען א פראקטישע מענטש, זאגט ער איהם אזוי, נניח אז דו ביזט גערעכט, דארפסט אבער קוקן אויפן ברייטן בילד, און די פאקט איז אז אן תורה קען מען קיין איד נישט זיין.
און די מחלוקת גייט נאך אן ביזן היינטיגן טאג... די ארגומענטן טוישן זיך כסדר, אבער די אינטערליגנדע מהלך המחשבות זענען די זעלבע...
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 3:36 pm
דורך קאך_לעפל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווען מ'קוקט אריין אין גמרא מסכת סוטה דף כ. זעט מען אן אינטערעסאנטע זאך. פון איין זאך שטייט בן עזאי און טענה'ט חייב אדם ללמד את בתו תורה ווייל אז נישט וועט זי האבן קשיות וואס קענען פירן צו כפירה רח"ל, פון די אנדערע זייט שטייט ר' אליעזר און שרייט כל המלמד את בתו תורה מלמדה תפלות, טענו חטין והודו לזכר קדשו! נאר פשט איז אז ר' אליעזר איז געווען א חסידישע איד וואס ווייסט נישט פון גארנישט, ער ווייסט נאר איין זאך א פרוי וואס לערנט קען חלילה ווערן צו קלוג וואס דאס טויג נישט. בן עזאי פון די אנדערע זייט איז געווען א פראקטישע מענטש, זאגט ער איהם אזוי, נניח אז דו ביזט גערעכט, דארפסט אבער קוקן אויפן ברייטן בילד, און די פאקט איז אז אן תורה קען מען קיין איד נישט זיין.
און די מחלוקת גייט נאך אן ביזן היינטיגן טאג... די ארגומענטן טוישן זיך כסדר, אבער די אינטערליגנדע מהלך המחשבות זענען די זעלבע...
טפוי!
ובזה יצאתי מצות מחאה.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 3:57 pm

בן עזאי האט קיינמאל נישט חתונה געהאט, האט ער געמיינט אז מיט פרויען קען מען לערנען תורה. אבער רבי אליעזר האט שוין געהאט קינדער אין סקול, און זיך שוין אזוי פיל צאמגעהערט פון די עמעראצעס און שטותים וואס די מיידלעך קומען אהיים מיט, האט ער געשריגן אז לערנען מיט יי תורה איז מלמדה תפלות!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 4:46 pm
דורך יעקב מענטש
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווען מ'קוקט אריין אין גמרא מסכת סוטה דף כ. זעט מען אן אינטערעסאנטע זאך. פון איין זאך שטייט בן עזאי און טענה'ט חייב אדם ללמד את בתו תורה ווייל אז נישט וועט זי האבן קשיות וואס קענען פירן צו כפירה רח"ל, פון די אנדערע זייט שטייט ר' אליעזר און שרייט כל המלמד את בתו תורה מלמדה תפלות, טענו חטין והודו לזכר קדשו! נאר פשט איז אז ר' אליעזר איז געווען א חסידישע איד וואס ווייסט נישט פון גארנישט, ער ווייסט נאר איין זאך א פרוי וואס לערנט קען חלילה ווערן צו קלוג וואס דאס טויג נישט. בן עזאי פון די אנדערע זייט איז געווען א פראקטישע מענטש, זאגט ער איהם אזוי, נניח אז דו ביזט גערעכט, דארפסט אבער קוקן אויפן ברייטן בילד, און די פאקט איז אז אן תורה קען מען קיין איד נישט זיין.
און די מחלוקת גייט נאך אן ביזן היינטיגן טאג... די ארגומענטן טוישן זיך כסדר, אבער די אינטערליגנדע מהלך המחשבות זענען די זעלבע...
א מין ברייטע גערעדאכץ דאס!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 4:52 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יעקב מענטש האט געשריבן:א מין ברייטע גערעדאכץ דאס!
הה"ד, שגץ אבל אמת. זיצט זיך א איד און מוטשעט זיך אויף א סוגיה און ענדליך קומט ער אויף מיט א קלארע פשט, קומטסו און מאכסט אוועק די גאנצע פשט מיט איין לצנות. אדרבה, אז דו האסט א בעסערע פשט בין איך גרייט צו הערן, סתם האקן איז נישט קיין קונץ.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 7:14 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
[tag]יעקב מענטש[/tag], דו זוכסט א היימישע רב? דאס איז בכלל נישט מיין נושא. איך ווייס אז ביי אונז האלט מען נישט אזוי. נאר אסאך ביי אונז פאטשען זיך אין פלייצע און זאגען אז מיר האלטען שו"ע, און יענער חברה זוכען נייע מהלכים. זיי דארפען זיך פארענטפערן און נישט אונז. אויף דעם האב איך געזאגט אז זיי זענען פונקט ווי אונז, זיי האבען די זעלבע תירוץ ווי מיר האבען, און די הלכה איז אין איינקלאנג מיט זייער מיינונג.
איך האב גראדע אן אנדערע סברא אין דעם, איך ווייס נישט צו איך האב עס אמאל געשריבען אין שטיבעל. איך קען עס יעצט נישט אויסשרייבען, צוליעב א מאנגאל אין צייט, ועוד חזון למועד, בעז"ה.