בלאט 1 פון 13

קלוגע אויסדרוקען

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 17, 2018 8:12 pm
דורך קוקי
כ'וויל דא מאכן א זאמל פון פארשידענע אויסדרוקן פון קליינע און גרויסע זאגער'ס. זייערע און אונזערע סלאגאנען, שפריכווערטער, גלייכווערטער, און שפיצן.

ווער ס'האט אמאל געבויעט א נייעם גן עדן, האט גענומען די ענערגיע זיינע פון זיין אייגענעם גיהנום. [סאקראטעס]

אונזער קנאה געדויערט אסאך לענגער, ווי דאס גליקליכקייט פון די וואס מיר זענען זיי מקנא. [העראַקליטוס]

וואלטער דער חכם זאגט; צוויי זאכן פארזיסן די פראבלעמען, דאס זענען 'שלאף' און 'האפענונג', אבער איך לייגט צו; אויך דאס 'געלעכטער'. [אימאנועל קאנט]

דער מאן וואס זוכט אזא פרוי וואס איז סיי, שיין קלוג און וואויל, זוכט באמת דריי פרויען. [אסקאר וויילד]

ממש צו לעבן, דאס איז עפעס וואס איז זייער זעלטן, רוב מענטשן טוען איינפאך בלויז עקזיסטירן. [אסקאר וויילד]

מענטשן זענען גרייט אלעס צו טון פאר געלט, אפילו אויך ארבעטן. [וועלטליך]

זארגן, איז אזויווי א שטאך; ווי מער דו וועסט עס קראצן, אלץ מער וועט עס וויי טון. [שמחה'לע]

איך בין באמת דאר, נאר ס'איז דאס דיקע שיכט פעטנס וואס מאכט דעם דיקן אנשטעל. [וועלטליך]

א שמייכל, איז דאס בעסטע 'מעיקאפ' אויפ'ן געזיכט. [שמחה'לע]

אויב ארבעט איז געזונט, לאז איך עס פאר די קראנקע. [וועלטליך]

קלוגע אויסדרוקען

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 17, 2018 11:31 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
ווען קלוגע אויסדריקן וואלטן רעפלעקטירט די ריעלעטי וואלטן מיר שוין לאנג געווען געהאלפענע [ב. פרענקלין]

Re: קלוגע אויסדרוקען

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 17, 2018 11:40 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
זיי גוט צו די מענטשן אויף דיין וועג ארויף, ווייל דו וועסט זיי באגעגענן אויף דיין וועג אראפ {ווילסאן מייזנער}

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 1:51 am
דורך קאצקע ציקער
די מענטשהייט איז משוגע דו מיזט נישט זיין צווישן זיי

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 8:41 am
דורך berlbalaguleh
די זאכן זענען קיינמאל נישט אזוי גוט ווי דו האפסט.
און אויך נישט אזוי שרעקליך ווי דו האסט מורא...!

(א אידישער פילאזאף פון די מיטלאלטער
(ער האט אויך געדרייווט א באס

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 10:44 am
דורך קאך_לעפל
זיך זעלבסט צו הייבן דורך יענעם אראפקלאפן איז נישט קיין אזא קונץ. זאגאר זיך זעלבסט צו הייבן מיטן נישט יענעם ארפקלאפן איז שוין איינמאל א קונץ...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 9:31 pm
דורך קוקי
די אָפּלייקענונג פון אַטהעיסטן, איז דאס גרעסטע שבח צו גאָט, ווייַל די בריאה איז אזוי בשלימות, ביז ס'קוקט אויס, ווי עס דאַרף קיין באשאפער נישט. [מארסעל פרוסט]

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 7:43 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די חילוק פון א חסיד ביז א ליטוואק איז נאר איין רבי, די חילוק פון א מאמין ביז אן אטעאיסט איז נאר איין גאט. [רבינו הקדוש]

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 8:46 pm
דורך אישתישבי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די חילוק פון א חסיד ביז א ליטוואק איז נאר איין רבי, די חילוק פון א מאמין ביז אן אטעאיסט איז נאר איין גאט. [רבינו הקדוש]

און דער חילוק צווישן א איד און א קריסט?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 8:52 pm
דורך רביה''ק זי''ע
.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 9:14 pm
דורך קוקי
דער מענטש איז פאר'משפט צו פֿרייַהייט; פאר'משפט איז ער, ווייל ער האט זיך נישט אליינס באשאפן; און פריי איז ער, ווייל ער איז פאראנטווארטליך אויף וואס ער וועלט אויס אפצוטון. [זשאַן-פאל סאַרטרע]

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 1:57 pm
דורך berlbalaguleh
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די חילוק פון א חסיד ביז א ליטוואק איז נאר איין רבי, די חילוק פון א מאמין ביז אן אטעאיסט איז נאר איין גאט. [רבינו הקדוש]

רביה"ק זי"ע: צומאל ביי א חסיד איז די רעבע און גאט די זעלבע. אדער אפשר שטייט די רעבע העכער ווי גאט...!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2018 6:37 pm
דורך רביה''ק זי''ע
"הוי מתפלל בשלומה של דת, שאלמלא מוראה איש את רעהו חיים בלעו..." [רבינו הקדוש]

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 12:45 pm
דורך רביה''ק זי''ע
"אלע קשיות אויף אידישקייט זענען נאר תירוצים, אלע קשיות אויף נצרות זענען נאר תירוצים, און אלע קשיות אויף עוואלושן זענען נאר תירוצים" [רבינו הקדוש]

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 3:33 pm
דורך קוקי
דאס גליק איז נישט צו זיין רייַך, נאר צו ווערן רייַך. [סטענדאַל]

דאס אלטקייט קומט בלויז, צו אפהאלטן פון משוגע ווערן, און פארמינערן פאביעס און גלוסטינגען. [סטענדאַל]

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 5:45 pm
דורך תורה ומדע
דא האט איהר געשמאקע ארגינעלע אידישע ווערט לכך מיט בילדער.
https://www.yiddishwit.com/gallery/stick.html

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 9:52 pm
דורך קוקי
"ספר טוב הוא תמצית דם החיים של רוח נעלה, שנחנטה והיא נשמרת לחיים שאחרי החיים." [ג'ון מילטון]

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 9:55 pm
דורך רביה''ק זי''ע
"אמאל מיט'ן תירוץ מאכט מען נאך שטערקער דעם קשיא..." [רביה"ק זי"ע]

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2019 8:29 pm
דורך קוקי
אין גן עדן איז אויך נישט גוט צוזיין אליינס. [פונעם יודישער ליטעראטור - שלום כץ]

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:18 pm
דורך קוקי
''אסאך שטאַרבן ביי די 25 און ווערן הערשט באַגראָבן ביי די 75''. [בענדזשעמין פרענקלין]

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:31 pm
דורך קוקי
"אויב דו טראכסט אז דו ביסט צו קליין צו טוישן עפּעס, פּרוביר איינצושלאפן מיט א מאסקיטא אין איין צימער". [אַניטאַ ראָדיק]

Re: קלוגע אויסדרוקען

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:03 pm
דורך גראף
Sports is the opioid of the assess.
[Michael Savage]

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:17 pm
דורך חתן בחור
״שלעכט איז פאר א בער וואס האט נישט קיין וויידל, נאך ערגער איז פאר א חתן ווען די כלה איז נישט קיין מיידל.״
[געטראפן אין אן אלטן פארשימעלטען בוך פון יודישע פאעזיע]