בלאט 1 פון 1

איך בין נישט מכיר

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 5:40 pm
דורך קל וחומר
דער ווינטער האט זיך צעלאזט, ער האט זיך אנגערוקט מיט א נאסער שניי מיט א גראד שטאפל וואס איך גלייך נישט.
מיר ערליכע אידן האבן אלעמאל געוואוסט אז אינמיטן נאוועמבער האט נישט שניי קיין שום רעכט אראפצופאלן זאל נאר זיין א האלבע אינטש, יעצט אז ס'האלט ביי דריי איז שוין כלו כל הקיצין.
איך הענג א שילד אויפן טאראסע, 'אין אנו מכירים בחורף המוקדם'!
מיינע קינדער טארן בשום אופן זיך נישט שפילן אין אזא שניי.
פאר קאמפענסעישען האב איך צפעציעל פארפאסט א לידל מיט וואס זיי זאלן זיך קענען אינטערהאלטן אנשטאט שפילן מיט דעם שרעקליכן אינוואדירער. איך גיי נישט מפרסם זיין דעם גאנצן ניגון אבער איין חלק דערפון גייט ווי פאלגנד: בחורף המוקדם אין אנו מאמינים, ובשלגותיכם אין אנו משחקים, בדרך העולם נלך זמן לאש זמן למים וכו'.

Re: איך בין נישט מכיר

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 5:50 pm
דורך או אינו
https://www.zerohedge.com/news/2018-11- ... all-global

Sent from my Pixel 2 XL using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 5:57 pm
דורך יין שרף
ווער האט דיר איינגערעדט אז עס שנייט..?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 6:07 pm
דורך רביה''ק זי''ע
בילד

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 8:57 pm
דורך וואלווי
יין שרף האט געשריבן:ווער האט דיר איינגערעדט אז עס שנייט..?


קען גאר זיין ער האט זוכה געווען צו א גילוי פון גילגול שלג און א גילגול מחילות בבת אחת...

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 9:16 pm
דורך berlbalaguleh
קל וחומר: ייש"כ. דער משל איז מורא'דיג. און דער נמשל , נאך בעסער. ס'איז ממש מקויים געווארן דער פסוק..."נמשל, כבהמות נדמו". נישט נאר כבהמות. נאר בהמות אליין. און מטורפים אויכעט...צוזאמען מיט זייערע ברידער אויף דיוויזשן עוועניו אין וויליאמסבורג...!

Re: איך בין נישט מכיר

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 9:33 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
אז ס'האט געקענט שנייען דעם ערשטען טאג חוה"מ ווען מ'האט שוין אנגעהויבן זאגן מוריד הטל מיט ותן ברכה, קען שוין יעצט אין סאמע הערבסט ווען מ'זאגט נאך ותן ברכה אויך שנייען

Re: איך בין נישט מכיר

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 9:40 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
פארוואס אינזערע עלטערענס שיפן האבן נישט געקענט לאנדן אויף די קאליפארניע ברעגעס ווייסט איין גאט.
העכסטענס וועלט סאכדעס זיך געגרינדעט דארט אינעם ווארעמען וועסט ערגעץ אין האליוואד און ס'וואלט ווען געווען סאך מער אויף וואס מוחה צו זיין. און דער מער פרומערער עולם וואלט זיך אריין גערוקט מער צו די אינעווענדיגסטע שטעט ווי אריזאנא ווי ס'איז אגאנץ יאר גאר א פיינע קלימאט אהנע דאגות פון פריע אדער שפעטערע שנייען מיט פארקריפעלטע לעכעריגע שאסייען. מי יתן והי'

Re: איך בין נישט מכיר

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 10:24 pm
דורך Big Boss
https://www.yahoo.com/news/latest-cool- ... 05743.html
ווען די וואלסט געווען דארט יעצט וואלסטו געוואלט זיין דא...

Sent from my SM-G965U using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 10:27 pm
דורך berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער: דו האסט אבער פארגעסן אז אין יענע מערב געגנט ווי קאליפארניע און אריזאנא זענען דא גרויסע וואלד פייערן. אזוי ווי יעצט אין דרום און צפון קאליפארניע.

ס'איז בבחינת אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק ..."בבוקר תאמר, מי יתן ערב. ובערב תאמר מי יתן בוקר"....! ווען מ'וואלט געוואוינט דארט וואלטן מיר געזאגט אוי. הלוואי וואלטן אונזערע עלטערנ'ס שיפן געלאנדעט אין ניו יארק אדער ניו דזשערזי. גלייב מיר. נאכ'ן ערשטן ערדציטערניש, וועין דער קריסטאל שענדעליער שאקלט זיך ווי א סווינג. און אלע ספרים פאללן אראפ פון די שעלווס. אדער נאך בעסער. ווען דער גאנצער תוכן פונ'ם טשיינע קלאזעט פאלט ארויס אויף די ערד אין דיינינג רום, וואלסטו שוין געוואלט נעמען דעם ערשטן טרעין ארויס פון דארט...!

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2018 12:39 am
דורך דער גאלדענער אדלער
וואלד פייערן איז נאר אין א קליינע חלק פון קאליפארניע, ארום די לאס אנדזעלעס סאן פרנסיסקו געגענטער, צפון קאליפארניע ווי סען דיעגא איז נישטא קיין פייערן אין אריזאנא זענען נישטא קיין פייערס און נישט קיין ערד ציטערנישן. ס'דא אין די וועסט טויזענטער מיילן פון גאר גוטע קלימאט און ריינע געזינטע לופט. לאמיר זיך נישט נארן, ניו יארק איז נישט פון די בעסטע קלימאט און אומסטאבילע וועטערס, סיי זומער און סיי ווינטער נעמט אסאך צייט מיט היפש רינעדיגע נעזער ביז די וועטער סעטלען זיך. די וועסט האט אסאך א בעסערע קלימאט ווי די אין ניו יארק

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2018 9:02 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אבער אין אריזאנא איז דא זאלץ

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2018 9:07 am
דורך דער גאלדענער אדלער
און די מצות וואלטן געקאסט ביליגער לכבוד דעם

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2018 9:10 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
האהאהא! מיינסט טאקע?
די געלט וואלט געגאנגען ערגעץ אנדערש, מעגסט מיר גלויבן.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2018 9:37 am
דורך דער גאלדענער אדלער
אה"נ, זיי וואלטן אויפגעקומען מיט נייע מיני מצוות און גזירות פון וואו צו ריפן דעם עולם גולם

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2018 9:49 am
דורך או אינו
עולם גולם - (נניח אז דאס מיינט רוב מענטשן זענען בית נישט אלף'ס betas vs alpha) לאמיר דאס אפלייען אין א פאזעטיווע פארמאט. לדוגמא מצה בעקעריי. איך שלאג פאר מזאל עפענען א בעקעריי דורך דעם ציבורית דיגיטל. מ'קאן דאס געלט שאפן דורך go fund me. נא געגאנגען מצות פאר קאוסט.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2018 11:47 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פארוואס זאל א מצה בעקעריי זיין א סאציאליסטישע אונטערנעמונג? געוויסע זאכען דארפען זיין ציבור'דיג. לכאורה איז א מצה בעקעריי נישט פון זיי. עפען עס פאר געלט, מאך זיכער אז מ'היט די הלכה, נישט אויסגעטראכטע חומרות, הן פון לאנג איילאנד ווייץ הן פון אריזאנא ווייץ, וואס ביידע זענען בלויז תירוצים פאר מחלוקת. לאמיר זען צו עס איז דא אן עולם וואס דארף עס.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2018 3:08 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אבער אין אריזאנא איז דא זאלץ

ס'איז טאקע דא זאלץ. ס'איז אבער נישטא קיין שניי. וואס 'עט מען טון מיט די גראבע זאלץ...?!

Re: איך בין נישט מכיר

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2018 4:04 pm
דורך גר ותושב
אז מען רעדט קוין פון זאלץ.
מען האט געפרעיגט אמאל די קלויזנבורגע רב וועלכע זאלץ מען דארף ניצן האט ער גענטפערט מען זאל פרעיגן די התאחדות ווייל זיי ווייסן גוט וועלכע זאלץ צאפט גוט די בלוט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 8:54 am
דורך berlbalaguleh
איך האב געהערט די מעשה'לע מיט א קליינעם שינוי. ווען התאחדות איז ארויסגעקומען אז מ'זאלל נאר ניצן די גראבע שטיין זאלץ, איז געווען א סאך רבנים וועלכע האבן געהאלטן אנדערש. ווען מ'האט געפרעגט דעם קלויזנבורגער רב זצ"ל, האט ער געזאגט אז ווען ס'קומט צו צאפן בלוט זענען די התאחדות באגלייבט

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 10:59 am
דורך דער גאלדענער אדלער
ביידע גירסאות זענען פיין. אפשר אינאך דא א דריטע גירסה אויך??

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 12:33 pm
דורך דאכצעכמער
די מעיארס אפיס האט ארויסגעשיקט א בליץ מעסידזש לענין די שניי פארגאנגענע וואך אז אויב האט איינער געזען א שניי שארער טראק אין ניו יארק זאל ער ביטע רופן 911 ווייל דאס איז א גע'גנב'עטע טראק...